Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אז איר פארגינט נישט קיינע זשאבס פאר אונזערע יונגעלייט...

זונטאג ינואר 09, 2011 5:13 pm

א מעכטיג ארטיקל פון אונזער פריינט, דער באגאבטער שרייבער און היימישער פאליטישאן "יוסי געשטעטנער".
איבער-געפאוסט אהער פון זיין סייט פאר די הנאה פון אידישע וועלט לייענער - מיט זיין רשות.

אז איר פארגינט נישט קיינע זשאבס פאר אונזערע יונגעלייט, עסט אייך געזונטערהייט!

ראש חודש שבט תשע”א, למספרם יאנואר דעם 6′סטן

לעצטענס אין ניו יארק זענען געווען געוויסע פעלער ביי ריטעיל סטארס, הויפּטזעכליך גראסעריס, וואו די לעיבאר דעפּארטמענט איז אראפּ געקומען טיילן קנסות אויף דאס וואס די בעלי בתים האבן באצאלט שווארץ פאר די איינגעשטעלטע היספּאנישע, און/אדער זיי נישט געגעבן קיין “טיים ענד עי העלף” פאר אווער-טיים. די לעיבאר דעפּארטמענט אין עטליכע פעלער איז געוואויר געווארן דערפון וויבאלד מען האט אויפגעזאגט היספּאנישע, זענען זיי געלאפן מסר’ן די סטעיט. א דאנק דעם, זענען סטארס געווארן שטרענגער מיט זייערע אויפן פון באצאלן פאר איינגעשטעלטע, א.א.וו.

איצט אז די בעלי בתים רעגן זיך אויף די ארבעטער פאר’ן מסר’ן און אלעס וועט סייווי דארפן פארן לויט די ביכער, פרעגט זיך אזוי פון די בעלי בתים: ווער האט אייך געבעטן צו אויפנעמען היספּאנישע וועלכע זענען גרייט אייך צו ווארפן אונטער’ן באס (א שטייגער לויפן צום סטעיט), און זענען אין אלגעמיין דא אומלעגאל וואס דאס מיינט אז די פעדעראלע רעגירונג קען אייך שטראפן און ארעסטירן, בעת וואס היימישע יונגעלייט מוטשען זיך אויף צו טרעפן פּרנסות? בעת וואס יונגעלייט זוכן פון וואו צו פארדינען עטליכע דאלאר א וואך צו שפּייזן זייערע פאמיליעס?

קומט מען מיט’ן תירוץ אז געוויסע זשאבס, וואו פּאקן שעלווס אין גראסעריס, שטיין ביים רעזשיסטער צי דעליווערס, ווילן נישט יונגעלייט אננעמען, און די זעלבע אויך מיט פילע סארט זשאבס אין אלגעמיינע ריטעיל סטארס. ננוח אז עס איז אזוי. ווער איז שולדיג דערויף? צען יאר צוריק האבן נאך יונגעלייט גערן געטאן די סארט ארבעט אין גרויסן, נאר מען האט עס אנגעהויבן צו געבן פאר היספּאנישע, איז עס מיט די צייט געווארן א זשאב וואס קומט עפּעס נישט פאר’ן יונגערמאן. דאס איז אויסערדעם וואס עס זענען נאך דא געשעפטן וואו יונגעלייט האבן נאך יא טייל פון די א.ד. זשאבס, אבער ליידער פאלט עס אויך אוועק צו די היספּאנישע ווייל מען וויל זיך שפּארן א דאלאר.

פרעגט זיך: וויפיל – הרב בעל הבית – שפּארט איר זיך ווען איר געבט ארבייט פאר “פרעמדע” ווי איידער פאר’ן היימישן? צוויי דאלאר א שעה? דריי דאלאר א שעה? גוט. לאמיר זאגן דריי דאלאר א שעה. וויפיל קומט אויס פופציג שעה א וואך ווען איר צאלט פאר אן “אייגענעם” דריי דאלאר מער פּער שטונדע ווי פאר’ן פרעמדן? 150 דאלאר א וואך! פיין, לייג צו די פארמערטע פּעיראול טעקס, קאסט עס נאך בערך צען דאלאר א וואך. און וויבאלד איר האט דאך 150 דאלאר אין נייע “עקספּענסעס,” צאלט איר דאך ווייניגער שטייער סוף יאר. שפּארט איר זיך עטליכע אין פופציג דאלאר. נו, קומט אויס אז געבן פאר א איד פופציג שעה א וואך ארבעט פאר דריי דאלאר מער שעה ווי דעם פרעמדן, קאסט אייך אומגעפער נאך הונדערט דאלאר א וואך.

50 מאל $3 = $150

10$ מער פּעיראל טעקס = 160

52$ ווייניגער אין ביזנעס טעקס (אויב די ראטע איז 35%) = ניטאמאל קיין 108$

אויב זענט איר א ביזנעס מיט אפילו 9 היספּאנישע, און טוישט עס איין אויף אכט-ניין אייגענע, קאסט עס אייך ווייניגער ווי טויזנט דאלאר א וואך. אויב אייער ביזנעס שטייט אדער פאלט אויף דעם טויזנטער, דאן קענט איר קלאוזן שאפּ! איר זענט באנקראט. איר האט סתם קאפּוויי פון אפען האלטן דעם סטאר. אויב זענט איר א גרעסערע ביזנעס מיט 20-30 היספּאנישע, האט איר דאך פיל מער הכנסה, און פיל מער רווחים אז איר זאלט ערנסט שפּירן דעם דיפערענץ פון עטליכע טויזנט דאלאר א וואך.

קומט מען מיט’ן טענה, אז דורך נוצן היספּאנישע, קען מען געבן פּראדוקטן פאר ביליגער. איז עס דען אזוי? איך דענק נישט אז צען יאר צוריק, ווען אידן האבן נאך געהאט דאס מערסטע זשאבס אין גראסעריס (צי אין אנדערע ריטעיל סטארס), זאלן זאכן קאסטן ביטער טייער נאכצוקומען די געהאלט פון די אידן. איך דענק אויך נישט אז אין די לעצטיגע יארן ווען עס האט זיך פארמערט דאס באנוץ פון היספּאנישע וואו – לויט די בעלי בתים – שפּארט עס ביטערע געלטער, זאלן גראסעריס (און אנדערע געשעפטן) שניידן פּרייזן פאר די קליענטן… ועוד, איך זע נישט אז די גראסעריס וועלכע בעטן מיט צען-פופצן פּראצענט מער ווי די אנדערע אין די זעלבע שטעט, זאלן עפּעס האבן אויפגענומען מער אידן ווי די ביליגערע גראסעריס, טראץ דעם וואס מען וויל איינרעדן מענטשן אז די פּרייזן שפּיגלן אפּ דאס געהאלט פון איינגעשטעלטע.

די אלע חשבונות א זייט געלייגט, בין איך זיכער אז פאר קליענטן וואלט נישט אנגעגאנגען, און מען וואלט ניטאמאל באמערקעט, אויב די בעלי בתים – אויף נאכצוקומען די “ביטערע קאסט” פון אויפנעמען היימישע יונגעלייט – וועלן הייבן פראדוקטן מיט פינף, צען צענט א שטיקל. מען דארף ניטאמאל הייבן אלע פראדוקטן. מען קען טרעפן צוואנציג-דרייסיג סארט זאכן וואס פארקויפן זיך אינגרויסן, צום ביישפּיל טשיפס און נאשעריי, און העכערן דעם פּרייז מיט א ניקל צי א דיים. פארקויפן טויזנט שטיק פון סיי וועלכע זאך פאר צען צענט מער, ברענגט אריין א פרישע הונדערט דאלאר, און דאס קען דעקן א יונגערמאן פאר דריי דאלאר א שעה מער ווי דעם ספּאנישן פאר פופוציג שעה א וואך, צי גאר פיר דאלאר מער א שעה פאר 35 ביז פערציג שעה א וואך, ווייל איר וואלט דאך נישט אריין גיין אין אווער טיים, ווייל פון וואו וועט מען נעמען די נאך 35 דאלאר א וואך פּער יונגערמאן וואס עס וועט קאסטן – אין נעט – די טיים ענד עי העלף פאר א איד וועם מען צאלט 10.25 א געווענליכע שעה… (10.25 קומט אויס דריי דאלאר מער ווי די מינימום וועיזש וואס מען מוז סייווי צאלן פאר’ן ספּאנישן)

אלזא טייער גראסערי בעלי בתים: כלל ישרא-ל קומט אייך טאקע א גרויסן דאנק פאר’ן ערלויבן מענטשן אויפצושרייבן. דאס איז א גאר גרויסע חסד וואס ממש מער ווי רוב מענטשן האבן איינמאל מער צי איינמאל ווייניגער נהנה געווען. אייער שכר איז גרויס, און איר קענט פירן אייערע ביזנעס לויט אייער געשמאק. עס איז נישט אונזערע ‘געשעפטן.’ אבער באשולדיג נישט אונז קליענטן אז אונז צווינגען אייך אויפצונעמען פרעמדע, און האט נישט קיין פאראיבל אויפ’ן גוי וואס איז געלאפן צום לעיבאר דעפּארטמענט. איר האט זיי אויפגעהאדעוועט אויף די אייגענע האנט זיך צו שפּארן א הונדערטער אויף די חשבון פון אונזערע אייגענע ברידער וועלכע זענען נאך אזוי אומשטאנד ווי היספּאנישע אדער ווי אידן פון צען-פופצן יאר צוריק וועלכע זענען געשטאנען ביים רעזשיסטער; ארגאניזירט ארדערס; און געפירט דעם דעליווערי טראק מיט צוויי אפריקאנער-אמעריקער צו העלפן מיט די דעליוועריס.

היינט האלט עס אז דער אפריקאנער-אמעריקאנער פירט דעם טראק, און היספּאנישע דעליווערן, בעת וואס אידישע קינדער האבן נישט קיין ברויט אין מויל צו נעמען אדער שכר לימוד און רענט צו באצאלן, וואס דאס אליינס קאסט דאך געלט פאר אייך בעל הבית, ווייל מען צאלט דאך נישט אייערע רענט (אין צייט), און מען קומט דאך צו אייך טאג און נאכט מיט צדקה צוועקן און/אדער פארלאנגען אז איר זאלט אויסהאלטן די לאקאלע מוסדות אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געדארפט צען יאר צוריק ווען… ווען מער אידן האבן געהאלטן מער זשאבס ביי אידישע בעלי בתים.

אי-מעיל yossi@yossigestetner.com

Advertisement

זונטאג ינואר 09, 2011 5:58 pm

אזוי אמת איך וויל דא בעטן פין ר'יוסי געשטעטנער זאל דעס אויפהענגען איבעראל אין אלע בתי מדרשים זאל עס יעדער איינער זעהן אין שפירן יענעמס ווייטאג

זונטאג ינואר 09, 2011 6:03 pm

איך זעה נאכנישט די בושה מיט ארבעטן און א גראסערי אנפילען שעלפס אדעק שטיין ביי א גראסערי!

אדרבה לאמיר הערן, איינער דא שעמט זיך אונצופילען שעלפס און א גראסערי? אדער שטיין און א גראסערי?

זונטאג ינואר 09, 2011 6:06 pm

זייער א גערעכטע טענה.
אידישע געשעפט אייגעטומער שרייען שוין פונלאנג, היתכן מ'גייט איינקויפן ביים גוי "וחי אחיך עמך". זאלן זיי טאקע וויסן, אז די זעלבע וחי אחיך עמך וואס איז אונז מחייב צו צאלן מער איינצוקויפן ביי א איד, איז אויך זיי מחייב צו צאלן מער און אויפנעמען אידישע ארבעטער.
ווי האט דוד המלך ע"ה געזאגט, לכו והתפרנסו זה מזה!

זונטאג ינואר 09, 2011 6:11 pm

אמיגא! איז דיס מעזוינויס?
אאפס: אנטשולדיג, ר' איד! דאס איז מזונות?

זונטאג ינואר 09, 2011 6:16 pm

א מאמר וועלכע מיר האבן געשריבן בעזה"י א שטיק צייט צוריק, קוקט די אונטערשטע צוויי פאראגראפן.
עטעטשמענטס
קויפן ביי א איד.pdf
(48.08 KiB) געדאון לאודעד 94 מאל

זונטאג ינואר 09, 2011 6:57 pm

זייער זייער גוט!

און מ'קענאך גיין ווייטער, אז יודן וועלן האבן דזשאבס, וועטעס בויען די לאוקעל עקאנעמי, און ס'וועט נאר בעסער מאכן די ביזנעס.

און אז ס'וועט זיין א בעסערע לאוקעל עקאנעמי וועלן מער מענטשן צאלן שכר לימוד, וועלן די מוסדות'ער נישט אזוי אינטערברעכן, וועט מען ווייניגער קומען צו עם נאך צדקה.

און ס'וועט זיין ווייניגער טי פארטי'ס. וחוזר חלילה...

זונטאג ינואר 09, 2011 8:20 pm

יא יא!! כ'האב נישט ליב צו רעדן.. אבער נישט רעדעוודיג, איז יעדער זיך ווערט דאס געלט!
מיין מאמע פלעגט זאגן, ווען ער וועט זיין הונגעריג וועט ער שוין עסן, אז דער יונגערמאן וועט זיך אויסטון די מאנטל משוגעת'ן, וועט ער זיך אראפלאזן און ארבעטן כאטשיג וואו.
דער גראסערי מאן זיצט אויף קעש, ווער ס'הערט עהם וויינען זאל וויסן אז ס'איז סתם א ניגון התעוררות.. וואס ער האט פונקט געהערט אויף א אלטע קאסעטע..
ווי האט יענע שווארצער געזאגט, אבאמע האט געזאגט ס'גייט זיין א טויש, נו, א טויש וועט ממילא זיין ווייל אזוי קען עס נישט גיין.. ממילא זאגט מיר יענע שווארצער, און גערעכט איז ער, ס'האט גארנישט מיט אבאמעס זאגן..
ס'וועט זי טוישן, פריער צו אביסל שפעטער, די שאלה ווילאנג מ'וועט ליידן ביז אט אט דעמאלטס

מאנטאג ינואר 10, 2011 8:35 am

דאנציגער האט געשריבן: ס'איז סתם א ניגון התעוררות.. וואס ער האט פונקט געהערט אויף א אלטע קאסעטע..

;l;p-

דאנערשטאג ינואר 13, 2011 5:10 pm

הטוב_שמך האט געשריבן:דא
דער תירוץ פאר אויפנעמען די גוי'אישע ארבייטערס איז געווענליך אז זיי האבן נישט קיין "שבת היום חודש היום" תירוצים. זיי קענען רואיג ארבייטן עש"ק ביזן זמן, און מוצש"ק 15 מינוט נאכן זמן, און אזוי ערב פסח און ערב סוכות.

אבער פאר דעם קען מען נעמען איין גוי, און די איבריגע זאלן זיין אידן. א חוץ דעם וואס אידן זענען מער פארלעסליך. זעה די וואך אין די צייטונגען פון די אסיפה וואס איז געווען אין בארא פארק "לכו ופרנסו זה מזה".

די בעלי בתים דארפן אבער געדענקען פארן איד אויך צו געבן טיים-ענד-עי-העלף... מ'זאל נישט נעמען עדווענטעזש פון די איסור אנטקעגן מסירה... אסאך אינגעלייט ארבעטן אסאך שעות און באקומען נישט באצאלט כפי עבודתם.

דאנערשטאג ינואר 13, 2011 7:00 pm

ביקסאד האט געשריבן:
הטוב_שמך האט געשריבן:דא
]

די בעלי בתים דארפן אבער געדענקען פארן איד אויך צו געבן טיים-ענד-עי-העלף... מ'זאל נישט נעמען עדווענטעזש פון די איסור אנטקעגן מסירה... אסאך אינגעלייט ארבעטן אסאך שעות און באקומען נישט באצאלט כפי עבודתם.


דאס גאנצע טיים ענדעהעף איז א היבשע ליצנות. איך ווייס פון א אידישע ביזנעס, וועלכער האט אסאך אידישע ארבייטער, און פאר ער נעמט אויף א ארבייטער מאכט ער זיך א חשבון וויפיל ער איז גרייט צו צאלן דעם ארבייטער אויפן יאר, און דערנאך צוטיילט ער דעם מספר לויט די שעות און ער רעכנט אריין אווער טיים און אלע אנדערע באנוסעס וואס ער דארף געבן. אזוי אז דער אינגערמאן כאפט גארנישט אז ווען ער זאגן עם 11 דאללער א שעה, האט שוין דער בעה"ב געמאכט דעם נומער, בעיסד אויף דעם חשבון וויפיל אווערטיים שעות און אנדערע באנוסעס ער גייט האבן במשכן יאר
שרייב א תגובה

Advertisement