קעיסי אנטאני קעיס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

האגוואש!!!

עס רעגט מיך ביז גאר. איך האב יעצט געהערט אן אינטערוויו מיט א לויער אויפן ראדיא איבער דעם פרשה. זי האט דארט אזוי פיל שטותים מיט שקרים צאמגערעדט, אז איך געדענק שוין נישט אלעס. אבער וואס האט מיך דאס מערסטע אויפגערעגט איז דאס.

דער חברה מאן פרעגט איר - די קשיא וואס מען פרעגט שטענדיג פון לויערס - דו גלייבסט ביי יעדן קעיס וואס דו נעמסט אונטער אז דער באשולדיגטער איז אומשולדיג?
און אן קיין בושה ענטפערט זי, אז זי האט שוין געהאט קעיסעס ווי דער רוצח האט איר געזאגט, הער, דו ווייסט איך האב עס געטאן, זעה טו דאס בעסטע וואס דו קענסט. איי וויאזוי טו איך עס. הערט איר גאונות, בזה"ל: מענטשן מיינען אז דער טרייעל איז א זוכעניש נאך דעם אמת, מען גייט טרעפן דעם אמת און מען גייט טון לפי זה וואס עס קומט זיך אים. דאס איז נישט ריכטיג. דאס איז אפשר די צווייטע זאך. די ערשטע זאך איז, צו פראטעקטן זיין קאנסטיטושענל רעכט צו א פעיר טרייעל. לויט דעם קאנסטיטושן האט יעדער א רעכט צו א פעיר טרייעל און דאס דארף מען פראטעקטן, און דאס איז וואס דער טרייעל איז אלל אבאוט, ס'יז נישט אבאוט טרעפן דעם אמת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (איך קען נישט מאכן גענוג עקסקלעמעישן מארקס)

איך בין שפראכלאז. נישט אז איך האב נישט געוואוסט אז מען איז דורכדרינגליך קארופטירט, אבער דאס צו זאגן אן קיין בושה.

און איך רעד שוין נישט פון דעם פרעכן גראבן שקר פון דעם אנאליז, איז עס אבער פיל ערגער, ווייל מען האלט זיך למעשה נישט אפילו צו דעם. עס איז געווארן איין גרויסער פאליטישער צירקוס שפיל. עיין בהערתי הקודמת, ודו"ק היטב כי קצרתי מאוד מאוד.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, כמעט פארגעסן, צים פינטעל, שפתיים ישק משיב דברים נכוחים, דיין ארטיקל איבער תשובה איז יקרה מפז ומפנינים, הפלא ופלא.

מען זאגט דאך פון בעל שם אז א געוויסער מלחמה האט פאסירט נאר פאר דעם צאמצוברענגען א געוויסער פארפאלק, אויב אזוי אפשר האט דער גאנצער מעשה געדארפט פאסירן נאר פארדעם אז מיר זאלן זוכה זיין צו אזא גוטן מוסר שטיקל פון צים פינטל. צים, קיפ אפ די גוד ווארק.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

איך וויל דא ארויס ברענגען מיין מיננונג אזוי מיט א אמתע מעשה

מיינער א חבר איז געווען א מענעדזער פין א מענעדזמענט קאנפאני אין א גרויסע אפיס בילדינג
דער אינגער מאן איז געווען דער אינציגסטער וואס האט געקענט פארשפארן די בילדינג אדער איעדע שטאק עקסטער אין קיינער זאל נישט קענען אריינגיין ער האט געהאט א מעסטער קי וואס נאר ער האט געהאט אין נישט קיינער פין די טענענטס

דארט איז געווען א גרויס ביזנעס (איך וויס ווער ) וואס האט דארט געהאט אפיסעס וואס האט פארנימען א גאנצע שטאק אין דעם בילדיג
ויהי היום אין די קאמפאני האט געהאט פראבלעמען אין זיי האבן נישט געצאלט קיין רענט
נא אז מצאלט נישט קיין רענט גייט מען אין קארט אין מבאקימט פין א ריכטער א עוויקשען ארדער אין פטור אנייסק

די געזעץ איז אז פין ווען מבאקימט דעם ארדער האט מען 10 טעג וואס די טענעט קען נאך אריין גיין אין ארויס נעמען די זאכן
איין טאג בעלי בתים פין די ביזנעס קימען אן ארויס נעמען זייער זאכן ,קאמפיוטערס אין פארניטשער אין ווערטפולע זאכן, אין .....ואיננו .....נישט דא קיין זכר פין גארנישט זילטש נאטינג די גאנצע שטאק איז ליידיג

יעצט די איינציגסטער וואס האט דא די שליסעל אויסער די טענעט איז דער מענידזער , נא איז ער דרך זיכער די גנב .....הא נישט אזוי .....זיכער אזוי כמיין ווער דען אויב נישט ער ,אזוי וואלט דאך איעדער אין שיל/מקווה געוויסט פאר א פאקט
אין זיי האבן ארינגעגבן א קלאגע אקען דעם אינגערמאן

למעשה די איוועסטיגעטארס זענען ארויף געקימען אז א סעקיוריטי קאמפאני וואס האט יארן פאר דעם סערווירט דעם בילדינג איז געבליבן מיט די שליסל , אין .........זיי זענען געווען די גנבים


וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז אזוי ,אין איך רעד נישט דווקא פין דעם קעיס
מטאר נישט דן זיין א מענטש ספעציעל ווען מרעדט פין טויט שטראף בלויז אויפן באזיס אז די מעשה שטימט אזוי אין סמיז זיין אזוי אין סקען נישט זיין אנדערש ווייל זייער אסאך מאל ווייזט זיך ארויס אז מקען נישט זיין קליגער פין הארטע מציאות

די הלכה איז אז מזעט איינעם אריין גיין אין א הייל אין ארויס קימען פין דארט מיט א בלוטיגע מעסער אין אינעוויינוג ליגט א טויטע מענטש אין אויסער דעם איז קיינער נישט דארט קען מען דעם רוצח נישט הארגענען ווייל עס איז נישט דא קיין עדות

איר הערט א מעשה מכאפט א מענטש מיט א בליטיגע מעסער לעבן א טויטע מענטש אין ער איז פריי ????? כמיין ווי איז יושר?????????????
פרעג נאר די מידיא זיי וועלן אייך זאגן וואסערע עוולה דאס איז

איך מיין אז די תורה הקדושה האט אונז געוואלט דא לערנען אז מקען נישט דן זיין קיין מענטש אויפן באזיס פין א מעשה נאר אויב די האסט עס געזען
פינטל פינטל פינטל

וואס איך האב ארויס גענימען פין די גאנצע פרשה איז אז קיינער וויסט נישט וויאזוי אין ווען דאס קינד איז אימגעקימען, אין דער פאטאלאדזיסט וואס וואלט געווען די שטערקסע באווייז האט נישט געקענט אויסשליסן עקסידענטל טויט
צי סשטימט אז זי האט געהארגט די קינד? ,יא , זי האט איר געהארגט ?, נישט דא קיין באווייז אפילו קיין נישט קראנטע

אונז לעב מיר אין וועלט פין GOSSIP די מידיא פארקויפט אונז טינופת אין מיר קויפן עס ווי בהמות פאר גיט געלט

איינער כמיין ר יודל האט שוין גיט ארויסגעברענגט די נושא פין רעגירונג אין מידיא איי וויל ליוו איט לייק איט איס


שוין וויטער האקט איינער
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אונגארישער, כוועל מוזן רעדן שטאט זאלסט כאפן... אקעי.

די וואונדערליכע פראגע איז דא זייער פשוט.

"די אלע טויזענטער ארעסטאנטן איבער אמעריקע, זענען פארמשפט געווארן דורך טרוקענע הארטע באווייזן?"

יא אבער ניין?!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טהור-עיניים האט געשריבן:וועלכע ברענגט מיך צו מיין לעצטן ווארט איבער דעם נושא. (איך וועל מוזן זייער אכטונג געבן וויזוי דאס צו שרייבן) פארגאנגענעם מאנטאג פארנאכט בין איך געווען ערגעץ, ווי עס איז דארט געווען אזא סארט כלי, און (איך געדענקט נישט אויף וועלכן שטאציאן) עס איז געווען דארט אן אינטערוויו מיט א פאנעל פון לעגאלע עקספערטן (פרעגט מיך נישט קיין נעמען, איך האב נישט געפלאנט דעמאלס עס צו שרייבן דא), און פון דעם גאנצן שמועס פון קרוב צו א שעה, האב איך ארויסגענומען איין נקודה. מען האט דארט דיסקוסירט דעם דשורי, אז כאטש מען ווייסט נישט זייערע נעמען, ווייסט מען אבער אסאך פרטים איבער זיי, און מען האט דיסקוסירט די אלע פרטים און וויאזוי דאס וועט אפעקטירן דעם פסק.

אבער דער שפיץ הדבר וואס האט מיך געכאפט (און נישט נאר מיך) איז געווען ווען איינער פון די עקספערט האט גאזאגט (איך מיין בשם איינער פון די לויערס, אבער כ'געדענק נישט זיכער, כאב נישט אויסגעהערט 'אזוי' בעיון) אז די דעפענס לויערס האבן געלייגט געוויכט ביים אויסקלויבן די דשורי, צו נעמען אזעלכע מענטשן ביי וועמען אפערענס און שיינקייט נעמט אסאך אויס!!!

איינער פון די אינטערוויואירער האט עס נישט געוואלט גלייבן, און איבערגעפרעגט: דו מיינסט צו זאגן אז די לויער וויל אז דער דשורי זאל טראכטן "זי איז צו שיין צו קענען זיין א מערדער", דאס מיינסטו צו זאגן? און יענער ענטפערט: אבסאלוט יא.

קאמענטארן זענען איבריג...

(עס איז נישט די ערשטע קעיס ווי דער נושא האט באוואויגן א דשורי)


טהור, איך האב אויך אזוי געשמעקט און פילייכט ליגט דערונטער א שטארקע אמת.

איך בין נישט באקאנט מיט דעם יורידישן סדר, וואס איז פשט, די דעפענס לויערס קלויבן אויס די דשורי, וויאזוי ארבעט דאס? איך האב אלעמאל געמיינט אז די דשורי ווערן אויסגעקליבן אויסגעמישטערהייט לויט א סיסטעם וואס מען רופט כל הבא ליד.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

אבער די דעפענס קען פסל'ן איינעם פון זיין אויף די זשורי פאר יעדע נערישע סיבה ממילא קומט אויס אז אום עמטליך קלויבן זיי עס אויס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ענדליך האב איך דורכגעליינט עטליכע פון די לינקס וואס מען האט דא געברענגט,

עלען דערשאוויץ און נאך איינס דארט ברענגען ארויס איין פוינט, ענדערש זאלן הונדערט רוצחים זיך דרייען אויף די פריי ווי איידער איין אומשולדיגער זאל באשטראפט ווערן. איך מיין איך האב שוין אויף דעם געענפטער זייער פשוט. איך בין מסכים הונדערט פראצענט. אבער ווען דער מציאות איז אז דער יוסטיץ סיסטעם שטינקט ווי א ...... און אומצאליגע אומשולדיגע געפונען זיך אונטער שלאס און ריגל, און טייל זאגאר שוין אין קבר,און גאר אפט צוליב ביליגע אינטערעסן, און דוקא די רוצחים דרייען זיך פראנק און פריי, דאס איז שוין גאר אן אנדערע מעשה...

קאלטער זאגט נעבעך זייער גוט, און דאס טוט נאר נאכאמאל פעסטשטעלן וואס איך האב געזאגט: עס איז איין גרויסער פאליטישער שפיל. פאר זאגן וואס זי זאגט ווערט מען היינט פארשריגן אלס א ביגאט פיינטליכער און נאך אלע מינים שמות נרדפים, עס איז נישט פאליטיש אויסגעהאלטן. און דער קאורט מוז שוין אויך זיין פאליטיש אויסגעהאלטן. און ווידער, עס איז נישט קיין איזאלירטער עפיזאד, עס איז טייל פון א גראנדיעזער און לאנג פארצויגענער לייפסטייל (אדער בעסער געזאגט, לייפסטייל טו דעטסטייל) טויש אין אמעריקא.

און איך גראטוליר אויך יאסי געשטעטנער פארן שרייבן א גוטן שטיקל, עס האט מיך געבאדערט די גאנצע צייט. אבער עס איז נישט דא וואס צו טון, דאס איז דער מציאות, און איך זעה נישט אז עס זאל זיך טוישן.

אויף דעם זענען מתפלל יעדן טאג: השיבה שטפטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, און דעמאלס וועט זיין והסר ממנו יגון ואנחה, במהרה בימינו אמן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

א מיליאן דאלער דיעל פאר קעיסי אנטאני?
http://www.nypost.com/p/news/national/c ... MzCo2Ioz9O
moshe
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe »

A back and forth conversation i had with someone who understand this subject on you tube . He starts first....

As a qualified paralegal, I can answer this with 100% assurance.

The Jury did not find her guilty on child negligence because, the (DA) Prosecutor never charged her with it. Had he charged her with it, she would had gotten 10-15 years MAX. They got greedy and went for the death penalty. Casey Anthony will be forever hated, where ever she goes. If you had ever read the comic book the Punisher, or seen the movie. She'll get hers one of these days.

Romansteel13

@Romansteel13 -- From Fox news website. "While some pundits have criticized Ashton and his team for going for the death penalty, Ashton still believes it was the right charge.

And when asked if a conviction would have been assured if a lesser charge like negligent or reckless homicide was pursued he clarified that those options were given and rejected by the grand jury.


. Sorry, mate. They were rejected by the Orange County Grand Jury, precisely because of circumstantial evidence. What's your point? The fact of the matter is, she's going to get off scott-free, She's already served 3 years in prison. The Prosecution had 3 years of preparation and failed. Waste of tax-payer money and resources. Fail, Fail, Fail. Another factor why she got off free is the lack of conservatives in the Jury. Orange County is 70% liberal.

Romansteel13


@Romansteel13 -- So you're saying that it was not proven beyond a reasonable doubt that she didn't report her missing child in 31 days ??


I understand you're a layman, in civil court, you don't need to prove beyond a reasonable doubt, that only applies in criminal court.

She didn't report her child because she killed her (Caylee), it was the grand mother who reported the child missing.

Everyone in the Grand Jury knows she did it, but you need direct EVIDENCE to indict someone, REGARDLESS of bias.

Romansteel13

@Romansteel13 -- You keep proving me right. There was direct evidence that she neglected her child by not reporting her missing child, (like you say her mother did) and this jury acquitted her on the child negligence charge as well. I appreciate your replies, you have more knowledge than me on this subject, but i still don't get it.




That's not evidence. If that logic had been applied to the court system, every criminal out of San Quentin, Sing Sing, and Pelican Bay would be set free.

The Jury acquitted her on everything, not just child negligence, because it was circumstantial evidence.

That's like me accusing you of stealing from Walmart, simply because you were at Walmart, even though you did not steal anything.

Romansteel13 38 minutes ago


@Romansteel13 --So you're saying that a mother not reporting her missing child is not evidence on child neglect. Wow, i wonder what IS child neglect.
לעצט פארראכטן דורך moshe אום פרייטאג יולי 08, 2011 6:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

איך האב אינגאנצען נישט געוויסט פון דעם קעיס, שוין איך זע אז מען קען לעבן אנמיטציהאלטן אלע נייעס, (אמאל האב איך געמיינט אז נישט )עכפ מיין געוויסן זאגןמיר אז די זורי האט ריכטיג געהאנדעלט, מיטן נ נישט. ,, ,אויב זיי האבן נישט געהאט קיין קלארע באווייזן. וואס איז מיר נאר אינטערסאנט איז,אז איך האב געזען אויבן ביי איינע פון די תגיבות,אז איר לויער איז ציגעשטעלט געווארן פאר איר פון די סטעיט, אי מיר א חידוש אז ער זאל קענען מאכן אזא גיטע שאב,ווייל געוענטליך א לויער וואס ארבעט פאר די סטעיט ,און האט נישט אליינס קיין אפיס,איז דאך לכאורה פשט אז ער איז נישט די בעסטע לויער,און קען נישט ארבעטען פאר זיך אליינס? און דא האט ער געמאכט א גיטן ארבעט, איך געדענק אה זשעי סימסען' האט געהאט די טייערסטע לויער'ס .שוי ןדאסאיז מיין מיינונגט
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

טהור-עיניים האט געשריבן:
און איך גראטוליר אויך יאסי געשטעטנער פארן שרייבן א גוטן שטיקל, .


לינק ביטע!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך ליין דא אזוי ווי געוויסע אידן האלטן אז די סיסטעם איז דורך געפוילט און יעצט איז דאס נאכאמאל איבעגצייגט געווארן...

איך זאג נישט אז די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם איז גוט אבער דא זעה איך נישט וואס ס'איז געגאנגען שלעכט..

לאמיר אביסל צולייגן די פאקטן און זען וויאזוי איך קוק עס אן, און אדרבה, איינער וואס האלט אנדערש זאל ביטע זיך לאזן הערן.

דא איז געווען א זיס צוויי יעריג קינד וואס האט געוואוינט מיר איר מאמע. ווי אלע שכינים און אזוי אויך בילדער און אזוי אויך זאגט עדות איר געוועזנע חתן אז די מאמע איז געווען גאר נאנט מיטן קינד. קיינמאל געהאט קיין פראבלעם מיט איר, דאס קינד איז אייביג געווען נארמאל אנגעטון און פרייליך.

איין טאג איז די קינד נעלם געווארן די מאמע האט פאר קיינעם נישט געזאגט. נאך א חודש איז זי געגאנגען מעלדן פאר די פאליציי און פארשטייט זיך אז זי איז געקומען מיט א טוץ מיט ליגענטס פארוואס זי האט נישט פארציילט קיינעם אין די חודש. נאך זעקס חדשים האט מען געטראפן דאס קינד טויט! אויפן קינד איז נישט געווען קיין שום באווייז אז די מאמע האט עפעס געהאט דערמיט. נישט קיין פינגער אפדרוקן, נישט קיין די ען עי גארנישט!

יעצט האט זיך אנגעפאנגן א העצע אין די מידיע קעגן די מאמע אז זי האט געהארגעט. געבויט אויף?? געפיל! "ווייל זי האט נישט דערציילט.. און ווייל איר קאר האט געשמעקט. און ווייל זי הא געזוכט אויף גוגל פאר א כעמיקאל"

פון דא האט יעדער זיך גענימען גלייבן די פראססעקיוטער. אבער איינמאל די דעפענס האט זיך אויפגעשטעלט און זיך גענימען פארציילן א צוויטע מעשה וואס דאן שטומט אלעס איז יעדער געווארן אפגעפאטשט.
און דאס האבן די דזשורערס געטון. זיי האבן איינגעזען ס'קען זיין די מאמעס מעשה איז גערעכט און אויב איז זי גערעכט קומט איר נישט מער ווי פיר יאר פאר ליגענט זאגן.
אפילו די פראססעקיוטער האט נישט קיין תירוץ אויף די פשוטע קשיא "פארוואס זאל זי הארגענען איר קינד?" אויב איז זי אייביג געווען א גוטע מאמע פארוואס זאל זי גיין הארגענען איר קינד??

קיינער האט אויף דעם נישט קיין ענטפער!
די אלע זייטיגע זאכן איז לעכערליך. אפילו די פראסעקיוטער ווייסט נישט פארוואס און ווען מ'האט געניצט די כעמיקאל -אויב מען האט עס בכלל געניצט- ער ווייס נאר אז פאר צוואנציג מינוט איז די פעידזש אפן געווען אין גוגל. און די באבע שרייט אז זי איז געווען דער וואס האט עס געסערטשט און נישט די מאמע פונעם קינד.

אלזא, איך זעה נישט ווי די סיסטעם האט דא געפעלט. אדרבה, אז די סיסטעם האט זיך געקענט ארויסשטעלן אזוי שטארק קעגן די גאנצע מידיע איז דאס שוין איינמאל א גוטע סיסטעם!

איינער האלט אנדערש?
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

כ'געלגער
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך מעג זאגן הויעך???
געלעגער, אולי איז רובאשקין דעמאלטס אויך נישט אזוי אומ......
(כ'זאג שנעל בשכמל"ו..)
moshe
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe »

" נאך א חודש איז זי געגאנגען מעלדן פאר די פאליציי "

no she did not, her mother did.
(the kid's grand mother)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

יהיה כן האט געשריבן:איך מעג זאגן הויעך???
געלעגער, אולי איז רובאשקין דעמאלטס אויך נישט אזוי אומ......
(כ'זאג שנעל בשכמל"ו..)

יהי כן קוק איבער וואס געלעגער שרייבט ער זאגט נישט אז די סיסטעם און אלגעמיין איז גוט אבער ביי די ספעציפישע פאל ווי די מידיע ווייזט אן אז עס איז קארופט דייקא דא האט די סיסטעם געארבייט און די דשורי האט געזאט נישט שולדיג אפילו דאס איז געווען קעגן די דעת הקהל, און איך האלט פונקט ווי ער
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

און אגב ביי רובאשקין האט נישט אזוי ווייט די דשורי סיסטעם געפעילט ווי די סענטעסינג פון ריכטערן, אזוי דאכט זיך מיר
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כ'וואדקע
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'שטיי
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

געלעגער, די מיינסט עס ערענסט????!! די האסט מיטגעהאלטן די מעשה??? אז די לייגסט עס אראפ אזוי פארווע
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וואדקע האט געשריבן:און אגב ביי רובאשקין האט נישט אזוי ווייט די דשורי סיסטעם געפעילט ווי די סענטעסינג פון ריכטערן, אזוי דאכט זיך מיר


אמת
אין נאך א חילוק , ביי רובאשקין האט די גאווערמענט געלאזט פאלן די ארגינעלע קלאגע איבער וואס זיי האבן דארעך געפירט זייער אבאלאווע ,וויל עס האט זיך ארויס געשטעלט אז ער האט איימגעהאלטן אלע געזעצן וואס די גאווערמענט פארלאנגט פין א ארבייטסגעבער בנוגע די שריפטן פין א אפליקענט ווען ער נעמט אויף ארבייטערס

יא נאכן זיין פארשפארט פאר א צייט איז די ביזנעס שוין געווען ביהיינד אין נישט געקענט באצאלן די ליין אף קרעדיט
זענען זיי געקימען שרייען אז ער האט אריין געגעבן אין זיין אפליקאציע מער פארמעגן ווי ער האט
אין פארדעם האט ער באקימען אזויפיל יאר אין תפיסה

דאס הייסט קאמיניזים על טהרת הקודש
Liberalism is a mental disorder
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

יא דא האט זיך אויסגעוויזן אז די דזשורי סיסטעם האט געאארבעט וואונדערבאר איך האב יעצט געקוקט די אינטערוויא אויף עי בי סי מיט דזשורער נאמבער 3 זי טענע'ט דו זאגסט אז זי איז די מערדער ברענג באווייז די אלע שרעקעדיגע מעשית וואס די פראסעקיוטער האט אראפגעברענגט איז טאקע זייער שטוינענד אבער דאך נישט קיין באווייז אז זי איז דער מערדער אזוי אויך זאגט זי אז די דזשורי האט ניטאמאל זיך גערעכענט מיט די הויפט עדות דזשארזש ענטאני אין זיין פרוי צוליב דעם וואס זיי האבן זיך סותר געווען
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אונגארישער האט געשריבן:
דאס הייסט קאמיניזים על טהרת הקודש


ערשט קלאסיג.

געלעגער, וויאזוי איז מען מסביר אז די מאמע האט זיך באטייליגט ביי דעם ..... פארמעסט, אין א צייט וואס איר איינציג קינד פעלט. ועוד ועוד ועוד ועוד. וואס וויל איך זאגן, דו האסט אראפגעלייגט די מעשה טויזענט מאל מער אומשולדיג ווי עס איז פאקטיש געווען
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איר קינד האט דאן געפעלט? נע, זי האט געוואוסט ווי דאס קינד איז לויט ביידע ווערסיעס. און נאך מער, דאס אז זי האט זיך באטייליגט איז עפעס א באווייז? דאס איז נאך א חלק אונעם אויפבויען די געפילן.
און דאס וואס דו האסט געשריבן אויבן וועגן די דזשורורס איז אביסל אומפארשטענדליך ווייל אויפ פאנעל זענען געזעצן מענער מיט פרויען.

צים פינטל, איך האב דוקא אראפ געלייגט טריקן ווייל מיט געפילן קען מען יעדעם איבערדרייען. אדרבה ברענג 'פאקטן' אבער נאר פאקטן אן קיין געפילן אויף פארקערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”