פראיעקט גאן-וואקער _ Project Gun-Walker

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יוני 20, 2012 11:19 am

איך האלט אז עריק האלדער וועט עס נישט סורווייוון
און אבאמא האט געטוהן א אומגעלונגענע שריט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יוני 20, 2012 11:44 am

לכתחלה, אוואו ביסטו? איך ווארט צו הערן פון דיר איבער די האלדער-אייסע סומאטוכע. וואס האט האלדער חוטא געווען?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 20, 2012 11:54 am

דער האלדער וואס האט פארשטאפט די אויערן צו הערן דעם געשריי פון אמעריקאנעם אידנטום, זאל אנגעשטאפט ווערן מיט געשרייען פון וואטעווער אין חד גדיא אריין... אנס"ו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 1:24 pm

tell.me.something האט געשריבן:לכתחילה דו שרייב ווייטער....

א פארשלאג, אדער א באפעל? (כ'מאך נאר א וויץ, כ'וועל באלד שרייבן בל"נ)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 20, 2012 1:35 pm

יעצט קומט פאר א הירינג אין קאנגרעס איבער די קאנטעמפט טשארדזשעס אויף אטוירני גענעראל האלדער, פארן נישט איבערגעבן די פארלאנגטע דאקומענטן פאר קאנגרעס.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 1:42 pm

ווער קען אריינברענגען אלעס פון די קאמפיין אשכול איבער די סקאנדאל אהער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 2:27 pm

דא זענען די תגובות פונעם "קאמפיין אשכול" וואס באלאנגט אהער.

viewtopic.php?p=581307#p581307

פון דא:
viewtopic.php?p=582235#p582235
ביז דא, חוץ איינס פאר די לעצטע:
viewtopic.php?p=582290#p582290

פון דא:
viewtopic.php?p=583646#p583646
ביז דא
viewtopic.php?p=583724#p583724

פון דא:
viewtopic.php?p=583786#p583786
ביז דא:
viewtopic.php?p=583812#p583812
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » מיטוואך יוני 20, 2012 3:33 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:איך האלט אז עריק האלדער וועט עס נישט סורווייוון
און אבאמא האט געטוהן א אומגעלונגענע שריט


איך זעע נישט פארוואס נישט
איר האט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך ווי א "פארדאן"?
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

תגובהדורך אחראי » מיטוואך יוני 20, 2012 3:41 pm

אהערגעברענגט די תגובות, לכתחילה שכוח פארן אנווייזן פונקטליך.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 20, 2012 3:44 pm

אחראי האט געשריבן:אהערגעברענגט די תגובות, לכתחילה שכוח פארן אנווייזן פונקטליך.


ישר כח

יעצט דארף מען טוישן די קעפל צו "פעסט ענד פיוריעס סקאנדאל", מען זאל כאפן פון וואס מען רעדט.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 3:47 pm

אקעי העיר איט קאמס!

קאנגרעס וויל באקומען די פאפירן בנוגע צו די גאן-וואקער פראיעקט, ווייל זי וויל זעהן צו עטערני דזשענערל האלדער האט געזאגט דעם אמת, ווער האט געוויסט וואס איבער דעם פראיעקט, האלדער האט גערעדט אין קאנגרעס אינטער א שבעוה און האט געזאגט אז די ווייסע הויז האט נישט געוויסט פון גארנישט.

האלדער וויל נישט געבן די פאפירן.

די פארהערען איבער די סקאנדאלען קומען נישט פאר אין פולן קאנגרעס, נאר אין הויז קאמיטי פון "אווערסייט" (House Oversight and Government Reform Committee), די טשערמאן פונעם קאמיטי איז "דערל אייסע" א ריפאבליקען קאנגרעסמאן פון קאלעפארניע.

אייסע האט געסטראשעט אז אויב האלדער געט נישט איבער די פאפירן גייט ער אנהייבן "קאנטעמפט טשארדזשעס" אנטקעגען האלדער.

וואס איז "קאנטעמפט טשארדזשעס", און ווי אזוי ארבייט עס?

איז אזוי:

ווען קאנגרעס מאכט "פארהערען" אויספארשונגען, איז עס אזוי ווי א קארט, און זיי קענען שיקען סעפינעס, אז איינער מוז ערשיינען, זיי פרעגען אויס אינטער א שבועה, און אויך קענען זיי פארלאנגען אז איינער זאל עפעס איבערגעבן בנוגע א אויספארשונג (אויך א סופינע, אויף מאטריאל).

אז איינער פאלגט נישט קאנגרעס, - ווי דא וואס האלדער וויל נישט געבן די פאפירן וואס קאנגרעס פארלאנגט - איז פונקט ווי אין א קארט, קען מען ווערן געקלאגט אויף "קאנטעמפט אוו קארט" קען מען ביי קאנגרעס ווערן געקלאגט אויף "קאנטעמפט אוו קאנגרעס".

יעצט אז די קאנגרעס "טרעפט" די באשילדיגטער "גילטי" אויף "קאנטעמפט", האט זי עטליכע ברירות.

1) די ערשטע ארגינעלע ברירה איז דאס וואס מען פלעגט ניצן ביז 1935, (דעמאלס האט מען באשלאסען אז עס נעמט אויף צופיל צייט פון קאנגרעס, און מען האט אנגעהויבן ניצן די צווייטע וועג, וואס כ'וועל שרייבן נעקסט, אבער אז זיי ווילן דוקא קען מען עס נאך אלס ניצן).

אין די וועג, איז די קאנגרעס אליינס די "קארט", זי שיקט דעם "סארדזשענט אוו ארמס" (Sergeant at Arms , די סארדזשענט, איז געשטעלט צו האלטן ארדענונג אין קאנגרעס, ער איז מער ווייניגער די פאליס פון קאנגרעס, ער איז דער וואס מען הערט אויסריפן די נאמען פון די פרעזידענט ווען ער קומט זאגן די סטעיט אוו די יוניען דרשה), ער זאל ארעסטירן דעם באשילדיגטען, אים לייגען אין דזשעיל פון קאנגרעס, צו דעם דארף מען נישט קיין קארט, און עס הייסט אפי' נישט קרימענאל, און ממילא קען עס נישט האבן א פרעזידענטליכער פארדאן.

קאנגערס קען אויך בעטן די קארט סיסטעם קער צו נעמען, אין דעם אליינס איז דא עטליכע ברירות (דאס איז נומבער 2,3,4).

קודם וועט די קאמיטי וואס מאכט די אויספארשונג - ביי אונזער פאל די הויפט קאמיטי, אדער די סאב קאמיטי (יעדע קאמיטי האט א סאב קאמיטי, וואס געט זיך אפ מיט "קלייניקייטן"), מאכן א וואויט איבער די טשארדזשעס, און אויב עס גייט דורך וועט זי עס שיקען צום גאנצען קאנגרעס ביי אונזער פאל, אדער -אויב די פארהערן איז אין די סאב קאמיטי - צום הויפט קאמיטי , און דערנאך וועט די הויפט קאמיטי עס שיקען צום קאנגרעס.

יעצט אז די קאנגרעס "טרעפט" די באשילדיגטער "גילטי" אויף "קאנטעמפט", קען זי :

2) בעטן דעם "יו. עס. עטערני פאר די דיסטריקט אוו קלאמביע" (U.S. Attorney for the District of Columbia, דאס איז ווי ביי יעדע קארט דער וואס ברענגט קלאגעס, די "פראסעקיוטער", ביי אינזער פאל איז עס די "יו. עס. עטערני פאר די דיסטריקט אוו קלאמביע", "דיסטריקט אוו קלאמביע" איז די אפיציעלע נאמען פון די הויפט שטאט וואשינגטאן די. ס., די. סי. איז ר"ת דיסטריקט אוו קלאמביע) צו ברענגען קלאגעס אין קארט.

די שטראף קען זיין פון 1 חודש ביז 12 חדשים תפיסה, און פון 100 ביז 1,000 דאלער, פאר "קאנטעמפט אוו קאנגרעס", דאס איז שוין יא קרימענעל, און די פרעזידענט קען געבן א פארדאן.

3) די קאנגרעס קען בעטן דעם "יו. עס. עטערני" צו הייסן דעם באשילדיגטען גיבן די פאפירן, און אז ער פאלגט נישט ברענגט די קארט "קאנטעמפט אוו קארט" טשארדזשעס, אבער דאס קען נישט געניצט ווערן קעגן א פעדעראלער ארבייטער. (ממילא איז עס נישט נוגע דא).

4) קאנגרעס קען מאכן א "דעקלערעטארי ריליף" (Declaratory relief) אדער א "אינדזאנקעטיוו ריליף" (injunctive relief), דאס זענען נישט קיין קאנטעמפט קלאגעס, נאר א אנדערע מין קלאגע וואס מיינט אויך אז דו טוסט נישט דיינע התחייבות'ער ווי למשל פאלגען וואס עס שטייט אין א קאנטראקט, אדער דא ביי אינז גיבן די פאפירן.

דאס וועט אויך נישט געניצט ווערן דא מן הסתם, פשוט ווייל מען האט עס נאך קיינמאל נישט געניצט, און מען ווייסט נישט ווי אזוי די קארטס האלטן צו עס קען ארבייטען קעגן א פעדערעל ארבייטער.

(איך שרייב שוין ווייטער)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 20, 2012 4:00 pm

שכוח לכתחלה

מיר ווארטן פאר די ווייטערדיגע
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 20, 2012 4:01 pm

לכתחילה! מיין חשד ווערט מער באשטעטיגט מיט יעדן פארבייגייענדע מינוט אז אונטער דעם לכתחילה שטייען א גאנצע שטאב מיט טאפ-רעיטעד קוואליפעצירטע און באצאלטע שרייבער, ווי עס ווערט צוגעשטעלט פאר יעדן א נושא וואס ער קען דורכאויס קלאר.

אנבעליוועבל!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 4:25 pm

יעצט שטעלט זיך די פראגע אזוי, צו קען קאנגערס צווינגען די יו עס עטערני צו ברענגען קלאגעס, אדער קען זי נאר דעקאמענדירן? די קארטס האבן נאך נישט געפסק'ט אויף דעם, און דערווייל ווען קאנגרעס האט געבעטען האט די עטערני געקלאגט.

די גרעסערע שאלה איז "עקזעקעטיוו פריוועלידזש".

וואס איז "עקזעקעטיוו פריוועלידזש"?

די אמעריקאנער רעגירונג באשטייט פון דריי "ברענטשעס" די "עקסעקעטיוו" (executive), "לעדזיסלעטיוו" (legislative) און "דזשודישועל" (judicial).

די עקסעקעטיוו איז די פרעזידענט מיט דיין קאבינעט, די לעדזיסלעטיוו איז די צוויי הייזער פון קאנגרעס די "הויז" (דאס רופן רוב מענטשען קאנגרעס), און די "סענאט", און די דזשודישועל איז די פעדעראלע קארט סיסטעם.

(עס איז א לענגערע שמועס ווי אזוי די רעגירונג ארבייט, און ווי אזוי א געזעץ ווער באשטעטיגט דורך די דריי ברענטשעס, אפשר א אנדערעס מאל אי"ה בל"נ).

עכ"פ, כדי עס זאל זיין "סעפערעשאן אוו פאערס" (separation of powers), וואס דאס איז איינע פון די גרעסטע יסודות פון די אמעריקאנע רעגירונג, אז איין "ברענטש" זאל נישט האבן א גאר שטארקע כח קעגען די אנדערע ברענטשעס, נאר עס זאל זיין באלאנציערט, קען די עקסעקעטיוו ברענטש "אינוואקען" עקזעקעטיוו פריוועלידזש, און דארף נישט צושטעלען - ביי אונזער פאל די פאפירן - וואס קאנגרעס בעט.

עס איז נישט אינגאנצען קלאר ביז ווי ווייט די כח גייט, און עס איז דא וואס שרייער אהער און אהין, בוש האט עס געניצט עטליכע מאל, און עס איז נאך אין קארט צו ער האט געקענט צו נישט.

נאך א נקודה צום געדענקען, מען קען נאר זיין אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס, ווילאנג "די קאנגרעס" איז אין סעשאן, וואס דאס איז מערסטענס צוויי יאר, ווען מען מאכט פרישע וואלען, און עס ווערט א "נייע" קאנגרעס, און די קארטס איבער די קלאגעס, וועלן מן הסתם געדורען מער ווי צוויי יאר.

אבער מיטן "אינוואקען" עקזעקעטיוו פריוועלידזש אליינס, - אפגעזעהן צו עס וועט ארבייטן צו נישט - האט שוין אבאמא זיך אליינס זייער אסאך שאדן געמאכט - ווי איך וועל שוין שרייבן -, און אז אבאמא האט געזעהן פאר וויכטיג עס צו ניצן, ווייזט אז ער האט פון עפעס זייער מורא.

איינס, דאס איז א מורא'דיגע כאפ, ס'קען זיין אז מיטן "אינוואקען" עקזעקעטיוו פריוועלידזש, האט ער שוין געגעבן פאר קאנגרעס וואס זיי ווילן!!

ווייל וואס וויל קאנגרעס וויסען? אויב האלדער האט ליגענט געזאגט, אז קיינער אין ווייסען הויז האט נישט געוויסט פון די גאנצע מעשה. יעצט אז ער האט אינוואקט עקזעקעטיוו פריוועלידזש, מיינט דאס אז איינער אין ווייסען הויז האט געוויסט!! ווייל עקזעקעטיוו פריוועלידזש, איז נאר שייך פאר איינעם פון די עקזעקעטיוו ברענטש!

נאך א זאך האט ער גורם געווען, אז די מידיע וואס האט פראבירט צו פארשווייגען די מעשה ביז יעצט, מוז שוין רעדן דערפון ווייל עקזעקעטיוו פריוועלידזש איז זייער א ערענסטע זאך, און מען זעט טאקע היינט אז די מידיע האט ממש "אויפגעריסען" מיט די נייעס און די סקאנדאל.

דריטענס, איז טאקע דאס אליינס אז ער האט פון עפעס זייער מורא, איז גענוג אז עס זאל אים שאטן.

און פערדענס, אבאמא האט שטראק אראפ געריסען בוש ווען ער האט געניצט עקזעקעטיוו פריוועלידזש ,און אבאמא האט צוגעזאגט אז ער גייט זיין מער "טרענספערענט" דורעזיכטיג, און יעצט האט ער געבראכען נאך א קאמפיין ציזאג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

ברעקינג!!!

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 4:26 pm

עס קומט די נייעס אז די קאמיטי האט געוואוט צו האלטן האלדער אין קאנטעמפט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 20, 2012 4:27 pm

ברעיקינג: הויז קאמיטע האט יעצט געשטימט צו גיין ווייטער מיט די קאנטעמט טשארדזשעס קען האלדער.

________

לכתחלה כאפט מיר אויס...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יוני 20, 2012 4:58 pm

קאמיטע וואויט איז געווען 23-17
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 20, 2012 5:32 pm

אויב האלדער געט נישט נאך, גייט עס פאר די פולער קאנגרעס נעקסטע וואך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 20, 2012 8:03 pm

פארשטייט זיך איך גיי נישט ווייטער אן זיך באדאנקן קודם פאר לכתחילה'נען. וואס איז שייך נאך צו זאגן? מיין ביכל איז ליידיג פון שבחים. אויסגעניצט,לער,נאדא,זילטש,נול,כלום.

יעצט וועגן די טשארדזשעס. אייסע איז א שטיקל פארלירער דא. למעשה לאכט האלדער פון אים אין די פויסטן. ער שלעפט אים שוין ארום חחדדששים און ענדליך נאך אלעמען קומט ער אפיר מיט א פאפיר פון אבאמא. ער טרייבט ליצנות פון קאנגרעס אויפן קול.

פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

תגובהדורך פארטראכט » דאנארשטאג יוני 21, 2012 3:02 am

אייסע איז נישט קיין פארלירער און די רעפאבליקענס זענען נאך קלענערע פארלירער. למעשה האבן זיי באוויזן אריינצומישען דעם גולם פרעזידענט. דא האט ער געשריגען אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן די דאקומענטן און ער ווייסט נישט וואס מ׳רעדט און דא אישוד ער עקזעקעטיוו ארדערס. דאס מיינט אז ער ווייסט יא פון וואס מ׳רעדט.

שפעקולירער זאגען אז דער גאנצער מעשה קען גאר זיין אז ס׳איז געוועהן אינטערגעשטעלט פונעם פרעזידענט אליין וואס זוכט צו געפעלן פאר די מאכטפולע ארגענעזאציעס וואס זענען קעגן גאון׳ס און פאר גאון קאנטראל. די פלאן איז געוועהן אריינצוליפערן די געווער אין פארברעכערס הענט און ווען די גאון׳ס וועלן זיך באווייזען אין ׳קריים סיענס׳ וועט יעדער שרייען פאר גאון קאנטראל. די שפאקולירער ברענגען אז דער פרעזידענט האט אין די צייט וואס ׳פעסט ענד פיאריוס׳ האט זיך אנגעפאנגען, זיך איינמאל אויפגעטוהן פאר די גרופעס אז אונטער די קוליסן ארבעט מען אויף א פלאן וואס וועט פארזיכערן אז דער אמעריקאנער פאלק וועט פארלאנגען גאון קאנטראל.

דאס איז אלעס שפעקולאציעס..אבער פארט אפשר טאקע...

נאך א זאך וואס דער פרעזידענט איז צו נאר. ווייל די לינקע מידיא האט אייביג פארשוויגן די מעשה אבער יעצט מיט די עקזקעטיוו ארדער מוזן זיי אויך רעדן דערוועגן. סא קומט אויס אז דער פרעזידענט איז גאר דער וואס האט געצווינגען זיין מידיא צו באריכטן איבער די גשעענעיש.

נאך א זאך... די לינקע הייבן יעצט אן צו זאגען אז די גאנצע אקציע האט זיך גאר אנגעהויבן אין... פארשטייט זיך.. בוש׳ס צייטען... (ער איז דאך שולדיג אין אלעמען) און ס׳האט גארנישט מיטן פרעזידענט צו טאהן. שטעלט זיך די פראגע, נו אויב אזוי, פארוואס באהאלט איר די דאקומענטן? זייט ווען זוכט אבאמא צו באשיצן בוש׳ן???!!!

די פראגעס און די לעכער אין די אדמיניסטראציעס אויפיהרינג איז געפערליך, אזש אז די לינקע ווערן שוין אויך בייז אויף אים אז ער זינקט זיין אייגן שיפל... (לאמיר האפן אז ער איז שטארק מצליח...)

 
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 21, 2012 1:53 pm

איך וויל נאך א טראפעלע צולייגען צו פריער, וועגן עקזעקעטיוו פריוועלידזש.

כ'האב געשריבן:

עכ"פ, כדי עס זאל זיין "סעפערעשאן אוו פאערס" (separation of powers), וואס דאס איז איינע פון די גרעסטע יסודות פון די אמעריקאנע רעגירונג, אז איין "ברענטש" זאל נישט האבן א גאר שטארקע כח קעגען די אנדערע ברענטשעס, נאר עס זאל זיין באלאנציערט, קען די עקסעקעטיוו ברענטש "אינוואקען" עקזעקעטיוו פריוועלידזש, און דארף נישט צושטעלען - ביי אונזער פאל די פאפירן - וואס קאנגרעס בעט.

עס איז נישט אינגאנצען קלאר ביז ווי ווייט די כח גייט, און עס איז דא וואס שרייער אהער און אהין, בוש האט עס געניצט עטליכע מאל, און עס איז נאך אין קארט צו ער האט געקענט צו נישט.


עקזעקעטיוו פריוועלידזש, גייט נאר ביז א געוויסע מאס, למשל ביי וואטערגעיט, האט ניקסאן געמוזט ארויס די טעיפ'ס כאטש ער האט געטאנה'ט עקזעקעטיוו פריוועלידזש, (אין דאס איז געווען זיין חשבון פארוואס ער האט עס בכללל אפגעכאפט, וויסענדיג אז מ'קען אים נישט צווינגען עס ארויס צו געבן) האט אבער די קארט געפסק'ט אז ער קען נישט ניצן עקזעקעטיוו פריוועלידזש, ווייל "עס איז דא א ערענסטע חשד אז עס איז געווען א קרימענאלער אקט".

איז אזוי, די ענין פון עקזעקעטיוו פריוועלידזש שטייט נישט אין די קאנסטעטוציע, און עס איז סך הכל א "אנדערסטענדינג" צווישען געזעץ געבער אז עס דארף זיין אזא זאך וועגן די סיבה וואס כ'האב געשריבן אויבן, אבער וויבאלד עס איז נישט קיין יסודות'דיגע געזעץ, ווענט זיך עס אין די דעת פון די געזעץ געבער, און מען האט אפגעמאכט אז דארט ווי עס איז דא א ערענסטע חשד אז עס איז געווען א קרימענאלער אקט, קען מען עס נישט ניצן, נאר פארשטייט זיך אז יעדער וואס וויל עס ניצן וועט שרייען אז עס איז נישטא קיין חשד, און דער קעגנער וועט שרייען אז יא, פאר דעם שלאגט מען זיך אין קארט, און ביי ניקסאן האט די קארט געפסק'ט אז עס איז דא א חשש.

יעצט אויב דא וועט האלדער שרייען אז ער האט עקזעקעטיוו פריוועלידזש, וועט זיין א מלחמה אין קארט צו מען קען עס ניצן צו נישט.

(דאס איז מער מסביר געווען די ווערטער וואסכ'האב געשריבן "עס איז נישט אינגאנצען קלאר ביז ווי ווייט די כח גייט, און עס איז דא וואס שרייער אהער און אהין")
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג יוני 21, 2012 2:46 pm

צום 25'ציגסטע מאל מוז איך דיר זאגן א יישר כח, אילו לא באתי להקרעטשמע אלא בשבילך, האט זיך שוין אויסגעצאלט מיין קומען פלאס מיליאן פראצענט ריוח.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יוני 21, 2012 2:48 pm

שכח לכתחלה!
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 21, 2012 5:08 pm

דאס איז די לעצטערע היסטאריע פון "קאנטעמפט" קלאגעס אין קאנגערס.
צוגעלייגטע
wsfasfasf.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יוני 21, 2012 5:37 pm

זייער אינטערעסאנט, דער שיכור שארפטען בלעימט די "קאנטעמפט קלאגעס אויף .......................................................


"רעסיזעם"!!!

(די האסט זיך פארגעשטעלט? ווי אזוי האסטו געקענט וויסען?)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גימפעל און 24 געסט