8.9 ערדציטערניש באטרעפט יאפאן צענדליגער אומגעקומען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 23, 2011 9:34 pm

איי וואס מיר האבן דערלעבט... עס גלויבט זיך ממש נישט...
דער גרויסער פרייהייט-קעמפער נאפאליאן זעלבסט אגיטירט קעגן ליבעראליזאציע...

אנומעלט האב איך וואס מגיב צו זיין אויף זיין מאיעסטעיט'ס שפתיים ישק'דיגע דיבורים, אבער אין תוך גענומען איז דאך דאס א נייעס פארום און מיר ווילן נישט פארדרייען די נושא.

אבער א הילכיגן דאנק מוזן מיר אויסרופן. און יא, שיעור נישט פארגעסן... קיפ אן יור גוד ווארק!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 25, 2011 2:09 am

פארזעצונג פון יאפאן:

די ריזן אויטא פירמע 'טאיאטא' האט געמאלדן היינט פאר אירע אויסלענדישע פלענטס אז מען קען זיך גרייטן צו פארשפארן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג מארטש 25, 2011 11:05 am

די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג די ריאקטור נומער 3 האט אנגעהויבען ליקען מען האט געטראפען און די ריאקטור וואסער וואס האט 10 טויזענט מאל מער רעדיעישען ווי נארמאל
----
די צאל אומגעקומענע האלט שוין ביי 27,000 - 10 טויזענט האט מען שוין געפינען און 17 טויזענט אדער מער פעלן נאך
----
די צאל אנגעשטעקטע ארבעטערס האט שוין ביי 17
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג מארטש 27, 2011 2:41 pm

א פרישע ווידיא
א שרעק צו קוקן אויף די ווידיא

http://www.cnn.com/video/data/2.0/video ... g.cnn.html
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » זונטאג מארטש 27, 2011 7:16 pm

א צונאמי ווארענונג איז יעצט פריש ארויסגעגעבן געווארן, נאכדעם וואס א פרישע 6.5 ערדציטערניש האט ווידער באטראפן די וואסערן נאנט צו יאפאן.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג אפריל 05, 2011 10:34 am


אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 12:01 pm

א פרישע מאסיווע 7.4 ערדציטערניש האט יעצט אויפגעשאקלט יאפאן און א צונאמי ווארענונג איז ארויס.

פרטים יבואו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 12:04 pm

t1larg.japan.quake.map.jpg

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:09 pm

שרעקליך!
וויפיל קען איין לאנד אויסהאלטן?

-------

רבותי, לאמיר זיך אויפוועקן! מען מיינט דאך אונז!

וואס וויל מען אין הימל פון אונז? וואס איז דער מעסעדזש וואס מיר דארפן באקומען?

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:18 pm

אדער ווי די ראכעסטריווקע רבי פון ארץ ישראל האט געזאגט פורים ווען עס איז געווען כטוב לב המלך ביין.
די יאפאנע חברה זענען קלעצער, זיי כאפען נישט אז ווי לאנג די בחורים זענען ביי זיי אין טורמע וועט מען זיי שמייסען נאך און נאך, זיי וועלען באקומען מכות ווי לאנג א בחור איז נאך ביי זיי.
מ זעט אז לא נפל דבר, זיי הערען נישט אויף כאפען בוראטלע מכות, פון א ערדציטיניש צו א צונאמיע און ווייטער צו א נוקלערע קריזיס, און יעצט אין יעצט ווידער א ערדציטיניש
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:39 pm

איזעי האט געשריבן:שרעקליך!
וויפיל קען איין לאנד אויסהאלטן?


זאלען זיי שוין ארויסלאזען די בחורים פון תפיסה וועט אויפהערן די ערדציטערנישען מיט די צינאמי'ס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:40 pm

איז עס פונקט ווי לעצטע מאל?
יאנקעל די פופציגער

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:41 pm

ניטאמאל א פארגלייך

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:43 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:שרעקליך!
וויפיל קען איין לאנד אויסהאלטן?


זאלען זיי שוין ארויסלאזען די בחורים פון תפיסה וועט אויפהערן די ערדציטערנישען מיט די צינאמי'ס


נאך איין מזל די בחורים זענען ארעסטירט אין יאפאן. אז נישט, ווער וואלט דען געקענט וויסן פארוואס יאפאן כאפט אריין אזויפיל די לעצטע צייטן?

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:44 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:ניטאמאל א פארגלייך

דהיינו?
יאנקעל די פופציגער

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 2:46 pm

פשוטו כמשמעו! "דו פרעגסט איז עס פונקט ווי לעצטע מאל?" אויף דעם איז די תשובה "ניטאמאל א פארגלייך".

נאך עפעס שווער?

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:04 pm

עס איז אסאך לייכטער ווי לעצטע מאל זעה דא ווי אויך עטליכע קאמענט'ס דערנאך


אךשמח האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:שרעקליך!
וויפיל קען איין לאנד אויסהאלטן?


זאלען זיי שוין ארויסלאזען די בחורים פון תפיסה וועט אויפהערן די ערדציטערנישען מיט די צינאמי'ס


נאך איין מזל די בחורים זענען ארעסטירט אין יאפאן. אז נישט, ווער וואלט דען געקענט וויסן פארוואס יאפאן כאפט אריין אזויפיל די לעצטע צייטן?

ביטע מאך נישט חוזק, איך ווייס טאקע נישט צו עס האט צוטון מיט דעם, עס איז גאנץ ווייניג מסתבר אז עס איז אזוי (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין אריכות), אבער דער ראכמיסטריווער רבי איז אן ערליכער איד, און עס איז נישט שיין חוזק צו מאכן פון א סטעיטמענט זיינעם, וואס אויף דעם האט זיך דארפסמאן פאררופן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:09 pm

אךשמח מיינט נישט קיינעם. (זיכער נישט אדמו"ר מראכמסטריווקע) ער פארופט זיך אויף די וואס ווייסן גלייך צוליב וואס דאס איז געקומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:15 pm

דארפסמאן האט עס געשריבן אויף דעם ארויף וואס אין איין קאמענט פאר דעם איז געשטאנען
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אדער ווי די ראכעסטריווקע רבי פון ארץ ישראל האט געזאגט פורים ווען עס איז געווען כטוב לב המלך ביין.
די יאפאנע חברה זענען קלעצער, זיי כאפען נישט אז ווי לאנג די בחורים זענען ביי זיי אין טורמע וועט מען זיי שמייסען נאך און נאך, זיי וועלען באקומען מכות ווי לאנג א בחור איז נאך ביי זיי.
מ זעט אז לא נפל דבר, זיי הערען נישט אויף כאפען בוראטלע מכות, פון א ערדציטיניש צו א צונאמיע און ווייטער צו א נוקלערע קריזיס, און יעצט אין יעצט ווידער א ערדציטיניש

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:37 pm

א בפירוש'ע גמרא:

יבמות סג ע"א - א"ר אלעזר בר אבינא אין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל, שנאמר הכרתי גוים נשמו פנותם החרבתי חוצותם, וכתיב אמרתי אך תיראי אותי תקחי מוסר.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:44 pm

צייטליך האט געשריבן:אךשמח מיינט נישט קיינעם. (זיכער נישט אדמו"ר מראכמסטריווקע) ער פארופט זיך אויף די וואס ווייסן גלייך צוליב וואס דאס איז געקומען.


איזעי, איך האב טאקע נישט גענומען דעם קאצ'נס תגובה, ווייל כ'מיין נישט קיינעם חלילה.

בלויז נביאים האבן געקענט זאגן די פונקטליכע סיבה פארוואס און פארווען א געוויסע פורעניות איז געקומען. אלע שפעטערע דארפן נעמען א מוסר פארן פערזענליכן לעבן אזוי ווי די גמ' וואס ר' יהי כן האט צוגעברענגט זאגט זייער קלאר אז תקחו מוסר.

און ווען הגה"צ מראחמסטריווקא שליט"א דרוקט זיך עפעס אויס ווען ס'געווען כטוב לב מלך ביין מיינט זיכער נישט וואס ער האלט אין אנדערע צייטן.

אזעלכע זאכן צו זאגן איז זייער האקעל, עס קען זייער שטארק בעקפייערן ח"ו. שטעל דיך פאר אז יאפאן לאזט ארויס די בחורים און אביסל דערנאך באטרעפט זיי פיל עקגערס, וואס וועט מען דעמאלט זאגן?

און וואס פונקטליך איז געווען די סיבה צום צונאמי פאר עטליכע יאר צוריק וואס האט אוועקגענומען דאס לעבן פון ערגעץ ארום א פערטל מיליאן מענטשן? האבן זיי אויך געהאט ארעסטירט א איד?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 6:00 pm

אין אנדערע נייעס האט א 6.5 ערדציטערניש א טרייסל געטאהן אין מעקסיקא.

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 6:16 pm

איך ווייס נישט קיין חשבונות השמים, אויב דאס איז צוליב די צער פון די בחורים,

אבער אין חז"ל (ברכות נ"ט ע"א) געפינען מיר א רמז דערצו:
בשעה שהקב"ה זוכר את בניו ששרויים בצער בין אומות העולם, מוריד שתי דמעות לים הגדול, וקולו נשמע מסוף העולם ועד סופו, והיינו גוהא. (פירש"י "גוהא" רעידת הארץ).

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג אפריל 11, 2011 9:48 pm

טייל באריכטן געבן איבער אז יאפאן האט געהויבן דעם סעקיוריטי לעוועל צו נומער זיבן, די העכסטע נומער

אין טשערנאבל איז אויך געווען א נומער זיבן אלערט

עניוועי קול מבשר האט עס נאכנישט געמאלדן סא מן הסתם איז עס נישט ריכטיג
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » מאנטאג אפריל 11, 2011 9:57 pm

ס'איז דערווייל אויף 5 אבער זיי טראכטן ערנסט פון עס ארויפרוקן אויף 7


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Chairlift, אבן יקרה, איש האשכולות, בשבילי נברא, היט-אפ מויל & קיפעד, קאשויער און 30 געסט