בלאט 1 פון 1
ק.נ.א. אנקעטע #1 = רעפובליקאנע וויילער
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 5:38 pm
דורך קרעמער
די אנקעטע איז געצילט צו רעפובליקאנער וויילער.
ביטע ענטפערן וועלכן פון די קאנדידאטן איר וואלט געשטיצט ווען די אלגעמיינע פרעזידענטליכע וואלן וואלטן יעצט פארגעקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 6:30 pm
דורך צייטליך
כ'האב געוואט פאר דזשוליאני. והסיבות כדלהלן:
1) כ'בין א ניו יארקער און כ'בין מער סימפאטיש פאר אים,
2) שוועמל האט קאמפיינט פאר אים,
3) זאלן די אנדערע וויסן אז די ווארט "בוש" הייסט נאך מילד גערעדט ווען עס קומט צו האנדלן מיט די פארשידנארטיגע קריאזע, און פאריקטע האנטוך קעפ.
און זיינע מעיאר יארן יוכיח, אז די נארמאלע מענטשן האבן נאר געהאט א רואיג'רן לעבן ווי אייביג, און די פאברעכער - כ'רעדט נישט פון די ווייט קאלער קרימינעל'ס - האט מען אויסגעראטן, אנדערש איז עס ביי די איצטיגע מעיאר, ווי שיסערייען זענען ארויף, און די פאברעכער דרייען זיך אין די גאסן, אין די פאליס האבן אנדערע דאגות, נעמליך, געבן טיקעט'ס, און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, און אונזער נייער גאווענער י"ה נעמט זיך מיט אן אייפער צו כאפן די אלע וואס מאכן געלט, און לעבן אויף די אקענאמיע.
לעבן זאל דעמאקראטיע,!
ערוויילט רודי דזשליאני פאר פרעזידענטשאפט !
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 7:15 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
געשטימט דזשוליאנו
חאטש ער איז א ווילדע חי' ,אבער פאר אזא לאנד ווי יונייטעד סטעיטס ,קען זיין אז דאס דארף מען
אין בכלל עס וואלט געווען א אינטערעסאנטע שוי שפיל דזשוליאנו קעגען בין לאדין אין אכמעדינידשאד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 29, 2007 10:45 pm
דורך קרעמער
WOW
ווען רודי דזשוליאני זאל זיך נעמען די מיה אריינצוקומען אביסל אין קרעטשמע, וואלט ער כאטש געשעפט פרישע כוחות אנצוגיין מיטן שווערן קאמפיין זיינעם.
איך זאג אייך דעם אמת, איך זעלבסט האב געקווענקלט און נישט געקענט באשליסן פאר וועמען צו געבן מיין שטומע אין אט די אנקעטע, מיינע ספיקות זענען אזוי: 1) דזשאן מעקעין איז מער ערפארן אין וועלטליכע פאליטיק, האט מער יארן עקספיריענס אין די פעדעראלע רעגירונג, האט שוין נישט אזויפיל רתיחות הדם. 2) רודי דזשוליאני איז א העלד (פארוואס?), ער איז יונגער (מעקעין איז אביסל צו אלט אין מיינע אויגן, איך האב אים געשטיצט אין 2000! ווען ער איז געווען מיט 8 יאר אינגער ווי 2008), און האט גאנץ פיין געפירט די שטאט ניו יארק.
ביידע זענען גלייכע רעדנער (ווער געדענקט מעקעין'ס "סטרעיט טאלק" קאמפיין אין 00'? דזשוליאני איז אויך אן איינפאכער רעדער וואס זאגט דיר אין פנים אריין וואס ער האט אין בויך), האבן אן ענליכן בליק אויף די וועלט (פטור ווערן פון די משחיתים דורך מדה כנגד מדה'דיגע טעראר און קלעפ, באמבעס און הינריכטונגען), און קענען פירן דעם לאנד בעזהשי"ת.
אבער איך בין אזוי איבערגענומען געווארן פון די צוויי פריערדיגע מגיבים, אז איך האב געגעבן א דרוק אראפ דעם "טשעד" פון רודי דזשוליאני!!!!!!!!
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:12 pm
דורך קרעמער
נו, ווער לאכט דער לעצטער?
מעקעין איז אריינגעקומען אין קרעטשמע מיט א שטוינענדע 0 פראצענט, אבער האט למעשה פארכאפט די רעפובליקאנער נאמינאציע!
וויאזוי זאגט ער נאר דער מעקעין כסדר? "איך בין דאס בעסטע אלס אונטער-הינטל".
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:20 pm
דורך צייטליך
ס'קאסט א לאך צו זעהן צום וויפעלטן מאל אז פאליטיק קען מען נישט פאראויסזעהן.
שכויעך קרעמער פארן ארוישלעפן פון אינטן די אלט-פארגעסענע אשכולות, יעצט נאכן פאסטן קוקט אויס אז די האסט מער כח צו שלעפן.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:25 pm
דורך קרעמער
וואס קלערסטו? איך נוץ
פוילישער'ס שלעפער טראק
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:40 pm
דורך צייטליך
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח.....
גט גוט.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:40 pm
דורך מאשקע
אגב, ווער איז דער רודי זשוליאני?...