פראיעקט גאן-וואקער _ Project Gun-Walker

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכתחילה; דו שרייבטס נאך שנעלער ווי איך קען שרייבן א יישר כח... (סלאו נישט...)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די טאג וואס איז באשטעטיגט צו האלטן די קאנטעמפט וואוט אין פולען קאנגרעס איז ............................. דאנערשטאג!! נא ווא סאיז די יחוס מיט דאנערשטאג?

גארנישט ספעציעל (פארשטייט זיך חוץ פון דעם אז די אידן פארן אין קאנטרי) נאר איין "קלייניקייט", יענעם טאג דארף ארויסקומען די רולינג פונעם סופרים קארט איבער עפעס א געזעץ וואס הייסט עם עם.. יא "אבאמאקעיר"!

פארוואס די ריפאבליקענס האבן באשלאסען צו "באהאלטען" די וואוט פארשטיי איך נישט פונקטליך, ס'איז זיכער אז די וואוט וועט נישט האבן די קאווערידזש וואס זי וואלט געהאט אין א פשוטע טאג.

איז קען זיין צוויי זאכן:

קודם קען זיין אז זיי ווילען פשוט צוקלאפען די לינקע, זיי זאלען זיך שפירן ווי אלס גייט זיי קאפויער, אז די קארט וועט פסל'ן די העלטקעיר געזעץ אפי' נאר א חלק, און דא קומט די נייעס אז האלדער איז אין קאנטעמפט, וועלן זיך די לינקע שפירן, ווי די רעכטע פלעגען ווען מען פלעגט יעדען אינדערפרי אויפשטיין און נאכקיקען, נישט אויב ס'איז געווען באמבעס און הרוגים אין איראק, נאר "וויפיל" באמבעס און הרוגים איז געווען, די רעכטע האבן געשפיערט ווי אלס גייט בארג אראפ, און שוין נישט געקענט ווארטן אז בוש'ס טערמין זאל זיך ענדיגען מיט די בושות, אזוי וועלן זיך די לינקע שפירן, ווי זיי כאפן מכות פון אלע זייטן, און אז עס רעגענגט און כ'בין שוין נאס, זאל שוין גיסן.

אדער קען זיין אז זיי ווילען עס טאקע באהאלטען, און דאס אליינס קען זיין פאר צוויי סיבות, איינס ווייל זיי האלטען אז עס איז א דיסטרעקשאן, און די המון, קען מיד ווערן, און שפירן אז מען רודפ'ט צו שטארק דעם פרעזידענט, אדער קען זיין אז זיי ווילען ווייזען אז זיי זענען ח"ו ח"ו נישט פארטייאיש, און זיי מיינען עס זייער ערענסט, און וועגן דעם ווילן זיי נישט מידיע דעקונג, זיי מיינען פשוט אז די דעפארטמענט זאל ארויס געבן די צעטלעך.

אבער איין זאך בלייבט שווער, ווייל די וואוט אין קאנגרעס טוט נאך גארנישט, ווייל פון דארט דארף עס גיין צום סיוויל קארט, און דאס וועט נעמען לענגער ווי עס וועט זיין נוגע, ווייל עס גייט אן נאר ביז צום ענדע יעצטיגן טערמין, און אין קארט וועט עס זעכער נעמען לענגער, איז סך הכל וויפיל מער בושות די ריפאבליקענס מאכן דעם פרעזידענט, אלס מער טשאנס האבן זיי אז די אדמיניסטראציע וועט זיך ברעכען אן קארט, און זיי גיבן די צעטלעך, און מיט דעם וואס זיי באהאלטען די וואוט, נעמען זיי אראפ א גרויסע חלק פרעשור פונעם פרעזידענט, סא וואס ווילען זיי?

קען זיין זיי האלטן יעצט אז עס איז ניטא קיין ערענסטע סחורה, און זיי קענען באשטיין אז עס בלייבט פארשפארט, און זיי זאלן קענען זינגען אז אבאמא באהאלט עפעס? ווייסעך נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לכתחילה, דו ביזט מיין פעוואריט! שרייבסט רייך און קורץ און מיט פולע דעטאלן. גיי אן!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

עס דארף דורך גיין אין סענאט אויך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

איך ווייס נישט וואס אייסע קלערט, אבער איך קלער אז איך האב הנאה לכתחלה'ס שרייבונגן און אנאליזן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אייסע האט היינט געשיקט א בריוו פאר אבאמא, ווי ער פרעגט אן פארוואס אבאמא האלט אז ער קען ניצן עקזעקעטיוו פריוועלידזש.

שרייבט ער אזוי: איינס פון די צוויי מוזן זיין אמת, אדער איז די אדמיניסטראציע שטארק פארמישט, און וועגן דעם האלט אבאמא אז עס וועט ארבייטען עקזעקעטיוו פריוועלידזש, און דאן קומט אויס אז עס איז געזאגט געווארן א ליגענט אינטער א שבועה, ממילא ארבייט שוין נישט עקזעקעטיוו פריוועלידזש, וווייל ווי שוין געשריבן ארבייט נישט עקזעקעטיוו פריוועלידזש, וווי עס איז דא א ערענסטע חשש פון א קאווער אפ.

פון די אנדערע זייט, אויב איז די אדמיניסטראציע נישט פארמישט, אויב אזוי ווי קומט בכלל אריין עקזעקעטיוו פריוועלידזש?

דאס אלס האט מען שוין געשמוסט פאריגע וואך, אבער היינט איז עס געווארן אפיציעל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ען. אר. עי. (NRA) די מאכטפולע "גאן לאבי" האט ארום געשיקט א ביטע צו די קאנגרעסלייט, אז זיי זאלן וואוטען פאר קאנטעמפט אויף האלדער.

כאטש עס איז א רעכט געשטימטע ארגענעזאציע, זענען דא גענוג דעמאקראטען וואס זענען ערוויילט אין סטעיטס בעיקר אין די סויט, ווי די צווייטע אמענדמענט - די רשות פאר אלע בירגער צו האבן וואפן - איז שטארק פאפיולער, און א שלעכטע מארק פון די ען. אר. עי. קען זיין א טויט ארטייל אויף א פאליטשע קאריעריע.

האבן שוין עטליכע דעמאקראטען היינט געמאלדען אז זיי וועלן בלית ברירה מיטגיין מיט די רעכטע און וואוטען צו האלטן האלדער אין קאנטעמט.

--------

איינע פון די טענות וואס קאנגרעסמאן אייסע האט באשולדיגט די אדמענעסטראציע - שוין געברענגט געווארן דורך איינע פון די שרייבער דא - איז אז די גאנצע פראיעקט גאן-וואקער, איז געווען מיט דעם ציל צו גרעניצען גאן רעכטען.

אויף דעם שרייט די אדמינעסטראציע, ווי קען עס זיין, "די פראיעקט האט זיך שוין אנגעהויבן אינטער בוש", און בכלל פארוואס שרייט מען נאר אויף אונז, אז בוש האט געטאן די זעלבע זאך?

האט היינט א שרייבער געשריבן די חילוקים פון די "פראיעקט גאן-וואקער" און "אפעראציע ווייד רעסיווער" (Wide Receiver), וואס די בוש אדמינעסטראציע האט דורך געפירט.

די "אפעראציע ווייד רעסיווער" איז אויך געווען א פלאן ווי "גאן-וואקער", אריבער צו פירן וואפן צו מעקסיקא און אזוי טרעקען פארברעכער, און מען האט עס אויך אויפגעהערט ווייל עס איז געווען א דורכפאל, איז וואס זענען די חילוקים?

1) די אפעראציע ווייד רעסיווער, האט נישט גורם געווען קיין שום הרוגים, וואס מען ווייסט, בשעת גאן-וואקער ווייסט מען פון הונדערטער מעקסיקאנער, אן א בארדער פאטראל אגענט (דאס האט אסאך צו טאן ווי אזוי די אפעראציע איז געגאנגען, ווי כ'וועל שרייבן דא ווייטער).

2) אפעראציע ווייד רעסיווער, האט אריינגעלייגט "טרעקערס" אין אלע גאנס, און אזוי געהאפט נאכצוגיין, (כאטש די טרעקערס האבן נישט גוט געארבייט, ווייל מען האט עס נישט גוט אריינגעלייגט און דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס עס איז דורך געפאלן, און מען האט עס געסטאפט) משא"כ גאן-וואקער האט סך הכל אפגעשריבן די סיריעל נומבערס, און געהאפט אז נאכן עס צוריק טרעפן, צו ביי א פארברעכען, צו סתם מיט שפיאנאזש, וועט מען קענען אויסרעכענען ווי אזוי רי קארטעלען ארבייטען, און דאס איז סך ווייניגער אחריות'דיג, יעדער פארשטייט אז א סיריעל נומבער קען מען אין א מינוט אראפנעמען, און בכלל ווייסט מען נישט וואס געשעט די גאנצע צייט דערמיט.

3) די גאן-וואקער פראיעקט, איז געווען 2000 גאנ'ס, בשעת אפעראציע ווייד רעסיווער איז געווען אינגאנצען 300.

4) אפעראציע ווייד רעסיווער איז דורך געפאלען, און איז געסטאפט געווארן גלייך נאך אין 07', און די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט, האט עס נאך געמאכט, נאכן דורךפאל פון ווייד רעסיווער, און נאך מער, נאכדעם ווי עס איז שוין געקומען באריכטען אז מענטשען ווערן געהארגעט, איז זי נאך ווייטער אנגעגאנגען דערמיט, ביז אפאר אגענטען פון איעווענדיג "וויסעל בלויערס", האבן געהאלטן אז עס איז א אומרעכט, און פארציילט פאר די מידיע, ערשט דעמאלס האט מען עס געסטאפט.

5) אפעראציע ווייד רעסיווער, האט די יוסטיץ דעפארטמענט געארבייט צוזאמען מיט די מעקסיקאנער באמטער, משא"כ גאן-וואקער, איז געווען א סוד אפי' פון זיי, און דאס האט טאקע אסאך צוגעהאלפען אז עס איז דורך געפאלען דאס נאכגיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

יישר כחכם הרב 'לכתחילה' אז איר צולייגט דעם ענין אזוי קלאר.
איך האב מיטגעהאלטן דעם סקאנדאל פון אנהויב אן, אויף עטליכע פריוואטע בלאגס, נאך היבש איידער CBS האט אנגעהויבן באריכטן דערוועגן. דער עצם פאקט אז CBS האט עס באריכטעט און נישט אפגעלאזט, (משא"כ די אנדערע MSM וועלכע האבן עס טאטאל איגנארירט פאר א לאנגע צייט) דאס אליין איז מיר געווען א גרויסע חידוש. אבער איין זאך איז זיכער, ווען נישט דאס אז די מידיע שפילט אראפ דעם סקאנדאל, וואלט האלדער שוין לאנג געכאפט א גוטע שטויס ארויס, און אפשר זיין באלעבאס אויך.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואסי פשט אז די גאנצע בלעק קאוקעס אין די האוז גייט ארויסגיין בשעת די קאנטעמפט קעגן האלדער? מילא פעלאסי וויל שפילן פאליטיק מיט א קאנגרעסס רול הרשות בידה, אבער ווייל האלדער איז שווארץ און די ביסט אויך שווארץ גייט 'יעדער' שווארצער ארויס?? איי דאונט געט איט, פרעגט מיר נישט מארגן וועגן ראסיזם.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

ברעיקינג: קאנגרעס האט געוואויט פאר קאנטעמפט קעגן האלדער 255-67, אריינגערעכנט 17 דעמאקראטן וואס האבן מיטגעשטימט מיט די רעפובליקאנער.

צוויי רעפובליקאנער האבן געוואויט דערקעגן.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

House votes 258-95 to hold Attorney General Eric Holder in civil contempt of Congress, following a earlier criminal contempt vote
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

און וואס ווייטער?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:House votes 258-95 to hold Attorney General Eric Holder in civil contempt of Congress, following a earlier criminal contempt vote

דאס איז געווען צו פארמיידען דאס וואס איז היינט געשען, אז די דזשוסטיס דיפארטמענט - אינטער פרעזידענט אבאמא - האט - פארשטייט זיך - אפגעזאגט, אנצונעמען די "קאנטעמפט אוו קאנגרעס" און צו צווינגען האלדער צו געבן די דוקיומענטען, און די סיוויל קאנטעמפט, איז כדי צו קענען גיין אין געהעריגען קארט, וואס דארט האפן זיי אז די ריכטער וועט אים יא צווינגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי די מעשה גייט ווייטער!

אין די טאג וואס מען האט געהאלטען די וואוט צו לייגען האלדער אין קאנטעמפט, האט אייסע געלאזט פאלן נאך א באמבע, ער האט פארענפטליך א בריוו וואס ער האט געשיקט פאר קאנגרעסמאן קאמינגס, פון מערילענד, ווי ער פארציילט אים אז ער האט געלייגט די האנט אויף עטליכע "ווייערטעפס" פון פראיעקט גאן-וואקער, ווי מען הערט ווי די אגענטען שמועסען מיט די וואפען קויפער, און דארט הערט מען קלאר ווי מען לאזט זיי גיין אן נאכקוקען, און נאך שטארקע פארנאכלעסיקייט, און אזעלעכע זאכן וואס די דזשאסטיס דיפארטמענט זאגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטען, און ווען זיי וואלטען דאס געוויסט וואלט מען אפגעשטעלט דעם פראיעקט, למעשה זענען די "ווייער טעפס" געווארן איבערגעגאנגען דורך הויכראנגיגע באמטע אינעם דיפארטמענט, און געטאן האט מען גארנישט.

דאס איז אין קאנטראסט צו דאס וואס האלדער האט געזאגט, אז די באמטע האבן גארנישט געוויסט.

די "ווייערטעפס", זענען קלאסיפייד סחורה, און עס איז אינטער שלאס און ריגל, און עס מפרסם צו זיין איז א פארברעך, נא אויב אזוי ווי אזוי האט אייסע עס געקענט מפרסם זיין?

האט ער זיך אן עצה געגעבן, ווייל עס איז דא א געזעץ אז אלס וואס א קאנגרעסמאן זאגט אין קאנגרעס "אפיציעל" פארן רעקארד, איז אימיונד פון פראסעקיושען, דאס הייסט מען קען נישט אנקלאגען א קאנגרעסמאן פאר עפעס וואס ער האט געזאגט אין קאנגרעס, למשל אז ער זאל זיך דארט מודה זיין אז ער האט געהארגעט א מענטש, קען מען עס נישט ניצען קעגען אים!!

איז אייסע געגאנגען, און עס געשריבן אין א בריוו, פאר א אנדערען קאנגרעסמאן, און האט "סך הכל" נאר אפגעליינט די בריוו, פשוט אז עס זאל אריין אין רעקארד, נישט "ח"ו" אז ער געט ארויס סודות!!

עניוועי, די דזשאסטיס דיפארטמענט שפרינגט ביזן דאך, אבער זיי קענען גארנישט טאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווי אזוי האט אייסע געלייגט א האנט אויף די קוואליפאצירטע טעיפס, לעגאל?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן:ווי אזוי האט אייסע געלייגט א האנט אויף די קוואליפאצירטע טעיפס, לעגאל?

ער האט א "מויל" (mole) שפיאן בלע"ז אין דזאסטיס דעפארטמענט, און ס'מוז נישט זיין לעגאל, כמו שכתבתי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אהא. (געשריבן האסטו לגבי מפרסם זיין, לען שאלתי אויב דאס עצם לייגן א האנט דערויף האט אויך דעם אימיוניטעט).

יישר כח גדול לכל עבודתך!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן:אהא. (געשריבן האסטו לגבי מפרסם זיין, לען שאלתי אויב דאס עצם לייגן א האנט דערויף האט אויך דעם אימיוניטעט).

יישר כח גדול לכל עבודתך!

ס'איז נישט קיין נפק"מ, אלס וואס ער איז מפרסם אאין רעקארד קען נישט געניצט ווערן קעגן אים, און דארט האט ער דאך פארציילט אז ער האט די טעיפס, אנע דעם וואלט קיינער נישט געוויסט, סא קען מען אים גארנישט טאן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הויז ספיקער בעינער האט זינטאג געמאלדען אז - ווי געראכטען - נאך דעם ווי די דזשאסטיס דיפארטמענט האט אפגעזאגט אנצוקלאגען האלדער אויף קאנטעמפט אוו קאנגרעס, וואס די קלאגע וואלט געווען בארעכטיגט דורך די קאנטעמפט וואוט, וואס קאנגערעס האט געהאלטען פאריגע וואך, וועט די "הויז" אנקלאגען האלדער אין צווילער געריכט, וואס דאס איז בארעכטיגט דורך די צווייטע וואוט וואס קאנגערעס האט געהאלטען פאריגע וואך, וואס האט געפינען האלדער אין "צווילע קאנטעמפט" פארן נישט איבערגעבן די דאקיומענטען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dell »

די רעפובליקאנע קאנגרעס האט היינט אריין געגעבן א לאו סאוט קעגן האלדער אלס קאנטעמפט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט איז ארויסגעקומען דער לאנג ערווארטערטער אויספארשונג אויף די דזשוסטיס דעפארטמענט, איבער פעסט ענד פיוריעס.

די אויספארשונג אויף די דזשוסטיס דעפארטמענט, איז געווארן דורך געפירט דורך די ............ דזשוסטיס דעפארטמענט, אויפן פארלאנג פון די .............. דזשוסטיס דעפארטמענט!! (וואס לאכסטו?)

עניוועי, זיי האבן געפונען א זייער שטארקער סורפרייז, אז עריק האלדער - דער פירער פון די דזשוסטיס דעפארטמענט, וואס איז געווארן אויסגעפארשט דורך די דזשוסטיס דעפארטמענט, אויפן פארלאנג פון די דזשוסטיס דעפארטמענט - (שוין געזאגט? אה איים סארי), איז ......... אומשילדיג!! און אנדערע 14 וואס האבן יא געדארפט מערקען אז עפעס איז ראנג, גייען .... אפשר ...... ווערן געסענקשענט (sanctioned), דאס איז נישט קיין געלעכטער צו ווערן געסענקשענט, קען אמאל מיינען אזוי ווייט, ווי ווערן אנגעשריגען ברבים!

איז אבער שווער, אויב אזוי אז דער האלדער איז אזוי ריין, פארוואס האט די אדמינעסטראציע זיך אזוי איינגעריסען מיט קאנגרעס, נישט ארויסצוגעבן די פאפירן? נישט געפערליך, ווייל מ'וועט סיי ווי נישט וויסען די ענטפער ביז נאך די וואלען, און דאן איז עס שוין נישט קיין נפק"מ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נא, אז מען רעדט שוין!!

אין נאוועמבער 11' האט "דעניס בורקע" - די יו עס עטערני פאר אריזאנע - רעזעגנירט, נאכדעם ווי עס איז ארויס געקומען אז ער האט געליקט א דוקיומענט וואס האט באשמיצט איינע פון די וויסעל בלויערס אויף די "פעסט ענד פיואריעס" סקאנדאל - דזשאן דאדסאן - .

ער האט דעמאלס געזאגט עס איז געווען א טעות, און ער האט נישט געמיינט דירעקט צו בשמיצן.

היצט האט די יוסטיץ דעפארטמענט גענדיגט א אויספארשונג איבער יענע אינצידענט, און זיי זענען געקומען צו די מסכנה, אז ער האט יא געמיינט אים צו באשמיצן, פאר די עבירה פון רעדען איבער די סקאנדאל! און נאך מער האבן זיי געטראפן, אז עס איז געווען "געהעריגע געשפרעכען" אינערהאלב די אגענטור, צו באשמיצן וויסעל בלויער'ס! אריינגערעכענט דורך "טרעסי שעמלער" - דירעקטער פון די פאבליק אפעירס אינעם יוסטיץ דעפארטמענט.

זי האט אויך רעזעגנירט עטליכע חדשים צוריק, ווען מען האט דורך א אנקלאגע באקומען אירע אימעיל'ס און זיי האבן געוויזען אז זי האט געארבייט מיט לינקע אקטעוויסטישע גרופעס, צו באשמירן וויסעל בלויער'ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעצט האצעך געענדיגט אן אויספארשונג פאררופן דורך וויכטיג מאכער, אנגעפיהרט דורך וויכטיג מאכער, און די רעזולטאטן פון די אויספארשונג איז אז... נישט לאכן, איך מיינעס ערענסט... אז... לכתחילה אריבער איז מעכטיג!!! אנבעליוועבל!

טענקס פארן אונז אינפארמירן מיט אינפארמאטישע אינפארמעישן!

וואסי געווארן מיט די ציווילע געריכט קעגן האלדער?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואסי געווארן מיט די ציווילע געריכט קעגן האלדער?

טענקס פאר די קאמפלימענט!

דאס האט די ניו יארק טיימ'ס געשריבן דעמאלס:

A civil citation approved Thursday by the House will likely not wind its way through the courts before Mr. Obama’s term concludes at the end of this year, and few expect Mr. Holder to stay on if there is a second term.


ןןעלעך אויפזוכען צו עס האט זיך עפעס געטוישט, ווייל ער איז יא געבליבן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די אויספארשונג אויף די דזשוסטיס דעפארטמענט, איז געווארן דורך געפירט דורך די ............ דזשוסטיס דעפארטמענט, אויפן פארלאנג פון די .............. דזשוסטיס דעפארטמענט!! (וואס לאכסטו?)



אזוי ליינצעך היינט א קעפל אויף דראדזש...

Holder to Investigate- -Holder.. .
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”