בלאט 1 פון 1
ק.נ.א. אנקעטע #2 = דעמאקראטישע וויילער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 5:40 pm
דורך קרעמער
דעמאקראטישע וויילער:
וועלכער קאנדידאט איז אייער אויסוואל, אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 7:18 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
קודם כל איך שטים נישט פאר קיין פרויען
אין אויך נישט פאר קיין שווארצע
מילא האב איך סתם אזוי געשטימט פאר'ן דריטען אופשען
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:49 pm
דורך קרעמער
דא בין איך אויך באאיינפלוסט געווארן פון גאליציאנער'ס תגובה.
איך האב נישט געשטימט פאר רעבעצין קלינטאן ביי ביידע פון אירע סענאט קאמפיינען, ווייל איך האב אמאל געהערט אז עס איז א שאלה להלכה צו געבן אויטאריטעט פאר א פרוי (ווער קען דאס מברר זיין?), ווי אויך איז דא די זעלבע (אדער נאך הארבערע) פראבלעם אפצוגעבן א שטומע פארן שחור (הגם ער איז בלויז האלב-שווארץ...), דערפאר האב איך אויך אפגעגעבן די שטומע פארן דריטן אפציע.
איך שרייב אריין, מיין דעמאקראטישע קאנדידאט איז "דזשאן עדווארדס"! (וואס זאל איך טאן אז גאור און קערי האבן געכאפט אן עסק... זיי ווילן מער נישט לויפן, איך וואלט ווען געשטימט פאר זיי... איך גלייך גאור'ס כאריזמע און קערי'ס פארפאטשקעטע ווערטלעך, אבער אז זיי ווילן נישט לויפן, וועל איך מוזן שטומען פאר מר. "צוויי אמעריקע'ס").
----
כדי קיינער זאל נישט פרעגן ממה נפשך וואס ביסטו? פארוואס געסטו אפ דיין שטומע פאר די רעפובליקאנער צד און פאר די דעמאקראטישע? וויל איך קלארשטעלן אז איך בין איינגעשריבן אלץ דעמאקראט (כנהוג אין ניו יארק סיטי ווי דעמאקראטן האבן פיר מאל אזויפיל רעגיסטריטע וויילער ווי רעפובליקאנער), אבער מיינע שטומעס לויפן געווענליך אויפן רעפובליקאנער קאלום, געט דאס מיר רעכט ביי די ק.נ.א. אנקעטעס ארויסצוברענגן מיין מיינונג אויף ביידע זייטן, דעמאקראט און רעפובליקן.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:13 pm
דורך קרעמער
אמעריקע איז אזוי צוטיילט געווען ווי די קרעטשמע... אבאמא און קלינטאן האבן ארויסגעצויגן כמעט אן אייניגע צאל שטומען ביי די פריימעריס דורכאויס אמעריקע, אפשפיגלנדיג די קרעטשמע פריימעריס.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:23 pm
דורך צייטליך
ס'האט זיך געטוישט יעצט ווען איך האב געלייגט מיין שטומע פאר אבאמא, (פע, יעצט ? חכם, יעצט איז ער שוין סייוויי געווינער) וואס קאן איך טוען אז איך האב נאכנישט געשטימט ביז איצט.
אבער איך זעה אז א מערהייט פון די קרעטשמע האט נישט קיינעם פון די צוויי געוואלט, ס'רוב האבן געשטימט פאר א דריטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 9:05 am
דורך איך_הער
איך באמערק יעצט, אז כ'האב אויך נישט געוואוט דא, סאו עלעך שוין נישט וואוטן. (פאר די וואס ווייסן נאך אלץ נישט, מ'קען זען וואוט'ס, אפילו ווען מ'וואוט נישט, אויב מ'דרוקט אויף די לינק, ראה תוצאות.)