רעוואלוציע אין סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אפריל 09, 2017 9:32 pm

בוידעם האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:פון אינערליכע קוועלער הערט מען אז סיריע האט געהאט גאנץ א קנאפע שאדן פון די באמבעס. מיליטערישע פליגער האבן זיך שוין געהויבן פון דעם לופט-פעלד איין טאג נאך די באמבארדירונגען.

אסאד דארף כאפן פיל שטערקערע מכות. דאס איז געווען א פעטשל פאר א שרעקליכע מעשה רציחה.

טראמפ היקר: אמעריקע קען בעסער פון דעם.

ווי ניקי העילי האט געזאגט אין די יו ען, אמעריקע האט פלענער גרייט גרעסערע פלענער, דאס איז געווען א ווארענונג שאט, אויב ביהעיווט ער נישט קומט נאך.

אבאמאס רויטע ליניע איז געווען א אפאר וועטער, טראמפס רויטע ליניע איז געווען אפאר באמבעלעך, מיט די צייט העמער זען וועכע עס ברענגט מען ריזאלטאטן.

די חילוק פון אפאר ווערטער ביז אפאר באמבעלעך, איז אזוי נישט מיר נישט דיר נישט אפאר מעלאנעלעך.

קודם ווייס איך שוין אז בוידעם איז א פיסקעל קאנסערוועטיוו, אבער עס איז נישט קיין קונץ צו קארגן ווען מען רעד פון מענטשליכע לעבנס, אויב דאס איז די וועגן טאר מען זיך נישט צוריקהאלטן, דאס איז חוץ דעם וואס זינט אבאמאס ווערטער האט עס נאך געקאסט אזוי סך געלט אדער מער...

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:20 am

איך האב נישט געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע שריט, איך האב מיר נאר באצויגען צו די ׳באמבעלעך׳ אז דאס קאסט אפאר ׳מעלאנעלעך׳.

אגב, איך בין נישט קיין פיסקעל וכו׳, איך בין א סאטמארער (וועלכע?)
רצונינו לעשות רצוניך.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:24 am

סראלי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:

A HuffPost/YouGov survey finds 51 percent of Americans support the president's decision to order the airstrikes .

אוי, דאס אלעס?
כ'האב מיך געראכטן אויף בייפארטיזען סופפארט.

איי געס א פראגע וואס האט די נאמען 'טראמפ' אין זיך פארזיגלט די רעזולטאטן..

מיט וויפיל פונקטן האט הילערי געדארפט באזיגן טראמפ אין די סווינג שטאטן לויט די אויבערדערמאנטע פאול?...

יאפ׳ס ! זיי האבן א רעקעארד פון איבערשאצן, לכאורה איז עס נאר 40% וואס שטיצט די עיר סטרייק.
רצונינו לעשות רצוניך.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:36 am

What difference at this point does it make?!
ישראל אשר בך אתפאר

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:47 am

סארי, ס׳האט אויסגעקוקט פון דיין קשיא אז עס מאכט יא א דיפרענד.
עפעס האט זיך געטוישט זינט דעלמאטס ? (חוץ אז מען האט אינצווישן בודק חמץ געווען).
רצונינו לעשות רצוניך.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מאנטאג אפריל 10, 2017 12:51 am

איך לאך ווען עמיצער פרייט זיך מיט א פאול וואס איז נישט אין פעוואר פון טראמפ. ווייל איין מינוט, זענען די פאולס בעפאר נאוועמבער דען געווען אין זיין פעוואר?...
ישראל אשר בך אתפאר

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אפריל 10, 2017 7:15 am

האבען אונז דא א מחלוקת כאפצעם און בוידעם
כאפצעם האלט אז עכט שטיצען עס מער מענטשען נאר ווי באלד די נאמען טראמפ איז דערמאנט האבען מענטשען נישט גענטפערט ריכטיג (זעהט אויס אז ער איז מודה אז פאולס וואס האבען די ווארט טראמפ זענען גארנישט ווערט ביזדערווייל)

און בוידעם האלט אז עכט שטיצען עס ווייניגער מענטשען (איך האלט אז עס איז נישט מסתבר)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 7:48 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:האבען אונז דא א מחלוקת כאפצעם און בוידעם
כאפצעם האלט אז עכט שטיצען עס מער מענטשען נאר ווי באלד די נאמען טראמפ איז דערמאנט האבען מענטשען נישט גענטפערט ריכטיג (זעהט אויס אז ער איז מודה אז פאולס וואס האבען די ווארט טראמפ זענען גארנישט ווערט ביזדערווייל)

נישט אז מ'ענטפערט נישט ריכטיג, מ'קוקט באמת אן שלעכט די נושא אויב הערט מען אז טראמפ איז דער וואס האט עס געטוהן..

זיי דערפן ווען לייגן 'פענס' אינעם פראגע..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 8:10 am

מאכט שוין מער סענס:

CBS: 57% approve of Syria strike, 70% want Congress approval for anything more, only 18% support ground troops https://t.co/v5BvV4xiLl

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 9:04 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:האבען אונז דא א מחלוקת כאפצעם און בוידעם
כאפצעם האלט אז עכט שטיצען עס מער מענטשען נאר ווי באלד די נאמען טראמפ איז דערמאנט האבען מענטשען נישט גענטפערט ריכטיג (זעהט אויס אז ער איז מודה אז פאולס וואס האבען די ווארט טראמפ זענען גארנישט ווערט ביזדערווייל)

און בוידעם האלט אז עכט שטיצען עס ווייניגער מענטשען (איך האלט אז עס איז נישט מסתבר)

בוידעם האט גערעדט סארקאסטיש.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 10, 2017 3:18 pm

BREAKING: Senior U.S. official says U.S. has concluded that Russia knew in advance of Syria's chemical weapons attack last week

אין אנדערע נייעס האט פוטין היינט געמאלדן אז ער וועט זיך נישט טרעפן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט 'טילערסאן' ביי זיין באזוך אין רוסלאנד.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 10, 2017 3:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:BREAKING: Senior U.S. official says U.S. has concluded that Russia knew in advance of Syria's chemical weapons attack last week

אין אנדערע נייעס האט פוטין היינט געמאלדן אז ער וועט זיך נישט טרעפן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט 'טילערסאן' ביי זיין באזוך אין רוסלאנד.

ס'כאפט א פחד די נייעס .
איך האף נאר אז די וועלט גייט עס גיט אויפשפילן אז רוסלאנד וועט מוזן עפעס טוען למעשה אלץ תשובה
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

תגובהדורך מענטשעלע » מאנטאג אפריל 10, 2017 4:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:BREAKING: Senior U.S. official says U.S. has concluded that Russia knew in advance of Syria's chemical weapons attack last week

Wow
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אפריל 10, 2017 5:34 pm

"A Russian-made fighter jet bombed the hospital in what American officials believe was an attempt to cover up the usage of chemical weapons"
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 12, 2017 9:59 pm

כאפצעם האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:

A HuffPost/YouGov survey finds 51 percent of Americans support the president's decision to order the airstrikes .

אוי, דאס אלעס?
כ'האב מיך געראכטן אויף בייפארטיזען סופפארט.

איי געס א פראגע וואס האט די נאמען 'טראמפ' אין זיך פארזיגלט די רעזולטאטן..

הוא אשר דברתי:

Nearly two-thirds of voters, 66 percent, support last week’s airstrikes on a Syrian air field, the Politico/Morning Consult poll shows

The poll shows a wider margin of support than other public polls. In describing the action to poll respondents, the POLITICO/Morning Consult survey did not say that the strikes were ordered by Trump. Additionally, the poll described the strikes as a response “to deadly chemical weapons attacks against Syrian citizens, allegedly ordered by [Syrian President] Bashar al-Assad.” Other surveys do not include the information that the chemical weapons attacks were deadly — or don’t mention the chemical weapons at all.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 12, 2017 10:05 pm

קאמאנטארן זענען איבעריג
צוגעלייגטע
IMG_20170412_220422.jpg

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך אפריל 12, 2017 11:10 pm

כאפצעם האט געשריבן:BREAKING: Senior U.S. official says U.S. has concluded that Russia knew in advance of Syria's chemical weapons attack last week

איז דא עפעס אן אפדעיט איבער דעם? פלאנט אמעריקע-טראמפ צי טוהן עפעס דערוועגן?
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יוני 18, 2017 7:15 pm

WOW

א אמעריקאנע עף 18 האט אראפגעשאסן א סירישע מלחמה דשעט נאך וואס עס האט באמבאדירט אמעריקאנע געשטיצטע קרעפטן

כ'מיין אז דאס איז די ערשטע מאל אזאנס פאסירט

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יוני 18, 2017 11:52 pm

אביסל מער פרטים איבער דעם פאסירונג

אום 4:30 לאקאלע צייט האבן סירישע קרעפטן אטאקירט אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן וועלכע מארשירן אויפן וועג צום לאנג ערווארטעטע שלאכט איבער ראקא

די רעבעלן האבן איינגענומען א שטעטל "דשאדין" - וועלכע איז נישט צו ווייט פון ראקע - ווען מיטאמאל האבן סירישע קרעפטן (איך בין נישט קלאר אויב ס'געוועהן עיר אדער גראָונד פארסעס) אטאקירט די רעבעלן און זיי ארויסגעצווינגען פון שטאט

די יו. עס. עיר-פארס האט ארויסגעשיקט פליגער וועלכע זענען געפלויגן נידריג און ווילד ווי צו ווייזן מאכט, און די סירישע האבן טאקע באקומען דעם מעסעדש און זיך אפגעטראגן

גלייך האבן די קאליציע אנפירער אנגעקלינגען די ספעציעלע האטליין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן צווישן רוסלאנד און אמעריקע צו פארמיידן אזאלכע צוזאמשטויסן און געפריווט צו בארואיגן די מצב

אום 6:43 האט אבער א סירישע פליגער ארונטער געלאזט עטליכע באמבעס נעבן די אמעריקאנער געשטיצטע כוחות און א יו. עס. עף 18 איז ארויסגעפלויגן פון א דערנעבענדיגע עירקרעפט קעריער און געטראפן דעם פליגער און עס זאפארט אראפגעשאסן

די שיקזאל פונעם פילאט איז נישט באקאנט

די קאליציע האט ארויסגעשיקט א סטעיטמענט אז זיי זענען נישט פאראינטערעסירט זיך צו שלאגן מיט אסאד אדער מיט רוסלאנד, אבער אין דעם פאל זענען זיי געוועהן געצווינגען צו נעמען שריט - אין סעלף דיפענס -צוליב וואס די פליגער האט נאך געהאט באמבעס און זיי האבן זיך געשפירט דירעקט באדראעט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 18, 2017 11:55 pm

נאר אזוי... מ'דארף קענען רוסיש... ווען מ'שיסט, שיסט מען צוריק, דיפלטמאטיע העט נאכפאלגן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יוני 19, 2017 12:24 am

נאך ווי א רויטע ליין.... העמער זען צו אסאד האט געכאפט די מעסידזש.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יוני 19, 2017 12:41 am

דער רוסישער בער גייט פיין ווילדעווען קומענדיגע טעג...

יישר כח @יש ברירה, האסט נישט מורא צו זיין אין א מלחמה זאנע צו רעפארטן נייעס?...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 19, 2017 8:19 am

די רוסן זאגן

1) זיי סטאפן די סיריע קאארדינאציע מיט אמעריקא (דאס הייסט א ספעציעלע קאמיוניקאציע ליניע ווי ביידע זייטן האבן אנגעהאלטן פארבינדונגען נישט צו באמבאדירן דעם אנדערן).

2) פון היינט אן וועלן זיי טארגעטען אמעריקאנע פליגער

איך האלט אז אין ביי א קלינטאן פרעזידענסי וואלט עס געווען א שעדליכע עסקילאציע. ביי טראמפ וויל אבער פוטין נעמען די געלעגענהייט און גוט ווערן מיט אמעריקא, די אלע סטראשונקעס זענען בלויז רעטאריק וואס ער מוז ניצן צו ווייזן ער איז דא...

באט העי.. יו נעווער נאו..

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 19, 2017 9:35 am

אזוי לאנג ווי רוסלאנד זאגט און אמעריקא באמבאדירט שטיימער גוט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 19, 2017 1:00 pm

וואס טוהט זיך מיט די "רויטע ליין "פון וואס רוסלאנד און איראן האבן גערעדט ביי די פאריגע אטאקע?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg, yid101, כשרע טעלעפאון, נאכטלאמפ, קול זעקה, שכל טוב און 34 געסט