היינט פרייטאג זענען ווידער פארגעקומען שארפע פראטעסטן אין מערערע שטעט. טראץ דעם אויסנאם'ס צושטאנד וואס הערשט דארט שוין צענדליגע יארן, האבן טויזענטער אנטייל גענומען אין די פראטעסטן. אין דערא, וואו די הייסטע פראטעסטן קומען פאר, האבן פראטעסטירער געשריגן אויף מעהאר אסאד, ברודער פון סיריע'ר פרעזידענט\קעניג און הויפט פון מיליטער: "מאהער דו פחדן. שיק דיינע טרופן באפרייען דעם גולן."
דער מוכתר פון דערא זאגט אז זיי האבן געכאפט אן איראנער סנייפער (ציל-שיסער) וואס רעדט אפילו נישט קיין אראביש.
Deraa's Mukhtar (village chief) Muhammad al-Mehamid claimed that protestors in the city captured an Iranian sniper brought into the area to fire at protestors. "What's happening in Deraa is a great embarrassment to President Assad," he said in a TV interview. "Images of weapons which Syrian TV said came from Deraa are baseless. The Syrian intelligence cooked it up. The fire came from one source only – the Syrian's regime."
According to al-Mehamid "we have captured a man and we're waiting for the media to publish the truth. See that the man caught is a bearded Iranian who can't speak Arabic and has come to shoot us. We ask the international media – come see the truth."
די ענגלישע טעלעגראף האט פארעפענטליכט א ווידיאו וואו מ'הערט פשוט די קוילן פליען איבער די קעפ. א שרעק. ביי דעם לינק קענט איר עס זעהן, און נאך א גוטע באריכט אויף די פראטעסטן ביז היינט.
בקיצור, ס'איז פרייליך דארט. יעצט ווארט מען נאר צו זעהן ווען און אויב אמעריקע וועט זיך אננעמען פאר די אונטערדרוקטע מאסן אין סיריע, איידער דער היינטיגער אסאד טוט ווי זיין פאטער אין 1982, ווען יענער האט אויסגעשאכטן 20,000 מענטשן אין א מאסלעם בראדערהוד אויפשטאנד.