בלאט 39 פון 40

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 12:41 pm
דורך שפיגליצקי
אסדר לסעודתא האט געשריבן:צוויי אידישע שכנים אין קווינס רייסן זיך ארום איבער א 'באגי מאנסטער' וואס איינער פון די שכנים האבן ארויסגעשטעלט אין זיין חצר, און זיין שכנ'טע ציטערט דורכצוגיין אויפן גאס...

מקור: ניו יארק פאסט

בייגעלייגט א בילד פונעם שרעקעדיגן מאנסטער...

:lol: :lol:

לוינצעך צו ליינען דעם גאנצן ארטיקל זיך צו דערגרינטעווען אביסל מער איבער די געפערליכע מחלוקה דארט.

אגב, נעבעך אויף אזא אידישקייט.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:14 pm
דורך אסדר לסעודתא
נעכטן האט זיך אויסגעגאסן טשוואקעס? היינט קעש!!

אויף א הייוועי אין אנטלאנטא האט זיך געעפנט א טירל פון א קעש טראק. ושאבתם מים בששון...

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:16 pm
דורך אסדר לסעודתא
צוויי מענטשן זענען שוין געקומען מיט זעקלעך קעש צום פאליציי סטאנציע מקיים צו זיין והשיב את הגזילה. איינס האט 600 די אנדערע 2100.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:17 pm
דורך גיב א שמייכל
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נעכטן האט זיך אויסגעגאסן טשוואקעס? היינט קעש!!

אויף א הייוועי אין אנטלאנטא האט זיך געעפנט א טירל פון א קעש טראק. ושאבתם מים בששון...

אוי טאטעניו ווען גיסט זיך אויס איינס אין פארנט פון מיין הויז.....

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:19 pm
דורך אסדר לסעודתא
לויט די פאליציי פעלט נאך איבער 100,000.

איך וואלט יענעם מיעץ געווען צו זאגן קדיש יתום...

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:57 pm
דורך ירוושלמי22
גיב א שמייכל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נעכטן האט זיך אויסגעגאסן טשוואקעס? היינט קעש!!

אויף א הייוועי אין אנטלאנטא האט זיך געעפנט א טירל פון א קעש טראק. ושאבתם מים בששון...

אוי טאטעניו ווען גיסט זיך אויס איינס אין פארנט פון מיין הויז.....

אין א"י זאגט מען אלס ווען דער דאלאר פאלט (קעגן דעם שקל)
אינטראסאנט איז לעבן מיר פאלט דער דאלאר קיינמאהל נישט

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 5:50 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
א פאקיסטאנער פאליטיקאנט האט אויף זיין טוויטער אקאונט ארויסגעשטעלט באגריסונג פאר א העראישער פילאט וועלכע האט פארמיטן א שרעקליכער קאטעסטראפע בשעתן לאנדן א קאמערציעאלע פליגער.

א ווידיאו פון די פאסירונג צייגט וויזוי דער גיגאנטישער פליגער א A380 הייבט זיך ווילדערהייט צוריק אין די לופט תיכף נאכן לאנדן, נאכדעם וואס דער פילאט האט באמערקט אז א אויל טאנקער טראק פונעם לופטפעלד איז שטעקן געבליבן אינמיטן ראנוועי. וואס אויב פאסירט א צוזאמשטויס צווישן זיי צוויי קען די אויפרייס זיין ערגער ווי די מאמע פון אלע באמבעס.

זיין ריקצוג איז געלונגען מיט א האר אוועק פון א קאטעסטראפע, די רעדער פונעם פליגער זענען פארביי געפלויגן און אויסגעמיטן דעם קראך ממש געציילטע פיס העכער דער טאנקער טראק.

דאס איז דער טוויט פונעם פאליטישן ווי ער לויבט אויס דעם פילאט, ער האט דערביי צוגעלייגט א בילד ווי מ׳קען זעהן דער פליגער דערנענטערט זיך און נידערט אראפ העכערן ראנוועי, בעת וואס דער טאנקער טראק פארט אים אריין אין וועג.

D6A8B146-AFCB-4A99-94A2-1174B190D501.jpeg
D6A8B146-AFCB-4A99-94A2-1174B190D501.jpeg (75.09 KiB) געזעהן 2854 מאל

און פארוואס קומט דאס איז טשיקאווע נייעס? אה. ווייל די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט. עימיצער האט אראפגענומען א קליפ פון א ערעפלאן סימולעטאר געים און עס אהין געשיקט פאר דעם פאלאטישן, און ער ווי א גולם איז געגאנגן דערפאר.

דא האט איר דעם קליפ פונעם שיעור-קאטעסטראפע אויף איינעמס געים.

דראפבאקסגוגל דרייוו

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 6:45 pm
דורך פארדינט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א פאקיסטאנער פאליטיקאנט האט אויף זיין טוויטער אקאונט ארויסגעשטעלט באגריסונג פאר א העראישער פילאט וועלכע האט פארמיטן א שרעקליכער קאטעסטראפע בשעתן לאנדן א קאמערציעאלע פליגער.

א ווידיאו פון די פאסירונג צייגט וויזוי דער גיגאנטישער פליגער א A380 הייבט זיך ווילדערהייט צוריק אין די לופט תיכף נאכן לאנדן, נאכדעם וואס דער פילאט האט באמערקט אז א אויל טאנקער טראק פונעם לופטפעלד איז שטעקן געבליבן אינמיטן ראנוועי. וואס אויב פאסירט א צוזאמשטויס צווישן זיי צוויי קען די אויפרייס זיין ערגער ווי די מאמע פון אלע באמבעס.

זיין ריקצוג איז געלונגען מיט א האר אוועק פון א קאטעסטראפע, די רעדער פונעם פליגער זענען פארביי געפלויגן און אויסגעמיטן דעם קראך ממש געציילטע פיס העכער דער טאנקער טראק.

דאס איז דער טוויט פונעם פאליטישן ווי ער לויבט אויס דעם פילאט, ער האט דערביי צוגעלייגט א בילד ווי מ׳קען זעהן דער פליגער דערנענטערט זיך און נידערט אראפ העכערן ראנוועי, בעת וואס דער טאנקער טראק פארט אים אריין אין וועג.

D6A8B146-AFCB-4A99-94A2-1174B190D501.jpeg

און פארוואס קומט דאס איז טשיקאווע נייעס? אה. ווייל די מעשה האט קיינמאל נישט פאסירט. עימיצער האט אראפגענומען א קליפ פון א ערעפלאן סימולעטאר געים און עס אהין געשיקט פאר דעם פאלאטישן, און ער ווי א גולם איז געגאנגן דערפאר.

דא האט איר דעם קליפ פונעם שיעור-קאטעסטראפע אויף איינעמס געים.

דראפבאקסגוגל דרייוו

;l;p-

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 6:47 pm
דורך אלופי אדום
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט די פאליציי פעלט נאך איבער 100,000.

איך וואלט יענעם מיעץ געווען צו זאגן קדיש יתום...

ומקבלים "דיים" ו"דיים" ואמרין קדיש!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 8:50 pm
דורך שאהן הענניטי
די עראפלאן קליפ איז מעכטיג. אפשר קען איך אויך שפילן די געים?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 2:13 pm
דורך פעיק נוז
א דרייווער איז אפגעשטעלט געווארן אין ברוקלין פאר'ן דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע פאר קארס מיט אסאך פאסאזשירן, און פאליציי האט געזען אז אנשטאט צו האבן נאך פאסאזשירן אין די קאר, האט דער דרייווער געהאט אריינגעזעצט א "דאמי" אינעם הונטערשטן זיץ.

דער דרייווער האט געהאט צוזאמגעשטעלט דעם דאמי, עס אנגעקליידט מיט א היטל, העמד און הויזן, וועלנדיג קענען אויסנארן די פאליציי און דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע, אבער די פאליציי האבן גלייך געזען אז ס'איז נישט קיין עכטע מענטש.

די פראגע בלייבט צי דער דרייווער איז נישט קיין גרעסערער דאמי ווי דער פאלשער דאמי...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:35 pm
דורך נודניק
פעיק נוז האט געשריבן:א דרייווער איז אפגעשטעלט געווארן אין ברוקלין פאר'ן דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע פאר קארס מיט אסאך פאסאזשירן, און פאליציי האט געזען אז אנשטאט צו האבן נאך פאסאזשירן אין די קאר, האט דער דרייווער געהאט אריינגעזעצט א "דאמי" אינעם הונטערשטן זיץ.

דער דרייווער האט געהאט צוזאמגעשטעלט דעם דאמי, עס אנגעקליידט מיט א היטל, העמד און הויזן, וועלנדיג קענען אויסנארן די פאליציי און דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע, אבער די פאליציי האבן גלייך געזען אז ס'איז נישט קיין עכטע מענטש.

די פראגע בלייבט צי דער דרייווער איז נישט קיין גרעסערער דאמי ווי דער פאלשער דאמי...

זיי זאגן נישט וויפל מאל די פאליציי מיינט יא אז עס איז א עכטע מענטש...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:56 pm

What a dummy

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:58 pm
דורך nmi
אסדר לסעודתא האט געשריבן:

דער איז אויפן רעספארעעטער???........

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 8:27 am
דורך פאר'מוח'ט
נודניק האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:א דרייווער איז אפגעשטעלט געווארן אין ברוקלין פאר'ן דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע פאר קארס מיט אסאך פאסאזשירן, און פאליציי האט געזען אז אנשטאט צו האבן נאך פאסאזשירן אין די קאר, האט דער דרייווער געהאט אריינגעזעצט א "דאמי" אינעם הונטערשטן זיץ.

דער דרייווער האט געהאט צוזאמגעשטעלט דעם דאמי, עס אנגעקליידט מיט א היטל, העמד און הויזן, וועלנדיג קענען אויסנארן די פאליציי און דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע, אבער די פאליציי האבן גלייך געזען אז ס'איז נישט קיין עכטע מענטש.

די פראגע בלייבט צי דער דרייווער איז נישט קיין גרעסערער דאמי ווי דער פאלשער דאמי...

זיי זאגן נישט וויפל מאל די פאליציי מיינט יא אז עס איז א עכטע מענטש...

די צייט וואס נעמט צוזאמצושטעלן דאס דאמי נעמט פיל לענגער ווי אריבערפארן דאס געהעריגע ליניע...

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 9:39 am
דורך maybeeynot
פאר'מוח'ט האט געשריבן:די צייט וואס נעמט צוזאמצושטעלן דאס דאמי נעמט פיל לענגער ווי אריבערפארן דאס געהעריגע ליניע...

ווער זאגט מהאט אים געכאפט די ערשטע טאג

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 1:43 pm
דורך ניס קראכער
nmi האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:א דרייווער איז אפגעשטעלט געווארן אין ברוקלין פאר'ן דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע פאר קארס מיט אסאך פאסאזשירן, און פאליציי האט געזען אז אנשטאט צו האבן נאך פאסאזשירן אין די קאר, האט דער דרייווער געהאט אריינגעזעצט א "דאמי" אינעם הונטערשטן זיץ.

דער דרייווער האט געהאט צוזאמגעשטעלט דעם דאמי, עס אנגעקליידט מיט א היטל, העמד און הויזן, וועלנדיג קענען אויסנארן די פאליציי און דרייוון אין דער ספעציעלער ליניע, אבער די פאליציי האבן גלייך געזען אז ס'איז נישט קיין עכטע מענטש.

די פראגע בלייבט צי דער דרייווער איז נישט קיין גרעסערער דאמי ווי דער פאלשער דאמי...

What a dummy

דער איז אויפן רעספארעעטער???........

נ'וודאי, דער זיצט טאך א גאנצן טאג אין א איבערגעהיצטע קאר...

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 6:00 pm
דורך Kollel
.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 7:30 am
דורך א גולם
דער פאלשער פרעזידענט סימבאל

123.jpg
123.jpg (70.26 KiB) געזעהן 841 מאל

וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א רעדע בשעת'ן שטיין פארנט פון א סקרין אויף וועלכע עס האט פיגורירט א גרויסע פאלשע פרעזידענטליכע סימבאל, מיט טשעפערייען קעגן דעם פרעזידענט. טראמפ האט געגעבן די רעדע פארנט פון א גרופע סטודענטן דינסטאג, און אויבנאויף האט דער סימבאל אויפ'ן סקרין אויסגעזען עכט, אבער געניטע אויגן האבן אויפגעכאפט ווי ס'האט פארמאגט עטליכע זאכן: אנשטאט איין אדלער, האט עס פארמאגט צוויי, ענליך צום רוסישן מיליטערישן סימבאל; אנשטאט שפיזן האבן די אדלערס געהאלטן גאלף-שפיל שטעקענעס, און אויפ'ן ארט פונעם אמעריקאנער לאזונג "אי פלוריבוס אונאם" איז געשטאנען "45 (45'סטער פרעזידענט) איז א פאפעט".

דער טעגליכער איד"

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 7:44 am
דורך אסדר לסעודתא
אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 11:22 am
דורך אימפעט
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

(אההה, כא פארגעסן ער האט מעכטיגע פאליסיס...........)

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 11:32 am
דורך לפנות בוקר
:?: :?: :?:
אימפעט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

(אההה, כא פארגעסן ער האט מעכטיגע פאליסיס...........)

:?:

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:07 pm
דורך שפיגליצקי
אימפעט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

יא טאקע גערעכט.

אבער דו האסט אים און זיך נאכאלס נישט מוחל געווען דערפאר, און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס...

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:20 pm
דורך נכד
א גולם האט געשריבן:
דער פאלשער פרעזידענט סימבאל

123.jpg

וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א רעדע בשעת'ן שטיין פארנט פון א סקרין אויף וועלכע עס האט פיגורירט א גרויסע פאלשע פרעזידענטליכע סימבאל, מיט טשעפערייען קעגן דעם פרעזידענט. טראמפ האט געגעבן די רעדע פארנט פון א גרופע סטודענטן דינסטאג, און אויבנאויף האט דער סימבאל אויפ'ן סקרין אויסגעזען עכט, אבער געניטע אויגן האבן אויפגעכאפט ווי ס'האט פארמאגט עטליכע זאכן: אנשטאט איין אדלער, האט עס פארמאגט צוויי, ענליך צום רוסישן מיליטערישן סימבאל; אנשטאט שפיזן האבן די אדלערס געהאלטן גאלף-שפיל שטעקענעס, און אויפ'ן ארט פונעם אמעריקאנער לאזונג "אי פלוריבוס אונאם" איז געשטאנען "45 (45'סטער פרעזידענט) איז א פאפעט".

די קומענדיגע מאל האסטו די געלעגנהייט צו ברענגן די גאולה. שרייב פון ווי עס קומט. פונעם ״דער טעגליכער איד״.

א דאנק.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:27 pm
דורך לייטער
איך האב באמערקט אז '' די איד '' און'' קול מבשר'' ביי די טשיקאווע נייעס, זאגן ממש די זעלבע טשיקאווע נייעס ביידע האבן אזא אפטיילונג
צימאל שטייט קודם אין די איד צימאל קודם אויף קול מבשר. פיינע פרישע נייעס פון ארום די וועלט