רעוואלוציע אין סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רעוואלוציע אין סיריע

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » פרייטאג מארטש 25, 2011 9:41 am

איך האב נאכנישט געזעהן קיין אשכול דערויף, אויסער די פון "רעוואלוציעס אין ווינדלען." אין סיריע האט מען ביז דאנערשטאג געציילט צענדליגע טויטע, און לויט די אפאזיציע איבער הונדערט טויטע אין די פראטעסטן. הונדערט טויטע פארדינט לכולי עלמא א באזונדערע אשכול, ווייל פון די ווינדלען איז עס שוין זיכער ארויס.

היינט פרייטאג זענען ווידער פארגעקומען שארפע פראטעסטן אין מערערע שטעט. טראץ דעם אויסנאם'ס צושטאנד וואס הערשט דארט שוין צענדליגע יארן, האבן טויזענטער אנטייל גענומען אין די פראטעסטן. אין דערא, וואו די הייסטע פראטעסטן קומען פאר, האבן פראטעסטירער געשריגן אויף מעהאר אסאד, ברודער פון סיריע'ר פרעזידענט\קעניג און הויפט פון מיליטער: "מאהער דו פחדן. שיק דיינע טרופן באפרייען דעם גולן."

דער מוכתר פון דערא זאגט אז זיי האבן געכאפט אן איראנער סנייפער (ציל-שיסער) וואס רעדט אפילו נישט קיין אראביש.

Deraa's Mukhtar (village chief) Muhammad al-Mehamid claimed that protestors in the city captured an Iranian sniper brought into the area to fire at protestors. "What's happening in Deraa is a great embarrassment to President Assad," he said in a TV interview. "Images of weapons which Syrian TV said came from Deraa are baseless. The Syrian intelligence cooked it up. The fire came from one source only – the Syrian's regime."

According to al-Mehamid "we have captured a man and we're waiting for the media to publish the truth. See that the man caught is a bearded Iranian who can't speak Arabic and has come to shoot us. We ask the international media – come see the truth."


די ענגלישע טעלעגראף האט פארעפענטליכט א ווידיאו וואו מ'הערט פשוט די קוילן פליען איבער די קעפ. א שרעק. ביי דעם לינק קענט איר עס זעהן, און נאך א גוטע באריכט אויף די פראטעסטן ביז היינט.

בקיצור, ס'איז פרייליך דארט. יעצט ווארט מען נאר צו זעהן ווען און אויב אמעריקע וועט זיך אננעמען פאר די אונטערדרוקטע מאסן אין סיריע, איידער דער היינטיגער אסאד טוט ווי זיין פאטער אין 1982, ווען יענער האט אויסגעשאכטן 20,000 מענטשן אין א מאסלעם בראדערהוד אויפשטאנד.
לעצט פאראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום פרייטאג מארטש 25, 2011 9:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 25, 2011 9:49 am

קען איינער דא געבן א קורצן ביאגראפיע איבער דעם סירישן פירער? ווי לאנג איז ער שוין ביי די מאכט? הערשט דארט טאקע א שטארקע דוקטאטורשאפט?

נאך איינער וואס וועט דאסמאל אריינקומען אין בילד איז זיכער מדינת ישראל. זינט זיי לויפן מיט איין גרעניץ באנאזאם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג מארטש 25, 2011 10:06 am

ייש"כ יודל פארן עפענען דעם אשכול. קיין חשש השגת גבול איז נישטא, זינט יואלי ווייס האט היפש לאנג געצעגערט, און אלע בקשות און תחנונים פון קרעמער איז געפאלן אויף טויבע אויערן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג מארטש 25, 2011 10:26 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן קיין אשכול דערויף

דא...

יישר כוח יודל פארן מאכן פתיחה און אריינלייגן סחורה, המתחיל אומרים לו גמור, ווילאנג אסאד איז אויפן בענקל ביזטו און דעם אשכול.



דעפענס סאקרעטערי ראבערט געיטס האט נעכטן אין תל-אביב געזאגט אז "די סיריע מיליטער זאל נעמען א לעקציע פון עגיפטן ווי די מיליטער איז געשטאנען אין א זייט און געלאזט צוקומען צו א רעוואלוציע" (דא).

כ'ווייס נישט פארוואס ס'דרוקט פאר אמעריקא אז אסאד זאל פליען, כאטש ער איז פאר אמעריקא קיין גוטער פריינד, דאך האלט ער מיט זיין דיקטאטורשאפט די איסלאמער פון זיך אויסגעבן אויף אונזערע זעקלעך ביינער.

יודל, האסט א הסבר?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 25, 2011 10:47 am

ס'זייער שווער אויסצורעכענען וויזוי אבאמא טראכט, ווייל ער אליין טראכט נישט, סאו איך לאז מיך ארויס דערפון.

איינער ווייסט אפשר ווי דער אויסערן פאליטיק עקספערט דזשאו ביידען איז אומגעקומען? פארוואס הערט מען נישט פון זיין עקספערטיז?

יודל, מיטן גיין פתיחה ווערט מען נישט אויס בעל קורא... גיי ווייטער, טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 25, 2011 10:49 am

צייטליך, זיין טאטע איז געווען קעניג יאאאארן, ער איז געשטארבן נישט לאנג צוריק.

צו ער איז א פריינט פאר אמעריקא? איימעניט, וואס איז ענגלאנד?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:02 am

צייטליך האט געשריבן:נאך איינער וואס וועט דאסמאל אריינקומען אין בילד איז זיכער מדינת ישראל. זינט זיי לויפן מיט איין גרעניץ באנאזאם.



צו די קרעדיט פון מדינת ישראל, זי האט דאסמאל נישט אריינגעשטעקט די נאז אין ענינים וואס אנבאלאנגט נישט צו איר. ביז יעצט האט זי זיך געהאלטן שטיל - אנדערש ווי איר געווענליכע סדר - און עס איז צום האפן אויף ווייטער.

צו מדינת ישראל'ס מזל האט זיך די ערנסטע מצב אנגעהויבן אין עגיפטן (טוניזיע איז א אומסטראטעגיש לאנד - לכה"פ ביז די רעוואלוציעס - און קיינעם איז נישט אנגעגאנגען וואס דארט איז פארגעקומען), און אין עגיפטן האט מדינת ישראל געציטערט אין די הויזן אריינצורעדן, דעריבער איז זי געבליבן שטום אויף ווייטער.

אנדערש ווי אמעריקא וואס אבאמא האט זיך נעבעך צורעדט אין עגיפטן, און פון דארט גייט עס ווי א קייט רעאקציע וואס ענדיגט זיך נישט, ער מוז נעמען שטעלונגען אין יעדע קלייניקייט, ווייל אז נישט פרעגט מען: העי, פארוואס איז יעצט אנדערש?.

איין זאך שטעלט זיך ארויס, אז קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס איז בעסער פאר'ן צוקונפט. אמעריקא שטעלט זיך צו צו די רעוואלטירער נאר מיטן חשבון פון "דעמאקראטיע", און בכלל נישט מיטן חשבון פון אמעריקאנע זיכערהייט, זיי קענען נישט וויסן וואס עס איז גוט פאר אמעריקא, פונקט ווי מען קען נישט וויסן די לאטאריע נומער פון פאראויס.

און דאס איז פשט פון די תפלות ראש השנה, ועל המדינות בו יאמר... איינער קען זיך פארשטעלן וואס איז פארגעקומען אין הימל דעם ראש השנה? עס האט זיך געטרייסלט עולמות בעת מיר זענען געזיצן איינגעהילט אינעם טלית'ל, און געמיינט אז מיר טוען דאס מאקסימום צו פארזיכערן א גוטע צוקונפט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:04 am

די פרעס סעקרעטערי קארני גיבט איבער אז אובאמא פארדאמט די סיריע'שע צוגאנג און האנדלונג פון די מאכט קעגן די פראטעסטירער.

מיר ווארטן אבער אז אובאמא זאל פארלאנגען פון אסאד אפצוטרעטן "ווייל ער האט פארלוירן די רעכט צו רעגירן" ווייל ער שעכט אויס ציווילע פראטעסטירער, פונקט ווי ער האט געטון מיט קאדאפי.

די צאל טויטע האלט איצט שוין ביי זיבן און דרייסיג, און בסך הכל זאגט אסאד צו אז ער גייט מאכן רעפארמען, ער גייט זיך זעצן טוישן....

די פראטעסטירער ווילן אבער נישט הערן קיינע שיינע אויסריידן, זיי ווילן אים אראפ.

באשאר על אסאד איז א פינעף און פערציג יעריגע מאן, ער האט איבערגענומען די מלוכה פון סיריע נאך זיין טאטנ'ס טויט אין יאר 2000 זינט דאן האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער א שארפע קריטיקירער פון די וועלט און בפרט איזראעל. ער פירט די מאכט ארבעטענדיג האנט ביי האנט מיט די מיליטער, און צוזאמען מיט זיי שטייט ער אין שפיץ פון די בא'אט פארטיי וואס רעגירט שוין זינט אכט און פערציג יאר צוריק מיט א שטארקייט.

ער איז א שטארקע דיקטאטור און געוועלטיגט מיט א שטארקן האנט קעגן יעדעס ביסל פרייהייט, ער שטיצט זייער שטארק די איסלאמישע דשיהאד באוועגונג און כעזבאללא פונעם שכינות'דיגן לבנון, אין חארירי'ס טויט האט אים די וועלט באשולדיגט, און פאר א צוויי יאר צוריק זאל האבן געהייסן אז מדינת ישראל האט באמבאדירט זיינע נוקלעארע איינריכטונגען.

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:17 am

וואס עס וויכטיג צו באטאנען איז, אז סיי וואסארא טויש עס וועט זיין אינעם סיריע'שן רעגירונג, וועט עס זיך שטארק אפרופן אין לבנון.

ווייל זיי גייען האנט ביי האנט, ביז פאר זעקס יאר צוריק האט סיריע געהאט אין לבנון א שטענדיגע אנוועזהייט פון טרופן פאר צענדליגע יארן, זי האט געהעריג געהאלטן אז לבנון איז א געביט פונעם סיריע'שן לאנד. ביז אין 05 ווען די וועלט ובראשם מיסטער בוש פון אמעריקא האט געלייגט גרויס דרוק אז זיי זאלן זיך פון דארט ארויסציען זאפארט, נאכדעם וואס א אטענטאט איז דורכגעפירט געווארן אויפ'ן דאמאלסדיגן פרעזידענט ראפיק חארירי, אין וועלכע די וועלט האט געטייטלט אויף סיריע אלס דער שולדיגער.

די פאליטישע מאפע פון סיריע-לבנון ארבעט איצט אזוי; אין לבנון הערשט א ריזיגע פאליטישע טיילונג, ווי איין טייל איז געשטיצט דורך אמעריקא און סאודי אראביע, און דער אנדערע טייל וואס איז אין מערהייט די כיזבאלא טערראר גרופע וואס זענען אונטערגעשטיצט דורך סיריע און איראן, און זיי אלע אקעגן מדינת ישרא'....

סיריע ווערט באשולדיגט אין ליפערן מיסילס און נאך מיליטערישע קרעפטן קיין לבנון אין יאר ,06 ווען לבנון'ס כעזבאלע איז געוועהן אין קריג מיט מדינת ישראל.

די מער פרא-מערב טייל פון לבנון קוקט מיט גרויס האפענונג אויף די דאררא אנטוויקלונגען!!

און אפשר פון דארט וועט זיך די מהפכה סוף סוף אריבערריקן קיין מדינת ישראל און די פרומע וועלן איבערנעמען די לייצעס!!?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:32 am

נאפאליאן האט געשריבן:
און אפשר פון דארט וועט זיך די מהפכה סוף סוף אריבערריקן קיין מדינת ישראל און די פרומע וועלן איבערנעמען די לייצעס!!?


חלילה וחס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:34 am

מי חכם האט געשריבן:
נאפאליאן האט געשריבן:
און אפשר פון דארט וועט זיך די מהפכה סוף סוף אריבערריקן קיין מדינת ישראל און די פרומע וועלן איבערנעמען די לייצעס!!?


חלילה וחס.


טעיק עי דשאוק!!

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 2:44 pm

תגובהדורך נאפאליאן » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:49 am

דאס איז דאס, באשאר על אסאד.
צוגעלייגטע
eouploader.d26c09f7-cd06-446f-a6c3-4711d68b8662.1.data.jpg
eouploader.d26c09f7-cd06-446f-a6c3-4711d68b8662.1.data.jpg (22.93 KiB) געזעהן 12310 מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 25, 2011 12:05 pm

א גרויסן יישר כח נאפאלין פאר די אינפארמציע און אפדעיט'ס.

גרויזאמער. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מדינת ישראל וועט נישט אריינרעדן אין קיין אויסערליכע קאנפליקט - איבערהויפט איסלאמישע לענדער - און זיך אננאמען פאר מענטשן רעכטן זינט זי זעלבסט ווערט באשולדיגט דורך אלע אראבישע לענדער אלץ איינער וואס הרג'ט און איז אין מלחמה מיט איסלאם. אלזא קענען זיי נישט אריינרעדן דארט און דערפאר האלטן זיי זיך שטיל. אנדערש איז עס אבער דא אין סיריע ווי עס בארירט זייער פאליטיק און גרעניצט זיך מיט זייער טערעטאריע.

ימים ידבירו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג מארטש 25, 2011 1:02 pm

נאפאליאן האט נאר געשריבן איין שורה?

====
אה מ'מעקט? מעק מיך אויך
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 25, 2011 2:02 pm

(סתם א זייטיגע נאטיץ: דאכט זיך אז דער סירישער פרעזידענט האט שטודירט צו זיין אן אויגן דאקטער)

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » פרייטאג מארטש 25, 2011 2:32 pm

זיין טאטע האט שוין אונעם פארגאגענהייט בורטאל אונטערדרוקט א אויפשטאנד קעגען אים

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג מארטש 27, 2011 3:48 pm

סעקרעטערי קלינטאן האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז אמעריקא וועט זיך נישט אריינמישן ארויסצוהעלפן די פראטעסטירער.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מארטש 27, 2011 3:55 pm

משיח האט געשריבן:סעקרעטערי קלינטאן האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז אמעריקא וועט זיך נישט אריינמישן ארויסצוהעלפן די פראטעסטירער.


וואס האט פאסירט, זי האט דאך אזאנס פארפירט ביי ליביע (עכ"פ לפנים) אז זי שעמט זיך ממש אז אמעריקא טוט גארנישט. מה נשתנו אלו מאלו?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 27, 2011 6:38 pm

זי האט מסביר געווען אז סיריע איז אנדערש ווי ליביע, ווייל קאדאפי האט גענוצט מיליטערישע מאכט אנצוגרייפן פראטעסטירער און פרידליכע בירגער (און זי האט צוגעגעבן אז סיריע באנוצט זיך אויך צו שטארק מיט אירע זיכערהייט קרעפטן, אן אנדייטונג אז אמעריקע האלט אן אויג דארט און דער אסאד זאל זיך בעסער נישט צופירן די הענט און שלעפן א קאדאפי אויף זיינע בירגער).

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מארטש 27, 2011 6:48 pm

זאג נאר, פון וועם מאכסטו (אדער זי) חוזק?

קרעמער האט געשריבן:קאדאפי האט גענוצט מיליטערישע מאכט אנצוגרייפן פראטעסטירער און פרידליכע בירגער
אפשר מצרים אויך?

און סיריע נישט???
קרעמער האט געשריבן:סיריע באנוצט זיך אויך צו שטארק מיט אירע זיכערהייט קרעפטן
אפשר איז איינער מסביר וואס מיינט צו שטארק?

אבער מיינט נישט אז פאר סיריע וועט מען עס פארשלונגען!
קרעמער האט געשריבן:אמעריקע האלט אן אויג דארט און דער אסאד זאל זיך בעסער נישט צופירן די הענט


אבער מיט דעם אלעם:
משיח האט געשריבן:סעקרעטערי קלינטאן האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז אמעריקא וועט זיך נישט אריינמישן ארויסצוהעלפן די פראטעסטירער.


איך בין פארלוירן צווישן קלינטאן און קרעמער, אפשר קען איינער מסביר זיין????

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 27, 2011 9:57 pm

איך בין נישט דא צו פארטיידיגן אדער ערקלערן רעבעצין קלינטאן אדער די אבאמא אדמיניסטראציע, אבער איך נעם זיך די רעכט צו ערקלערן די דיפערענצן צווישן ליביע און סיריע כפי שיד שכלי מגעת:

1) קאדאפי האט א לאנגע היסטאריע פון משוגעת און היסטעריע, ער איז שוין צענדליגער יארן אויף אמעריקע'ס שווארצע ליסטע, אריינגערעכנט א לופט אטאקע וואס פרעזידענט רעיגן האט אים באהאגלט אין די פריע אכציגער יארן, זאגנדיג אז אויב עס וועט אויספעלן וועט ער דאס טוהן נאכאמאל (רעיגן האט אים דאן באטיטלט "דער משוגענער הונט פון אפריקע", וואס היינט זעהט מען איין אז דאס איז באמת א טיטל פאר דעם נידערטרעכטיגן אונטערמענטש). די לעצטע יארן האט ער טאקע פרובירט זיך חנפ'ן צו אמעריקע, און נאך עד היום איז ער פולשטענדיג אין קאמף מיט 'גיידא' (ווי ער רופט בין לאדין'ס נעטווארק), דער פראבלעם איז נאר אז יעדער וואס קרומט מיט די נאז אויף זיין פארקרומטע טיכל איז 'גיידא' און בעעםםםם בדיל ויעבור (קניידל אין קאפ אריין).

2) קאדאפי האט נישט געגעבן פאר די פראטעסטירער אין בענגאזי קיין טאג צוויי פון ערלויבעניש ביז די מאכט איז אריינגערופן געווארן, אויך האט ער נישט געמאלדן איבער קאנצעסיעס (נאכגעבונגען, אויסארבעטן עפעס א פארשטענדעניש), נאר די ערשטע פראטעסט איז באגעגענט געווארן מיט רויע קוילן פון מאשין געווער און שווערע ארטילערי פון די מיליטערישע קאזערמעס.

3) ביי ליביע האט אויך געדויערט עטליכע וואכן און טויזנטער טויטע (בלי שום גוזמא) ביז די וועלט האט געזען אז דא איז עק וועלט און מען דארף זיך אריינמישן בעפאר ער פירט דורך א שחיטה לעיני השמש, על כן קען מען נישט פרעגן א שווערע קלאץ-קשיא פון סיריע וואו די מהומות האבן זיך קוים אנגעהויבן מיט פיר טעג צוריק.

נאך עפעס שווער?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג מארטש 27, 2011 11:54 pm

קרעמער האט געשריבן:און בעעםםםם בדיל ויעבור (קניידל אין קאפ אריין).
פראדעצירט פון בדיל אדער עופרת ?

קרעמער האט געשריבן:וואו די מהומות האבן זיך קוים אנגעהויבן מיט פיר טעג צוריק.
לפי ידיעתי שוין איבער א וואך.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג מארטש 28, 2011 1:23 am

דער כמעט-50 יעריגער עמערדזשענסי געזעץ וואס איז אין קראפט אין סיריע, וועט ווערן אראפגענומען, לויט סי-ענ-ען.
אויך גרייט זיך דער איצטיגער קאבינעט צו רעזיגנירן, תיכף נאכדעם וואס אסאד באשלוסט איבער א נייער פרעמיער מיניסטער.
ארטיקל 8 פון דער סיריער קאנסטיטוציע, - וואס זאגט אז באאט איז דער איינציגער פארטיי און ערלויבט נישט דער פארמאציע פון אנדערע פארטייען, - ווערט איבערגעקוקט.
פרעזידענט אסאד גרייט זיך צו רעדן צום פאלק אין די קומענדיגע טעג.
דער רעגירונג פארלאנגט אז קיינער זאל נישט ענטפערן אויף די פאשקעווילן, וועלכע רופן זיך צו פארזאמלען אין דער אומאיאד סקווער אין דמשק.
סענאטאר ליבערמאן האט געזאגט אז אויב אסאד וועט נוצן קראפט קעגן דאס סירישע פאלק, זאל אן אינטערנאציאנאלער קראפט אינטערווענירן אזויווי איו ליביע.
"די וועלט האט שוין געשטעלט א פרעצעדענט פון זיך אננעמען פאר די אומבאהאלפענע. מיר וועלן נישט לאזן דעם אסאד אויסקוילן זיין פאלק, אזויווי זיין פאטער האט געטון יארן צוריק."
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג מארטש 28, 2011 1:33 am

2 רויטערס זשורנאליסטן פעלן אין סיריע. (סי-ען-ען)
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מיטוואך מארטש 30, 2011 12:55 am

היינט מיטוואך וועט דער סיריער פרעזידענט באשאר על אסאד אדרעסירן דאס פאלק.
__________________________________
This signature was intentionally left blank


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen און 33 געסט