דינסטאג מרץ 29, 2011 3:26 pm
קרעמער האט געשריבן:"אויסמעקן אן אשכול" וואלט איך נישט כארעקטעריזירט "צוטריט צו יענעמס פריוואטקייט"
זיכער נישט,
100 פארצענט,
איך האב זיך באצויגן צו דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט אז די הנהלה פון פעיסבוק האט צוטריט צו יענעמס זאכן און קען אויסמעקן א עקזעזטירענדע אשכול מיטן שורש,
צו דעם האב איך זיך באצויגן אז אונזערע מנהלים קענען דאס אויך טוהן.
נאר איך האב ליב געהאט ווי ער שרייבט
נאפאליאן האט געשריבן:הייסט עס אז און יעדע אומאנגעגעבענע מינוט קען מיסטער זאקן-בערג און זיינע פריינט כאפן א בליק.....
און אזוי אויך די מענטשן וואס פירן אן מיט גוגל און יאהו,
האב איך זיך באצויגן ווי א המשך צו דעם אז אויך אונזער הנהלה קען.
דינסטאג מרץ 29, 2011 6:55 pm
נאפאליאן, האסט מיר אומזיסט אנגעצויגן.
זונטאג אפריל 03, 2011 11:44 am
א אידישער אדוואקאט (און נישט קיין קליינער אטענשאן זוכער)
קלאגט אן פעיסבוק און מארק צוקערבערג פאר'ן נישט זאפארט ארונטערנעמען דעם אינטיפאדא\דזשיהאד בלאט.
זונטאג מאי 15, 2011 9:49 pm
איך ווייס נישט צו מען קען עס שוין אנרופן אינטיפאדא, אבער, עס איז קלאר עפעס א רודעריי געוועהן אין דעם פארלאפענעם מאי דער פופצענטער למספ', וואס איז אויסגעפאלן די דריי און זעכציג'סטער יארטאג פון די פאלעסטינע גירוש אין מדינת ישרא' אין וועלכן די פאלעסטינע פייערן זייער יום המר "די נאקבא טאג"
טויזענטער פאלעסטינע אראבער פון די מערב ברעג, לבנון, און סיריע האבן מארשירט צו די גרעניצן פון מדינת ישרא' אין א אומפאראויסגעזענע געשעעניש, און פראטעסטירט דאס מדינת ישרא' פארכאפונג פון זייער טעריטאריע, שטעטלעך, היימען.
פעיסבוק, האט געשפילט א גאר וויכטיגע ראלע אין צוזאמברענגען אזויפיל יונגען צו די פראטעסטן אין וועלכע אמווייניגסטנס צוועלף זענען דערשאסן געווארן דורך מדינת ישרא' מיליטערישע פערסאנאל ביי די גרעניצן.
אבער אויך די אינערליכע קאנפליקטן אין די שכינות'דיגע לענדער ארום מדינת ישרא' האבן געשפילט זייער טייל אין די נאקבא פראטעסטן.
די אינטערעסאנטסטע טייל דערפון און די וואס האט געהאלפן אביסל מאלן דעם געהעריגן בילד ארום די היינטיגע אומרוען איז די סיריע'שע גרעניץ. די סיריע'שע גרעניץ מיט מדינת ישרא' איז שוין א צירקע זיבן און דרייסיג יאר מער ווייניגער, און פארהעלטנסמעסיג רואיג און שטיל, די לעצטע עלעף יאר וואס "אסאד" איז ביי די מאכט אין סיריע איז קיין שום קאנפארטאציע צווישן זיין מיליטער און די פון מדינת ישרא' נישט פארגעקומען.
דאס גיבט די מעגליכקייט צו ציען א מסקנא, כאטש א אומקלארע, אז באשאר האט דירעקט צוגעלאזט די פאלעסטינע צו די גרעניץ פון מדינת ישרא' מיט'ן ציל אוועקצונעמען די מידיא אויגן פון זיינע אייגענע פראבלעמען מיט וואס ער ספראוועט זיך זייער שווער שוין צוויי חדשים. זיין האפענונג איז געוועהן אז עס וועט טאקע ווערן א גאנצע צירקוס שפיל און הייס פייער וועט פליען הין און צוריק און די וועלט וועט זיך אריינמישן, און די יו-ען וועט רעזולוציע'אירן און מען וועט שאפן ספעציעלע קאמיסיעס, און דאדורך וועט ער ביז דערווייל קענען עטוואס אפאטעמען פון זיין געדרוקטע לאגע.
וועט עס אים געלונגען?
זונטאג מאי 15, 2011 10:09 pm
נאקבא טאג 2011
- עטעטשמענטס
-

זונטאג מאי 15, 2011 10:32 pm