Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מאי 02, 2011 9:47 am

לאמיר מאכן א סך הכל:

געוואר געווארן, איבערגעפאלן, גע'הרג'ט, באגראבן.

יעצט דארף איך עס גלייבן, אדער אויב איך וויל קען איך עס פרובירן אפצואווענדן....
אסאך זאכן דא שטימען נישט פונקט, אבער איך וועל עס לאזן פאר די אלע קאנספיראציע ליבהאבער, וואס וועלן יעצט ארויסוואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.
צים פינטעל האט געשריבן:איך קען שוין קוים ווארטן אויף די פארזעצונג אין "דער שטערן" 5 יאר ארום מיט די פונקטליכע דעטאלען פון די קאמאנדא אקציע

און פינף יאר ארום וועסטו זען אן ארטיקל, באריכות גדול, קליפ און קלאר אז ער לעבט נאך (סאדאם כוסעין לעבט אדער איז טויט?....)

אבאמא וויל זיין פרעזידענט נאך צוויי יאר? מען קען פארשטיין.
אבער איך מוז נישט וועגן דעם קויפן אלע זיינע קאמפיין פראפאגאנדע.....

Advertisement

מאנטאג מאי 02, 2011 9:58 am

א געדעכטע שטאט
http://maps.google.com/maps?q=abbottaba ... 3&t=h&z=18

מאנטאג מאי 02, 2011 10:01 am

איז למעשה האלטן מיר שוין א וואך נאך די מעשה, איז פארוואס רעכנט MAY 1 פאר א היסטארישע טאג?

וועלכע טאג האט ער באקומען די קאול אין קאפ?

מאנטאג מאי 02, 2011 10:02 am

זיין הויז איז אנגעצייכענט דורך ביי גוגעל מעפס[/url]

מאנטאג מאי 02, 2011 10:08 am

וואס איז די ענין אז מען האט עהם באגראבען ביי די וואסער?

מאנטאג מאי 02, 2011 10:11 am

צום זאך האט געשריבן:?don't believe it. where is the death certificate

;l;p- ;l;p- ;l;p-

מאנטאג מאי 02, 2011 10:15 am

באמבאסטיש האט געשריבן:
תהוובהו האט געשריבן:איך האף אז קיינער גלייבט נישט דעם בילד פון דעם טויטן בין לאדין. עס קוקט אויס אינגאנצן א געפאטשקעטע און אויב קיינער פון די נייעס אגענטורן ברענגען עס נישט איז עס ווארשיינליך א געמאכטע מעשה.

אוודאי איז עס פאלטש! ווער ס'האט איין רגע געקלערט אז ס'איז עכט, ברויך א גרויסע דאקטער.


"אויב" האסט געוואוסט וואלסטו דאס געמעגט קלאר מאכן פאר די וואס ווייסן נישט... די מידיע האט יא געשפירט אז מען דארף דאס קלאר מאכן, קוק דא.
דער פענטאגאן האט בילדער פון דעם טויטן בין לאדין אבער זיי דארפן נאך באשליסן ווען/אויב זיי זאלן עס ארויסגעבן. עווענטועל וועלן זיי עס מוזן טאן ווייל די אראבישע וועלט וועט אנדערש נישט גלייבן. אפילו לגבי כוסעין איז אנגענומען אין די אראבישע וועלט אז ער לעבט, נאר אמעריקע האט געהרגעט א נאכגעמאכטן "דאבעל כוסעין". אבער היינט איז דא די-ען-עי, סיי ביי כוסעין און אויך יעצט ביי בין לאדין, וואס לאזט נישט קיין מעגליכקייט פאר קאנספיראציע טעאריעס, אויסער די וואס גייען ממש מיט'ן קאפ אין וואנט אריין, ווי איזעי האט שוין דערקלערט:
לאמיר מאכן א סך הכל:
געוואר געווארן, איבערגעפאלן, גע'הרג'ט, באגראבן.
יעצט דארף איך עס גלייבן, אדער אויב איך וויל קען איך עס פרובירן אפצואווענדן....
אסאך זאכן דא שטימען נישט פונקט, אבער איך וועל עס לאזן פאר די אלע קאנספיראציע ליבהאבער, וואס וועלן יעצט ארויסוואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.
און פינף יאר ארום וועסטו זען אן ארטיקל, באריכות גדול, קליפ און קלאר אז ער לעבט נאך (סאדאם כוסעין לעבט אדער איז טויט?....)
אבאמא וויל זיין פרעזידענט נאך צוויי יאר? מען קען פארשטיין.
אבער איך מוז נישט וועגן דעם קויפן אלע זיינע קאמפיין פראפאגאנדע.....


לגבי וועם עס קומט זיך מער קרעדיט, בוש אדער אבאמא, האלט איך ענדערש בוש פשוט ווייל ער האט אנגעהויבן די מוראדיגע קאמפיין און הארבע מלחמה קעגן טעראר, וואס אבאמא איז נישט זיכער וואלט געטאן מיט אזא התלהבות און אנטשלאסנקייט. דאס אז אבאמא האט יעצט געגעבן דעם "אקעי" פאר די שפיאנאזש אגענטורן וועלכע זענען געקומען אים מעלדן אז מען האט א גוטע ליעד צו בין לאדין און ער האט "מסכים געווען" אז מען זאל אים פרובירן צו ליקווידירן, זע איך נישט די גרויסע קרעדיט וואס קומט זיך. האט ער דען אפשר געדארפט זאגן "ניין!", ער האט דאך גארנישט ריזיקירט דא אפילו אויב עס וואלט למעשה נישט געווען בין לאדין? פאר די נעווי סיעלס און די שפיאנאזש חברה קומט זיך די עיקר קרעדיט.
לעצט פאראכטן דורך תהוובהו אום מאנטאג מאי 02, 2011 10:37 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

מאנטאג מאי 02, 2011 10:16 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:זיין הויז איז אנגעצייכענט דורך ביי גוגעל מעפס[/url]
פאטאקי08 האט געשריבן:א געדעכטע שטאט
http://maps.google.com/maps?q=abbottaba ... 3&t=h&z=18


צו באמערקן אז ממש דערנעבן איז דא א קריסטליכע קירכע....

מאנטאג מאי 02, 2011 10:16 am

וואס טוט זיך מיט א קול מבשר אינטערוויוא מיט'ן חב"ד שליח פון פאקיסטאן?

מאנטאג מאי 02, 2011 10:20 am

פריילאך האט געשריבן:איז למעשה האלטן מיר שוין א וואך נאך די מעשה, איז פארוואס רעכנט MAY 1 פאר א היסטארישע טאג?

וועלכע טאג האט ער באקומען די קאול אין קאפ?


א וואך צוריק האט אבאמא געגעבן די אפיציעלע ארדער אז מען האט שוין גענוג אינפאו, און מען קען זיך נעמען צו די אקציע, און MAY 1 איז געווען די היסטארישער טאג וואס מען האט אנגעהויבן און גענדיגט די אקציע מיט א קויל און קאפ פאר די ארכי מאסן מערדער אסאמא בין לאדין ימ"ש,

און וואו פראוד זשיו האט געברענגט פריער, וודאי קומט פאר בוש קרעדיט פאר די מלחמה אקעגין טעראר, ער איז געווען די ערשטער וואס האט איינגעזעהן אז טעראר איז א פאקט, און עס נישט געוואלט פארקוקן, אבער איבער די עצם כאפן בין לאדין איז די גאנצער קרעדיט פאר אונזער איצטיגער פרעזידענט אבאמא,

מאנטאג מאי 02, 2011 10:21 am

וויאזוי האט מען שוין פאר צוויי יאר געוואוסט אז מ'וועט הרג'נען בין לאדען דורך א קויל אין אויג?

מאנטאג מאי 02, 2011 10:27 am

prowed jew האט געשריבן:ס'האט נישט געדויערט אזוי לאנג בוש האט דאך אים איבערגעלאזט פאר אפאר יאר בשעת ער איז געווען אין איראק
חוץ פון דעם וואס זיי האבן זיך ריגראפט אזוי אז די ארבעט פון די ערשטע פאר יאר איז געגאנגען לטמיון און אבאמא האט געדארפט אנהייבן פון פריש
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס מאנכע געבן קרעדיט פאר בוש
פאר די גלאבאלע מלחמה קעגן טעראר יא אבער פארן כאפן בין לאדין פארוואס?

נעכטן האב איך געהערט אויף קול מבשר ווי שמעון ראלניצקי איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס ס'קומט נישט קרעדיט פאר בוש נאר פאר אבאמא זאגט ער דארט אינצווישן אז הגם בוש האט אנגעהויבן די מלחמה אבער פונקט ווי אבאמא באקומט קריטיק אויף די עקענאמיע על אף די חורבן קומט פון בוש. איז די זעלבע ביי נעמען קרעדיט וכו'
וויל איך נאר מאכן א קליינע באמערקונג אז דאס איז טאקע ריכטיג ווען מ'האנדעלט מיט א געווענדליכע פרעזידענט אבער אונזער אבאמא וועלעכער סטאפט נישט צו דערמאנען יעדע צווייטע מינוט אז די עקענאמיע חורבן קומט נאך פון בוש (ווי אזוי האט אמאל זשאן מ'קעין געזאגט "איך הייס נישט דזארש בוש טאמער ווילסטו לויפן קעגן אים האסטו עס געדארפט טוהן 4 יאר צוריק) איז נישט מער ווי נארמאל ער דארף אים אויך געבן קרעדיט

מאנטאג מאי 02, 2011 10:37 am

לאקשען ברעט האט געשריבן:א חוץ פין דעם מיין איך אז ס'גארנישט אזא גרויסע נצחון אז פאר אמעריקע מיט די אזא גרויסע מיליטערישע אין שפיאנאזש מאשין אין די וועלט אין מיט אזוי פיהל טעכנאלאגיע, האט עס געדויערט כמעט צען יאר צי טרעפען עפעס אז משוגענעם שמאטע קאפ מיט א לאנגע בארד,
וויי צי אזאלכע נצחונות,

יא יא זיין אומשולדיגע שמאטע פארדעקט א געשטאלט פון אדורכגעטריבענע סאפיסטקירטע רציחה, פריער שפעטער וועט ארויסקומען אסאך דעטאלן פונעם 10 יאריגן מיסיע, וואס וועט ווארשיינדליך באזיצן אטעם-פארכאפענדע עפיזאדן דורכאויס די כמעט 10 יאר לאלוך קריג ביזן ענדגילטיגן זיג.
די מענטש האט באזיצט א פעסטע מאכט, פאנאטישע געלערענטע קעמפערס, וואפן, און וואס נישט.
ס'איז א קאמפ פון אן אפיציעלע וועלטסמאכט מיט אן אומאפיציעלע וועלטסמאכט, ער האט געדרייט וועלטן מיט זיינע כוחות, נישט די שמאטע האט אפגעשפיגעלט די מאסיווקייט פון אסאמע, אויך נישט זיין אומשולדיג פאטריאכאלישע געשטאלט וואס פארוואנדעלט אים אין אן איסלאמישער פירער.
לעצט פאראכטן דורך פאקטיש אום מאנטאג מאי 02, 2011 10:42 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג מאי 02, 2011 10:40 am

קהת האט געשריבן:וואס איז די ענין אז מען האט עהם באגראבען ביי די וואסער?

נישט ביים וואסער, תהומות יכסימו ירדו במצולות כמו אבן.

מאנטאג מאי 02, 2011 10:43 am

בען קי מון באגריסט די טויט פון בין לאדין

מאנטאג מאי 02, 2011 10:45 am

גייט שין בקרוב אראפ פון די 10 מערסטנס געזוכטע ליסטע
בילד

מאנטאג מאי 02, 2011 10:46 am

באמבאסטיש האט געשריבן:
תהוובהו האט געשריבן:איך האף אז קיינער גלייבט נישט דעם בילד פון דעם טויטן בין לאדין. עס קוקט אויס אינגאנצן א געפאטשקעטע און אויב קיינער פון די נייעס אגענטורן ברענגען עס נישט איז עס ווארשיינליך א געמאכטע מעשה.

אוודאי איז עס פאלטש! ווער ס'האט איין רגע געקלערט אז ס'איז עכט, ברויך א גרויסע דאקטער.

פאקטיש האבן פארשידענע מידיא-אגענטורן בטעות גענוצט דעם בילד.

מאנטאג מאי 02, 2011 10:57 am

לובלין האט געשריבן:בוש האט געזיכט און אינוואדירט אפגאניסטאן ווי בין לאדין איז נישט געווען,
פרעזידענט אבאמא האט פארשטארקערט די אטאקעס אין פאקיסטאן, טשעינזש ווי קען בעליוו!

רבותי לערנטס היסטאריע!!!!!!
אבאמא האט געזאגט אז ער גייט גיין קיין אפגאניסטאן צו כאפן בין לאדין, למעשה איז דאס פאקיסטאן, און סהאט נישט מיט ווי די פרעזידענטן האבן געצילט די על קאידא אדער אנדערע ארגאניזאציעס וואס צילן דירעקט אמעריקא.

די זעלבע איינהייט וואס געט זיך אפ מיט כאפן בין לאדין איז די זעלבע ביי ביידע פרעזידענטן, און זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע מלחומות אקעגן מדינות מיט די דראנס וכו', סוואלט מיר נישט געווען קיין גרויסע חידוש אויב אסאמא וואלט זיך באהאלטן אין וואשינגטאן די סי פאר די זעלבע געלט...

אבער סשטותים, וואס א נפק"מ צו בין לאדין סאדאם חמאדזינדאזאעד אדער עני1 וואס צילט אמעריקא?

א שאד א יעדע ארכי טעראריסט וואס מהרגט נישט פאר ער פירט אויס פלענער!

מאנטאג מאי 02, 2011 10:58 am

Wikileaks: Al Qaeda to unleash nuclear hellstorm if Osama killed (Drudge)

מאנטאג מאי 02, 2011 10:59 am

פאר די וואס ברויכן הארטע פראוף.

אין ווייסן הויז דעבאטירט מען יעצט אויב די מיליטער זאל ארויסגעבן די בילדער וואס זיי האבן גענומען פון בין לאדין'ס טויטע קערפער כדאי צו ווייזן פאר די וועלט.

די סיבה פארוואס נישט איז וויבאלד זיין קאפ איז שטארק בליטיג פונעם קויל העכער זיין אויג.

מאנטאג מאי 02, 2011 11:09 am

אבאמא רעדט שוין ווייטער

מאנטאג מאי 02, 2011 11:09 am

בוש קומט זיך טאקע מתחילה קרעדיט פארן אנהויבען מיטן גאנצען אייפער די קריג קעגען טעראר, אבער ער האט שטארק פארפאטשקעט אין די ענדע אין אסאך שאדען געמאכט מיטען אוועקפירען די גאנצע אויפמערקזאמקייט צי איראק וואס איז קיינמאל געווען א עכטע געפאר פאר אמעריקע, אל קאידה איז געווען די ריכטיגע און שעדליכסע געפאר פאר אמעריקע.
אבאמא האט איבערגענומען אפגאניסטאן אין א טאטאלע כאאס אין חורבן, ער האט איבערגענומען אין א צייט וואס אמעריקע האט שלימזלותדיג איינמאל אין נאכאמאל פארלוירן שפירען פון אסאמא וואס האט זיך כסדר ארויסגעגליטשט ווי א אויליגע פיש, אל קאידה האט זיך געהאט צוריק געהויבן דאס קאפ ווען די דרוק פון די אמעריקאנע מלחמה האט נאכגעלאזט, אין זיך קאנצעטרירט און איראק, אבאמא האט פריש באנייעט די ריכטיגע מלחמה קעגען טעראר אין אפגאניסאן אין פאקיסטאן, דערמאטיש געהעכערט די דראון אטאקעס, אין עוואונטאל אראפגערוימט די ארכי טעראריסט אסאמא בין לאדין.

סאו לאמיר שרייען אלע צוזאמען, קרעדיט קומט זיך פאר..יא ...צוגעטראפען,זיכער בוש, און אויך פאר מיר, פארוואס נישט.

מאנטאג מאי 02, 2011 11:25 am

אינדיע כאפט זיך צו, צו באשילדיגן פאקיסטאן אין שטיצן טעראריזם

מאנטאג מאי 02, 2011 11:35 am

איך פארשטיי נישט בוש האט געוואלט און געכאפט סאדאם און סקומט אים די גאנצע קרעדיט
אבאמא האט געוואלט און געכאפט אסאמא און סקומט אים די גאנצע קרעדיט

ביידעי וועי ווי האלט אבאמאס אפראוועל?
אויב סגייט נישט ארויף גענוג הויך האט נאך מיט ראמני א טשענס...

מאנטאג מאי 02, 2011 11:39 am

@Fartzatishe

Clinton tried & failed. Bush tried & failed. Obama tried & succeeded. The moral of this is...If u want someone dead, hire a African-American
שרייב א תגובה

Advertisement