אסאמא בין לאדין טויט!!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
- משה פאלאפל
- שר חמש מאות
- תגובות: 504
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
אמעריקא -א גרעסערע טעראריסט ווי בין לאדין....
הער די דרשה אונטען
הער די דרשה אונטען
מוישע_יאכעס האט געשריבן:וועמענס שלאק שמש איז דער שחור וואס שטופט דארט אריין די נאז???? לאל..
איך פרוביר אויך אויסצופיגורן ווער עס איז דער פרעזידענט, און ווער דער קאבינעט.
צו איז דער פרעזידענט דער אין די מונדירן, אדער דער וואס זיצט אויף די רעכטע זייט פון טיש מיט ווייסע האר אויף זיין קאפ, אדער דער וואס זיצט לינקס פון דעם אין די מונדירן מיט א נעקטיי, ווער ווייסט?...
לובלין האט געשריבן:אמעריקא -א גרעסערע טעראריסט ווי בין לאדין....
הער די דרשה אונטען
נעבעך
Everyone is so excited about Bin Laden is DEAD.
Me too… b”H he’s dead…
But seriously, what’s the big simcha?
To listen to it on the phone, you can call the KM hotline at 212-444-1100, 3, 4, 3 x39. Or you can listen to it right here below. You may also download the mp3 file to listen on your favorite mp3 player. thanks.
To sign up on the Text Alert system, to be notified on future Yiddish Phone Lectures. Send a Text message to 411247, in the body of the text write SNA
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
-
- שר האלף
- תגובות: 1332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm
נאך א מזל דער לאנדאו שטייט נישט יעצט לעבן מיר, ווען יא כאפט ער ווען יעצט אזאלעכע 2 געהרגעטע פראסקעס, וואס שטערט דיר אז דער עולם איז עקסייטעט? וואס גייט דיר אן? ווען די לאזט ווען אריבערגיין 2 וואכן אין לאזן דעם ציבור קומען צו זיך אין דעמאלטס זאגן דיין מיינונג החרשתי, אבער קומען אינעם טאג וואס די נייעס איז ערשינען אין זיך אזוי מיעוס אויסדריקן איז בלויז רשעות אין אטענטשן זיכעריי. קצרתי קצת
- ארט און מוזיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 586
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
- לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן
אבי.גערעדט האט געשריבן:נאך א מזל דער לאנדאו שטייט נישט יעצט לעבן מיר, ווען יא כאפט ער ווען יעצט אזאלעכע 2 געהרגעטע פראסקעס, וואס שטערט דיר אז דער עולם איז עקסייטעט? וואס גייט דיר אן? ווען די לאזט ווען אריבערגיין 2 וואכן אין לאזן דעם ציבור קומען צו זיך אין דעמאלטס זאגן דיין מיינונג החרשתי, אבער קומען אינעם טאג וואס די נייעס איז ערשינען אין זיך אזוי מיעוס אויסדריקן איז בלויז רשעות אין אטענטשן זיכעריי. קצרתי קצת
עס קוקט אויס ווי ער האט אפיר געקראצט עפעס א דיפרענט פוינט אף וויא, פשוט פאר "אטענטשן זיכעריי".
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
זאל ער מיר מוחל זיין. ער קוקט עס אן פון א פערספעקטיוו אז "אמעריקא דארף זיך שעמען" אז מ'האט אים נישט געכאפט? האו עבאוט קוק עס אן פארקערט: א איינצעלנער אראבער "וואס האט באוויזן 10 יאר זיך צו באהאלטן" פון אמעריקא, דאס אליינס ווייזט זיין שעדליכקייט.... נו אז מ'האט אים געכאפט איז עס נישט קיין שמחה גדולה...?
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
בנוגע די אלע קאנספיראציע ליב-האבער און טעאריקער, וואס וואונדערן זיך פארוואס מ'געט נישט ארויס די בילדער וכדו'.
הערט אויס מיין קאנספיראצתיע ווערסיע:
איך האלט אז בין לאדען האט זיך אליינס אויפגעריסן, נאך איידער מ'האט געהאט א שאנס צו שיסן. און פארדעם האט מען באהאלטן זיין באדי און מ'וויל נישט ארויס געבן די בילדער, ווייל די חברה ווילן נעמען קרעדיט פאר זיך אז זיי האבן אים געשאסן... און ווילן נישט ווייזן אז ער האט זיך אליינס אויפגעריסן...
מאכט מער סענס ווי די קאנספיראציע אז אבאמא האט סתם געוואלט דרייען א ספאדיק?

אן ענטפער צו הרב לאנדא
א דאנק פאר דעם לינק פון מר. לאנדא. די ערשטע מאל וואס איך האב אים געהערט.
עס איז אפשר געווען גוט צו פרובירן זאגן א פוינט, אבער א רעדנער דארף צוברענגען פאקטן און משלים צו זיינע ווערטער און עס דארף אויך שטימען.
דו זאגסט אז אמעריקע איז באקאנט אלס די גרעסטע טעראריסטישע ארגאניזאציע. אמת, זיי האבן שוין געהרגעט טויזנטער מענטשן, אבער דאס איז דאך גערעדט ווי א חסיד שוטה צו זאגן אזעלעכס. דו האלטסט טאקע אז אמעריקע האט געהרגעט אלס פשוטע רציחה און רשעות אדער פארשטייסטו אז זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג? זיי האבן געהרגעט צען טויזנט צו ראטעווען הונדערט טויזנט נפשות. זיי האבן געראטעוועט די וועלט. ביסט אפשר מסופק אין דעם? ווייסטו נישט פון אזא באגריף ווי הרגענען איין מענטש כדי צו אפראטעווען הונדערט? אז אמעריקע האט שוין געמאכט טעותים און האט געהאט א שלעכטע פאליסי מאכט עס זיי פאר א טעראריסטישע ארגאניזאציע? האלטסטו טאקע אז במזיד האבן זיי שוין אמאל געזוכט צו הרגענען אומשולדיגע מענטשן? ווי מעג א איד רעדן אזוי אין גלות קעגן זיין לאנד?
זאגסט אז אויך רוסלאנד און כינע האבן שוין געהרגעט מענטשן. אמת ויציב. און דעריבער טאקע ווען רוסלאנד איז צוזאמגעפאלן האבן מיר זיך אלע זייער געפרייט. און יא, אויב מ'וועט אונטערברענגען כינע'ס שלעכטע פאליסיס און געפערליכע מענטשן-רעכט פארלעצונגען, אוי וועל איך זיך פרייען.
מר. לאנדא, זאגסט אז ביים הערן די נייעס פון בין לאדין האסטו יעדן גלייך געפרעגט "סאו וואט? וואס איז אז בין לאדין איז געשטארבן? וואס איז די שמחה און וואס מאכט אונז דען אויס?" לאמיך דיר ענטפערן אין גאר קורצן, און דערמיט וועט דיר אויך פארענטפערט ווערן דיין אנדערע פראגע וואס וואונדערט דיך אזוי: פארוואס איך האב פיינט בין לאדין? און אויטמאטיש אויך, פארוואס איז עס איז בכלל אינטערעסאנט די נייעס?
קודם איז פשוט אז אפילו א נייעס וואס אפעקטירט מיך נישט, קען נאך אלץ זיין אינטערעסאנט. ווען דו זעסט ווי עפעס רודערט זיך אויף דרייצנטע עוועניו, וועסטו לכ' געבן א פרעג איינעם וואס עס גייט דארט פאר. אפילו דו טראכסט נישט אז עס וועט דיר עפעס אויסמאכן. דער מענטש האט אזא מאדנע נאטור וואס רופט זיך "נייגעריגקייט". שוין געהערט דערפון?
אבער דא איז דאך עס פיל פיל מער ווי דעם. עס איז אינטערעסאנט ווייל עס איז טייל פון די מערסט שטורמישע און ביטערסטע געששעעניש אין אמעריקאנער געשיכטע. די 9/11 אטאקע איז יא געווען א וויכטיגע און אינטערעסאנטע נייעס, אדער אויך נישט? אויב יא, איז דאך די יעצטיגע נייעס די גרעסטע זייט יענעם טאג און טאקע א טייל פון יענעם אומפארגעסליכן טאג וואס איז "ביי יעדן" אריינגעקריצט. ממילא איז דאס אליין איבערגענוג אינטערעסאנט.
אבער נאך מער פון דעם. דו פרעגסט וואס עס גייט איינעם אויסמאכן? איז דער ענטפער אז אויך אויסמאכן קען עס נאך זייער אסאך. עס קען מעגליך טוישן דיין לעבן, אפילו נאך היינט נאכט. אפשר גייט יעצט על קאידא וועלן ווייזן אז זיי זענען ווייט פון געענדיגט און ארויסלאזן א שעדליכן כעמיקאל אין די ניו יארקער וואסערן, ה"י? דאס האט געקענט ארויפקומען אויפ'ן געדאנק באלד נאכ'ן הערן די נייעס וועגן בין לאדין. די מעשה קען אויך אפשר טוישן די מוסולמענער געפילן אין לאנד און איבער די וועלט. עס קען אפעקטן די אמעריקאנער-פאקיסטאנער רילעישאנס. עס קען אפעקטן על קאידא ארגאניזאציעס איבער די וועלט אין די קומענדיגע יארן. און עס קען אפילו אפעקטן מיין טאש, עס האט שוין אפעקטעד די סטאק מארקעט. עס קען אויסמאכן אויף די עקאנאמיע. און אזוי קען מען גיין ווייטער די ליסטע אויב ביסטו אינטערעסירט.
האסטו שוין דריי תירוצים, וואס יעדע פון זיי אליין איז איבערגענוג.
יעצט ווילסטו פארשטיין מיין שנאה צו בין לאדין, כ'וועל דיר מסביר זיין אין קורצן.
ער האט שוין אליין געהרגעט טויזנטער אומשולדיגע מענטשן, אראבער, קריסטן און אידן. ער האט אנגעצינדן כמעט א וועלט קריג. אין איראק זענען הונדערטער טויזנטער טויט אדאנק זיין פונק. ער האט שאדן געמאכט די עקאנאמיע. מיין שטייער געלט גייט פאר די אומצאליגע איבערגעטריבענע סעקיוריטי איבעראל במשך די אלע יארן. ער האט מיר אומבאקוועם געמאכט דאס לעבן. איך פלעג ציטערן צו פארן אויפ'ן בריק און אין א טונעל, נאר וועגן דעם רשע. איך האב שוין געווארט ביים לופטפעלד לאנגע אומזיסטע שעה'ן נאר וועגן אים. כ'גיי נאך מסתמא האבן בושות און אריבערגיין די אומבאקוועמע סקען-מאשינען נאר וועגן דעם בין לאדין. מיליאנען שעה ארבעט אין אמעריקע געגאנגען אין גארביטש וועגן אים. ער האט געטוישט אמעריקע – און די אידן וואס וואוינען אין איר - אויף אייביג אויף אזויפיל וועגן. כ'דארף ווייטער גיין, אדער כאפסט שוין פארוואס מיר האבן א שטיקל שנאה קעגן אים?
און אלס איד, האט ער דען נישט א האנט אין העלפן אנצינדן מוסולמענישע העצע קעגן אידן און אנרייצן אנדערע צו דורכפירן טעראריסטישע אקטן? אפילו 50 יאר ארום קענען נאך א צאל אידן חלילה אומקומען אין א טעראר אטאקע וואס דער מוסולמענער האט נאר גענומען זיין העצע און רייץ פון בין לאדינ'ס געוועזענע שריט און העצע. ער האט אויסגעטרויטן דעם וועג פון אומדערהערטע מאסיווע טעראר אטאקעס ה"י.
זאגסט אז עס איז "חרפות און בושות פאר אמעריקע אז מען האט געכאפּט בין לאדין נאך צען יאר"? דארף איך זיך אפילו אראפּלאזן און ענטפערן אויף די פראגע.
דו האסט באריכטעט אז "טויזנטער מענטשן האבן געסטאפט הערן נייעס און זעען מוראדיגע רעזולטאטן". אפשר ברענגסטו די סטאטיסטיק וואס האט עס געוויזן. נישט אז איך קריג דערמיט, נאר מעגסט ברענגען עפעס א מקור.
לסוף, דעם פשוט'ן תירוץ אויף דעם פארוואס דיך האט אזוי ווייניג אינטערעסירט די נייעס, האסטו אליין געגעבן, מיט'ן ערקלערן שפעטער אז "שוין א לאנגע צייט וואס איך האלט גארנישט מיט קיין נייעס." נו אוודאי איז דיר נישט אינטערעסאנט געווען צו הערן די נייעס. האסט דיך קוים געקענט דערמאנען ווער עס איז דער דאזיגער בין לאדין פארשוין?...
לגבי די עצם זאך צו אויפהערן מיטהאלטן נייעס האלט איך גראדע אויך אזוי. נישט ווייל עס מאכט נעגאטיוו. נאר איך זע נישט די אינטערעסאנטקייט פון מיטהאלטן מער ווי אויבנאויף די הויפט נייעס. אבער דאס איז נאר צוליב מיין טבע, אבער פאר די טיפן וואס האבן עס ליב און לעבן דערין איז עס א גרויסע הנאה. זיי האבן הנאה פון נייעס פונקט ווי פאליטיק. עס איז כאטש א בעסערע און מער אינהאלטפולע צייט-אנפולעניש ווי פאליטיק (אדער ספארטס). און אויב ווילסטו טאקע מען זאל עס אויפהערן, דארפסטו עפעס געבן וואס די מענטשן זאלן טאן אנשטאט.
(ביי דע וועי, דיין דרשה וואלסטו גאנץ גוט געקענט ניצן אויף אן אנדערע טאפיק, אויך פון די וואך גראדע. עס וואלט בעסער געפאסט צו פרעגן פארוואס די "ראיעל וועדינג" גייט אונז אן? דאס וואלט געווען א גוטע פאוינט. סיי אז עס דארף און טאר אפשר אונז נישט בכלל אנגיין, און סיי אז עס וואלט קיינעם אינטערעסירט, זיכער נישט אין אמעריקע, ווען נישט די מידיע מאכט אזא גאנצע מערכה דערפון.)

די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק

פשיהא, דער תהוובהו איז דא "להשתקע", צו אונזער אלעמענס הנאה
און צו דיר אליעזר לאנדא (איך קען דיך נישט, לויטן בילד אויף דיין וועבסייט. און איך האב נישט די צייט און געדולד דיר אויסצוהערן, איך רעד נאר לגבי די ציטאטן וואס מען ברענגט דא פון דיר): ווי קען איינער וואס האלט נישט מיט די נייעס, קומען זאגען פאר די וואס לעכצן שוין צען יאר אויף די בשורה "מה כל הרעש?"
אויב דו האלטסט נישט מיט קיין נייעס, וואס זוכסטו אויף קול מבשר, די גרעסטע נייעס צענטער פונעם חרדי'שן אידנטום. און אויב עס זאל דיר געלונגען אפצורעדן דעם עולם פון הערן די נייעס חלקים אויף ק"מ, מיינסטו אז איינער וועט לויפן אויסהערן דיין קנעפל? טעות גדול טעה לאנדא באותה שעה

- וואדקע
- שר האלף
- תגובות: 1045
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
- לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי
די פאדעם וואס האט געפירט צי בין לאדין איז געווען ווען מען איז געוואור געווארן די נאמען פון איינע פון בין לאדין'ס פערזענליכע שליחים און דורך אים נאכשפיאנירן איז מען אנגעקומען צו בין לאדין, די נאמען איז מען געוואור געווארן אינטער בוש'ס זייגער! צוערשט האט מען נאך געהאט זיין צונאמען און עס האט גענומען נאך אפאר יאר געוואור צו ווערן זיין ריכטיגע נאמען וואס איז אויך געשען אינטער בוש, סא די שפיאנאש געפינס וואס האט ענטגילטיג געפירט צו בין לאדין איז געווען אונטער בוש, קומט זיך אים גארנישט קיין קרעדיט???
בנוסף צו דעים הערט מען פון מער און מער קוועלער אז די נאמען פונם שליח איז מען געוואור געווארן ביים אויספארשען איינע פון די הויכראנגיגע על קעידא טעראריסטען נוצענדיג די אזויגערופענע "פארשטארקעטע אויספארשונג" מיטלען, א זאך וואס אבאמא האט פארשפראכן ביים קאמפיין צו ענדיגען ווייל עס גרעניצט זיך חלילה מיט פיינונגען און ער האט עס טאקע געסטאפט גלייך ווען ער איז אריין אין אפיס, אויב זענען די באריכטען אמת דאך קומט זיך די קרעדיט 'נאר' פאר בוש, אמער זאל ווען אבאמא דאן זיין פרעזידענט וואלט עס קיינמאל צושטאנד געקומען
-------------------------------------------------------
תהוובהו אייזען גוט

וואדקע דארף נישט קיין הכשר
קרעמער האט געשריבן:מוישע_יאכעס האט געשריבן:קודם צו די וואס זאגען אז פאקיסטאן האט מיטגעארבעט, האבעך שוין ערגעץ געזעהן אז מושאראף פארדאמט דאס "ווייעלענטלי" אקציע און פאקיסטאן, ער זעהט אינגאנצען נישט אויס צופרידען דערמיט
מושאראף איז א געוועזענער פרעזידענט, און זיין ווארט שפיגלט נישט אפ די היינטיגע רעגירונג
דא האסטו אן עדיטאריעל פונעם אמטירנדן פאקיסטאנער פרעזידענט אינעם וואשינגטאן-פאוסט:
http://www.washingtonpost.com/opinions/ ... story.html
- מוטשע נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 631
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm