Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פאלעסטינע רעוואלוציע?-דריטע אינטאפאדא

מאנטאג מרץ 28, 2011 1:59 pm

מדינת ישרא' מיניסטארן, און יידישע גרופעס ארום די וועלט לייגן גרויס דרוק אויף די פירער פון די וועלט באקאנטע סאציאלע וועב-זייטל פעיסבוק [געשטאלט-בוך], אז זי זאל אראפנעמען פון איר זייטל דעם אראבישן דריטען אינטיפאדא זייט.

אין א בריוו וואס עדעלשטיין פון די דיפלאמאטישע מיניסטארן האט פערזענליך געשיקט צו מארק זאקענבערג וואס איז דרך אגב א איד, דרוקט ער אויס האפענונג אז זאקענבערג וועט פארשטיין דאס נויטפאל פון די מצב וואס קען געשאפן ווערן ארום דעם נייעם פעידש, ער ערקלערט אים אז די פעידש פאררופט די מאסן פאלעסטינע צו טון נישט מער און נישט ווייניגער נאר אויסמארדעווען ווי מער אידן עס איז מעגליך, און דערמיט טרעטן זיי אויף די אפיציעלע געזעצן פון פעיסבוק.

פעיסבוק האט שוין אויף איר אויפטוען היסטורי' מערערע פון די לעצטיגע רעוואלוציעס, זייענדיג פון די שליסלעך צום אראבישן אויפוואכונג און א רייע לענדער ארום מיטל מזרח, גיבנדיג די מעגליכקייט פאר גרופעס אויפשטענדלער זיך צו גרופירן אלס א פאראייניגונג און דערמיט שלאגן די רעגירונגען וואס אונטערדרוקן זיי.

איצט אבער איז געשאפן געווארן א נייע פרעצעדענט אינעם לאגע דורך א גאר ראדיקאלע פאלעסטינע גרופע, און זיי האבן גע'עפנט א פעידש וואס רופט די מאסן אנצוהייבן א "דריטע אינטיפאדא" אנטקעגן מדינת ישרא' צילן און אירע איינוואינער, אום מאי דעם פופצנטער. רח"ל, היל"ת.

דאס איז דערווייל גאר ניי, אז מענטשן זאלן גאר נוצן די זעלבע טעכנאלאגיע וואס העלפן זייערע ברודער אין זייערע שווערע מצבים, אויף פשוטע רציחה!!

דערווייל לאזט זיך מארק זאקענבערג הערן אז לויט ווי ער פארשטייט איז די פעידש יא איינגעהאלטן צו די פעיסבוק פארשריפטן, און דערפאר לאזט ער עס דערווייל גיין...

די פעידש האט שוין איצט אין מאמענט אריבער דריי הונדערט און פערציג טויזענט ליב-האבער. רח"ל

Advertisement

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:07 pm

דאס איז די לאגא ווי זיי סטראשען זאקענבערג מיט א בוי-קאט.

און אויך די אפיציעלע לאגא פונעם אינטיפאדא פעידש.
עטעטשמענטס
facebook-palestinian-intifada.jpg
דא איז די לאגא ווי זיי סטראשען זאקענבערג מיט א בוי-קאט.
187824_168041503248100_1822044_n.jpg

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:18 pm

ה' ירחם!

שה אחד בין שבעים זאבים

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:28 pm

איך מיין אז אויב די אראבער בויקאטן פעיס בוק טוהען זיי זיך אליין אפ, ווען נישט פעיסובק איז נאך מובאראק אין עגיפטן.

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:32 pm

אווי די קרייצציגלער!!! ה"י

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:34 pm

זאל דער פון אויבן ב"ה האלטן די רעכטע האנט

(באלאנגט נישט דער אשכול אין מקום המקדש פארום, וואו איז קליקו?...........)

מאנטאג מרץ 28, 2011 2:36 pm

שרעקעדיג.

מאנטאג מרץ 28, 2011 3:12 pm

דיסקלעימער: איך פרעג נאר.

נאפאליאן האט געשריבן:ער ערקלערט אים אז די פעידש פאררופט די מאסן פאלעסטינע צו טון נישט מער און נישט ווייניגער נאר אויסמארדעווען ווי מער אידן עס איז מעגליך
איז דאס אמת, קען איינער מעתיק זיין דעם פעידזש?

אויב יא דאן וואס איז פשט פון דעם:
נאפאליאן האט געשריבן:דערווייל לאזט זיך מארק זאקענבערג הערן אז לויט ווי ער פארשטייט איז די פעידש יא איינגעהאלטן צו די פעיסבוק פארשריפטן, און דערפאר לאזט ער עס דערווייל גיין...

מאנטאג מרץ 28, 2011 3:31 pm

באמת שרעקעדיג

אבער דו באציקערסט דעם באריכט מיטן שרייבן זאקנ-בערג אנשטאט זוקערבערג (פארפאלן, זאקען מאכט מיר פרייליכער ווי צוקער)

מאנטאג מרץ 28, 2011 8:43 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך מיין אז אויב די אראבער בויקאטן פעיס בוק טוהען זיי זיך אליין אפ, ווען נישט פעיסובק איז נאך מובאראק אין עגיפטן.


גענוי דאס האב איך מיר געקלערט...

דארף מען נאר אריינשיקן פאר זאקן-בערג דעם מהלך המחשבה, און אז ער האט זיך נישט פארוואס צו פארכטן.

און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז ראבערט גיבס די ארויסגייענדע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר איז אין ערענסטע שמועסן מיט "פעיסבוק" איבער א פאזיציע אין זייער פירמע, אלס פרעס סעקרעטאר!!!

די נייעס קומט נאכדעם וואס פשוטע ביזנעסעס זענען ארויפגעשטופט געווארן אויף די פאליטישע ארענע, און זיי זענען שולדיג אין אסאך פון די פאליטישע נייעס ארום די וועלט, זעעהן זיי פאר וויכטיג צו נעמען "ווארטזאגער" וואס זאל גיין פאר זיי און קומען פאר זיי אין ווארט!

אזוי קוקט אויס ווען פעיסבוק און גוגל דאמינירן די פאליטישע מאפע פון די וועלט....

וועלן נאך טוויטער מיט פעיסבוק אמאל פארמאגן אייגענע סטעלט פליגערס? וועט נאך א צונאמי אמאל באוואשן גוגל'ס הויפטקוואטירן אין קאליפארניע, און אנזייען א נוקלעארע שרעק?

ווער ווייסט!!!

מאנטאג מרץ 28, 2011 9:09 pm

איזעי האט געשריבן:דיסקלעימער: איך פרעג נאר.

נאפאליאן האט געשריבן:ער ערקלערט אים אז די פעידש פאררופט די מאסן פאלעסטינע צו טון נישט מער און נישט ווייניגער נאר אויסמארדעווען ווי מער אידן עס איז מעגליך
איז דאס אמת, קען איינער מעתיק זיין דעם פעידזש?

אויב יא דאן וואס איז פשט פון דעם:
נאפאליאן האט געשריבן:דערווייל לאזט זיך מארק זאקענבערג הערן אז לויט ווי ער פארשטייט איז די פעידש יא איינגעהאלטן צו די פעיסבוק פארשריפטן, און דערפאר לאזט ער עס דערווייל גיין...


זיין זיך זעלבסט דערקלערן אלס אטעאיסט און נישט-גלויבליך, מאכט זיין "אפענעם קעפל" וואנערעבל צו פארנעמען אפענע קאנטרעדיקאציעס!!! דער זוקערבערג האלט זיך פאר א גאר אויפגעקלערט יונגל.

אבער דאס וואס דו פרעגסט צו עס שטייט טאקע אזוי אויף זייער פעידש, אט האסטו דעם פולען ציטאט אין א פרייען איבערזעצונג; די צייט פון גאולה וועט נישט קומען ביז די מוסלומענער וועלן שלאגן די אידן, און אפילו די שטיינער און ביימער (ווי די יודן וועלן זיך פרובירן צו באהאלטן) וועלן שרייען זעענדיג א יוד "אוי, מאסלים! דא איז א יוד, קויל'עווע אים אויס!!

דאס איז נאר איינע פון די אפיציעלע סטעיטמענטס, און צוגאב צו די הונדערטער, און טויזענטער קאמענטארן וואס די ליב-האבער שרייבן דארט צו, מיט העסליכע פרייד...

מאנטאג מרץ 28, 2011 9:59 pm

ה' ירחם עלינו ועל פליטתינו!!!

היל"ת בעזר הבורא!

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען נישט פעיסובק איז נאך מובאראק אין עגיפטן.

טאקע דאס קיצעלט, מיט אזא נעץ ווי טוויטער/פעיבוק קען יעדע נער'יש קינד אויפקומען מיט עפעס, און ביז א מינוט האלט די גאנצע וועלט מיט,
"נאר" דורך די סייטס וואקלען זיך אזויפיל בענקלעך אין מיטל מזרח!

באשעפער!!

מאנטאג מרץ 28, 2011 10:08 pm

משיח האט געשריבן:ה' ירחם עלינו ועל פליטתינו!!!

היל"ת בעזר הבורא!

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווען נישט פעיסובק איז נאך מובאראק אין עגיפטן.

טאקע דאס קיצעלט, מיט אזא נעץ ווי טוויטער/פעיבוק קען יעדע נער'יש קינד אויפקומען מיט עפעס, און ביז א מינוט האלט די גאנצע וועלט מיט,
"נאר" דורך די סייטס וואקלען זיך אזויפיל בענקלעך אין מיטל מזרח!

באשעפער!!


רבותי - אין אזא צייט קען מען נאר צוויי זאכן
1. - מיט ''שמחה'' קען מען אלעס פועל'ן פרייליך אין איעדע צייט,,נאר מיט שמחה קען,, אלעס פועלן
2. קען זיין בד''א - ["נאר" דורך די סייטס וואקלען זיך אזויפיל בענקלעך אין מיטל מזרח!] - אז מ'פראבירט צו היטן זיך פון די אלע נישט כשר'ע סייט' = און דעם זכות וועט מען אלעס דורכקומען און וועט אונז היטן פון אויבן

מאנטאג מרץ 28, 2011 10:55 pm

נאפאליאן האט געשריבן:אבער דאס וואס דו פרעגסט צו עס שטייט טאקע אזוי אויף זייער פעידש, אט האסטו דעם פולען ציטאט אין א פרייען איבערזעצונג; די צייט פון גאולה וועט נישט קומען ביז די מוסלומענער וועלן שלאגן די אידן, און אפילו די שטיינער און ביימער (ווי די יודן וועלן זיך פרובירן צו באהאלטן) וועלן שרייען זעענדיג א יוד "אוי, מאסלים! דא איז א יוד, קויל'עווע אים אויס!!


ווי עס ליגט מיר אין קאפ איז די מימרא פונעם קוראן, [ווי ס'איז אויך משמע פונעם לשון המקראי-פיוטי].

(און ביטע ברענגט נישט אריין די שיטה פונעם סאטמאר'ן רב ז"ל אין יעדע נייעס אשכול, ייש"כ).

דינסטאג מרץ 29, 2011 12:07 am

כדרכם פון די ישמעאלים וועלכע האבן איבער געדרייט די גאנצע תורה אויף ישמעאל'ן
לדוגמא עקידת יצחק האט גאר פאסירט מיט ישמעאל
דעם עגל האבן די אידן געמאכט ווייל זענען זינדיג (זיי זענען מקפיד עס צי דערמאנען יעדען טאג)
האבן זיי גענומען דעם פסוק אז ירננו עצי היער און אריין געלייגט זייער טינופת

דינסטאג מרץ 29, 2011 8:47 am

פעיסבוק האט ארונטערגענומען די פעידזש.

'הארץ' באריכטעט אז ס'שוין דא א צווייטע פעיסבוק בלאט מיט'ן זעלבן נאמען.

דינסטאג מרץ 29, 2011 11:46 am

יהיה כן האט געשריבן:זאל דער פון אויבן ב"ה האלטן די רעכטע האנט

(באלאנגט נישט דער אשכול אין מקום המקדש פארום, וואו איז קליקו?...........)


יא יא ווען מזאל נישט מעקן א יעדע צווייטע תגובה וואס איך שרייב דא...

ווייז מיר איין מראה מקום אז "כלל ישראל וועט אויפנעמן איינעם אלץ משיח" איז כפירה.

דינסטאג מרץ 29, 2011 1:04 pm

איך וויל דיר נישט ווייזן!!
פשוט ווייל כ'פארשטיי נישט דעם קישור פון די צוויי מדרשים.....

דינסטאג מרץ 29, 2011 2:00 pm

זייער שיין פון פעיסבוק, נאך די גרויס דרוק פון עי די על, און פון די מדינת ישרא' מיניסטער, און נאכן איינזעהן די רעלעוואנס פון זייער קאמפלעינט, האבן זיי ענדליך ארונטערגעריסן דעם פעידש.

עס דארף אבער באמערקט ווערן צוויי פונקטן אין צוזאמענהאנג מיט די גינסטיגע נייעס.

איינס, דאס טייטש איז אויס? אז פעיסבוק נעמט עס ארונטער קען מען שוין נישט ארגאניזירן אזא אינטיפאדא מיט די הילף פון אנדערע טעכנאלאגיע, כעין פעיסבוק? ווי טוויטער וכדומ', און קענען די אראבער נישט אליין מאכן א כמו פעיסבוק בלויז פאר דעם ציל? די נייקייט פון פעיסבוק איז א אויפטוה וואס אנדערע קענען לייכט קאפירן!!!

צווייטנס, וואס איז מער שרעקעדיג איז, ווי ווייט פעיסבוק און אירע עקזעקיוטיוון האבן א דאמינאנץ אויף אלעס וואס ווערט געשריבן און גערעדט דורך זייערע אפאראטן!! דאס איז דאך האר-אויפשטעלנד, די מאס מאכט וואס דאס גיבט זיי אויף יעדן און אויף אלס.

הייסט עס אז און יעדע אומאנגעגעבענע מינוט קען מיסטער זאקן-בערג און זיינע פריינט כאפן א בליק, און אפשר מער פון א בליק אין וועמען עס געפעלט אים'ס פריוואטקייטן.....

און אזוי אויך די מענטשן וואס פירן אן מיט גוגל און יאהו, זיי האבן דאך אזא פרייע האנט צורירן צו אלעם וואס רבינו גרשום האט נישט געלאזט!!

דאס איז א זאך וואס דארף באזארגן די מענטשהייט נאך מער פון די אינטיפאדא רופן, וואס לויט פיל עקספערטן האט קיינמאל נישט געשאפן א גאר ערענסטן שרעק, לויט זייערע אפשאצונגען ארום די סטאטוס אין גאזא און אין די מערב ברעג, נאכדעם וואס עס איז זייער אומסטאביל דארט צווישן די צוויי גרופעס פאטאך און כאמאס. און א רעוולוציע אנקעגן די רעגירונגען פון די פאלעסטינע קען ליבערשט פאסירן!!

דינסטאג מרץ 29, 2011 2:29 pm

נאפאליאן האט געשריבן:הייסט עס אז און יעדע אומאנגעגעבענע מינוט קען מיסטער זאקן-בערג און זיינע פריינט כאפן א בליק, און אפשר מער פון א בליק אין וועמען עס געפעלט אים'ס פריוואטקייטן.....
און אזוי אויך די מענטשן וואס פירן אן מיט גוגל און יאהו, זיי האבן דאך אזא פרייע האנט צורירן צו אלעם וואס רבינו גרשום האט נישט געלאזט!!

אויך די מנהלים פון איי וועלט האבן...

דינסטאג מרץ 29, 2011 3:10 pm

משיח האט געשריבן:
נאפאליאן האט געשריבן:הייסט עס אז און יעדע אומאנגעגעבענע מינוט קען מיסטער זאקן-בערג און זיינע פריינט כאפן א בליק, און אפשר מער פון א בליק אין וועמען עס געפעלט אים'ס פריוואטקייטן.....
און אזוי אויך די מענטשן וואס פירן אן מיט גוגל און יאהו, זיי האבן דאך אזא פרייע האנט צורירן צו אלעם וואס רבינו גרשום האט נישט געלאזט!!

אויך די מנהלים פון איי וועלט האבן...

שקר וכזב. מיר האבן נישט קיין צוטריט צו פריוואטע הודעות.

דינסטאג מרץ 29, 2011 3:15 pm

און דאס וואס די טערקישע פאלק האט אויסגעקליבן די בעסטע בילד פון איבער טויזענט, די בילד פון א צובליטיקטער זעלנער אויף די מארמארא שיף, איז דאס בעסער?

די פעלקער זענען באמת אין א פארטויפונג אין שנאת ישראל ממש בכל דקדוקי ההלכה

דינסטאג מרץ 29, 2011 3:16 pm

אדון קרעמער, איך האב נישט געמיינט דיר אזוי צו באליידיגן,
איך האב גערעדט פון דעם אז די מנהלים האבן די זעלבע צוטריט צוטריט צו יענעמס פריוואטקייט אזויווי דאס וואס מר זאקן פון פעיסבוק האט יעצט געטוהן צו די בלאט, אויף אונזער שפראך הייסט עס: "אויסגעמעקט די אשכול",
אבער נישט ח"ו אז איר זענט עובר אויף וואס רבינו גרשום לאזט נישט.

ביטע אנטשולדיגן נאכאמאל.

דינסטאג מרץ 29, 2011 3:18 pm

קליקו האט געשריבן:די פעלקער זענען באמת אין א פארטויפונג אין שנאת ישראל ממש בכל דקדוקי ההלכה

יא יא, אויף די שבע מצוות בני נח זענען די חברה נישט אזוי מדקדק,
אבער אויף די איינע הלכה, "הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב", צו ס'איז עשו אדער זיין שווער ישמעל,
אויף דעם זענען זיי מקפיד יוצא צו זיין לכל השיטות.

דינסטאג מרץ 29, 2011 3:19 pm

משיח האט געשריבן:אדון קרעמער, איך האב נישט געמיינט דיר אזוי צו באליידיגן,
איך האב גערעדט פון דעם אז די מנהלים האבן די זעלבע צוטריט צוטריט צו יענעמס פריוואטקייט אזויווי דאס וואס מר זאקן פון פעיסבוק האט יעצט געטוהן צו די בלאט, אויף אונזער שפראך הייסט עס: "אויסגעמעקט די אשכול",
אבער נישט ח"ו אז איר זענט עובר אויף וואס רבינו גרשום לאזט נישט.

ביטע אנטשולדיגן נאכאמאל.

"אויסמעקן אן אשכול" וואלט איך נישט כארעקטעריזירט "צוטריט צו יענעמס פריוואטקייט"

אפשר ווייל איך בין א נוגע בדבר :?
שרייב א תגובה

Advertisement