בלאט 39 פון 49

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 7:30 am
דורך א גולם
דער פאלשער פרעזידענט סימבאל


123.jpg
123.jpg (70.26 KiB) געזען 3021 מאל


וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א רעדע בשעת'ן שטיין פארנט פון א סקרין אויף וועלכע עס האט פיגורירט א גרויסע פאלשע פרעזידענטליכע סימבאל, מיט טשעפערייען קעגן דעם פרעזידענט. טראמפ האט געגעבן די רעדע פארנט פון א גרופע סטודענטן דינסטאג, און אויבנאויף האט דער סימבאל אויפ'ן סקרין אויסגעזען עכט, אבער געניטע אויגן האבן אויפגעכאפט ווי ס'האט פארמאגט עטליכע זאכן: אנשטאט איין אדלער, האט עס פארמאגט צוויי, ענליך צום רוסישן מיליטערישן סימבאל; אנשטאט שפיזן האבן די אדלערס געהאלטן גאלף-שפיל שטעקענעס, און אויפ'ן ארט פונעם אמעריקאנער לאזונג "אי פלוריבוס אונאם" איז געשטאנען "45 (45'סטער פרעזידענט) איז א פאפעט".


דער טעגליכער איד"

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 7:44 am
דורך אסדר לסעודתא
אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 11:22 am
דורך אימפעט
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

(אההה, כא פארגעסן ער האט מעכטיגע פאליסיס...........)

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 11:32 am
דורך לפנות בוקר
:?: :?: :?:
אימפעט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

(אההה, כא פארגעסן ער האט מעכטיגע פאליסיס...........)

:?:

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:07 pm
דורך שפיגליצקי
אימפעט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

יא טאקע גערעכט.

אבער דו האסט אים און זיך נאכאלס נישט מוחל געווען דערפאר, און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס...

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:20 pm
דורך נכד
א גולם האט געשריבן:
דער פאלשער פרעזידענט סימבאל


123.jpg


וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע זאגן אז זיי פארשן אויס, נאכדעם וואס עס שטעלט זיך ארויס אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א רעדע בשעת'ן שטיין פארנט פון א סקרין אויף וועלכע עס האט פיגורירט א גרויסע פאלשע פרעזידענטליכע סימבאל, מיט טשעפערייען קעגן דעם פרעזידענט. טראמפ האט געגעבן די רעדע פארנט פון א גרופע סטודענטן דינסטאג, און אויבנאויף האט דער סימבאל אויפ'ן סקרין אויסגעזען עכט, אבער געניטע אויגן האבן אויפגעכאפט ווי ס'האט פארמאגט עטליכע זאכן: אנשטאט איין אדלער, האט עס פארמאגט צוויי, ענליך צום רוסישן מיליטערישן סימבאל; אנשטאט שפיזן האבן די אדלערס געהאלטן גאלף-שפיל שטעקענעס, און אויפ'ן ארט פונעם אמעריקאנער לאזונג "אי פלוריבוס אונאם" איז געשטאנען "45 (45'סטער פרעזידענט) איז א פאפעט".


די קומענדיגע מאל האסטו די געלעגנהייט צו ברענגן די גאולה. שרייב פון ווי עס קומט. פונעם ״דער טעגליכער איד״.

א דאנק.

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:27 pm
דורך לייטער
איך האב באמערקט אז '' די איד '' און'' קול מבשר'' ביי די טשיקאווע נייעס, זאגן ממש די זעלבע טשיקאווע נייעס ביידע האבן אזא אפטיילונג
צימאל שטייט קודם אין די איד צימאל קודם אויף קול מבשר. פיינע פרישע נייעס פון ארום די וועלט

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:33 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
לפנות בוקר האט געשריבן::?: :?: :?:
אימפעט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין אמעריקע איז עס טאקע טשיקאווע נייעס, ווייל מ'גייט גארנישט טון חוץ נעמען דריי מענטשן פאר אויספארשונגען. אין אנדערע לענדער וואלט געווען א מנין טויטע אויף אזא חוצפה.

האסטע געזאגט.

אויב עפעס, אין אנדערע לענדער וואלט נישט געווען אזא חורבן פון א פרעזידענט...

און דאס איז ריכטיג טשיקאווע נייעס, אז דער מיאוס צעפראסקעטער איז פרעזידענט...

(אההה, כא פארגעסן ער האט מעכטיגע פאליסיס...........)

:?:

:!: :?: :!: :?: :roll:

געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2019 12:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
לייטער האט געשריבן:איך האב באמערקט אז '' די איד '' און'' קול מבשר'' ביי די טשיקאווע נייעס, זאגן ממש די זעלבע טשיקאווע נייעס ביידע האבן אזא אפטיילונג
צימאל שטייט קודם אין די איד צימאל קודם אויף קול מבשר. פיינע פרישע נייעס פון ארום די וועלט

די זעלבע שרייבער שרייבט די נייעס פאר ביידע

Doctors find 526 teeth in 7 year old's month

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:06 am
דורך Kollel
Doctors in India found 526 teeth in a 7 year old's mouth
Full story; https://t.co/auslThRldc

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:45 am
דורך פעיק ניוז
דיסקרימינאציע...

דער סיטי קאונסיל אין קירקליס, וועסט יארקשייער, ענגלאנד האט באשטעטיגט אויסצוגעבן צען מיליאן דאלער, נישט פאר עפעס וויכטיגס וואס וועט בעסער מאכן דאס לעבן פון די איינוואוינער אדער עפעס אויפטאן פאר די וועלט, נאר דאס געלט וועט אויסגעגעבן ווערן איינצואווארפן עטליכע עקזיסטירנדע קינדער פארקס, און ערזעצן די סווינגס, גליטשערס און אנדערע שפילצייגן מיט פשוט'ע גראז, העלצער, שטיינער און בענק צו זיצן.

די סיבה פארוואס דער קאונסיל טוט דאס? צוליב וואס "די שפילצייג זענען צו שטארק גענויגט נאר פאר איינוואוינער אונטער 7 יאר"...

אינטערסאנט איז נאר אז די וויקטימס וואס ליידן פון די דאזיגע דיסקרימינאציע זענען גאר די וואס וואס פייטן קעגן דעם פראיעקט און לאקאלע עלטערן ברויזן געפערליך און זאגן אז זיי וועלן זיך צובינדן צו די שפילצייג אלס פראטעסט, אז מען זאל עס נישט קענען אוועקפירן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:02 pm
דורך נאך פונדערהיים
א פרוי אין וויסקאנסין האט איינגעקויפט א פעקל ארגעניק לעטוס ביי אלאקאלע גראסערי, ביים עפענען דאס שאכטל האט איר באגריסט פון אינעווייניג.... א לעבעדיגע פראש.

מאן פארט איינער אליינס אויף 737 פליגער

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:07 pm
דורך יענקל אלצווייסער
א מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ליטע קיין איטאליע, האט געכאפט אן איבעראשונג, ווען ער האט אויסגעפינען אז ער איז די איינצוגסטע פאסעדזשיר אויף די גרויסע ליידיגע ערעפלאן וואס ענטהאלט 188 זיצן. דער מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ווילנא צו א שטאט אין מזרח איטאליע, האט געהאט די פריוויליגיע צו פארן אין זיין פריוואטן דזשעט אויסער די צוויי פילאטן און די פינעף מאנשאפט מיטגלידער, וועלכע האבן זיך געפינען אויפ'ן ערעפלאן. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט א טרעוועל עידזשענסי געהאט ארויסגעדינגן דעם ערעפלאן, אהיימצופירן א גרופע פון איטאליע, ווילנדיג פארמיידן דעם ערעפלאן פון דארפן צוריקפארן ליידיג, האבן זיי ארויסגעשטעלט זיצן פונעם פלייט צום פארקויפן, למעשה האט בלויז איינער געקויפט א בילעט אויף דעם ערעפלאן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:12 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ליטע קיין איטאליע, האט געכאפט אן איבעראשונג, ווען ער האט אויסגעפינען אז ער איז די איינצוגסטע פאסעדזשיר אויף די גרויסע ליידיגע ערעפלאן וואס ענטהאלט 188 זיצן. דער מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ווילנא צו א שטאט אין מזרח איטאליע, האט געהאט די פריוויליגיע צו פארן אין זיין פריוואטן דזשעט אויסער די צוויי פילאטן און די פינעף מאנשאפט מיטגלידער, וועלכע האבן זיך געפינען אויפ'ן ערעפלאן. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט א טרעוועל עידזשענסי געהאט ארויסגעדינגן דעם ערעפלאן, אהיימצופירן א גרופע פון איטאליע, ווילנדיג פארמיידן דעם ערעפלאן פון דארפן צוריקפארן ליידיג, האבן זיי ארויסגעשטעלט זיצן פונעם פלייט צום פארקויפן, למעשה האט בלויז איינער געקויפט א בילעט אויף דעם ערעפלאן.

ווען איז דאס געווען? ליגט מיר אין קאפ אז דאס האט שוין פאסירט עטליכע חדשים צוריק...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:36 pm
דורך סיפורי צדיקים
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ליטע קיין איטאליע, האט געכאפט אן איבעראשונג, ווען ער האט אויסגעפינען אז ער איז די איינצוגסטע פאסעדזשיר אויף די גרויסע ליידיגע ערעפלאן וואס ענטהאלט 188 זיצן. דער מאן וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט פון ווילנא צו א שטאט אין מזרח איטאליע, האט געהאט די פריוויליגיע צו פארן אין זיין פריוואטן דזשעט אויסער די צוויי פילאטן און די פינעף מאנשאפט מיטגלידער, וועלכע האבן זיך געפינען אויפ'ן ערעפלאן. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט א טרעוועל עידזשענסי געהאט ארויסגעדינגן דעם ערעפלאן, אהיימצופירן א גרופע פון איטאליע, ווילנדיג פארמיידן דעם ערעפלאן פון דארפן צוריקפארן ליידיג, האבן זיי ארויסגעשטעלט זיצן פונעם פלייט צום פארקויפן, למעשה האט בלויז איינער געקויפט א בילעט אויף דעם ערעפלאן.

ווען איז דאס געווען? ליגט מיר אין קאפ אז דאס האט שוין פאסירט עטליכע חדשים צוריק...

טאקע אלט זעהט אויס אז הרב אלצווייסער האט יעצט אויסגעמעקט זיינע אלטע אימעילס....

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:51 pm
דורך nmi
די זעלבע מעשה האט זיך צוויי וואכן צוריק איבערגעשפילט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:00 pm
דורך חוח בין השושנים
נאך פונדערהיים האט געשריבן:א פרוי אין וויסקאנסין האט איינגעקויפט א פעקל ארגעניק לעטוס ביי אלאקאלע גראסערי, ביים עפענען דאס שאכטל האט איר באגריסט פון אינעווייניג.... א לעבעדיגע פראש.

אויב סהאט נאך געלעבט מיינט עס אז די לעטוס זענען נאך געווען פריש. כאטש אזויפיל...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:14 pm
דורך טערקישער_סולטאן
חוח בין השושנים האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:א פרוי אין וויסקאנסין האט איינגעקויפט א פעקל ארגעניק לעטוס ביי אלאקאלע גראסערי, ביים עפענען דאס שאכטל האט איר באגריסט פון אינעווייניג.... א לעבעדיגע פראש.

אויב סהאט נאך געלעבט מיינט עס אז די לעטוס זענען נאך געווען פריש. כאטש אזויפיל...

די בונוס באקומט מען אפט אין ארץ ישראל
די פרעש קענען האבן די בעסטע הכשרים

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:20 pm
דורך אהרן הלוי
כ'האף אז דאס איז בלויז א טערקישע בלבול
איכס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:24 pm
דורך חוח בין השושנים
כוואלט באטראכט אפצווואשן די לעטוס און זיי עסן געהעריג, נאכן זען וויפיל בעלי חיים געפינען זיך סייווי אין גערטנער און פעלדער פון וואו מיר נערן זיך. סאו איז נאך א פראש געווען אין די לעטוס, עניוועי זענען שוין צען ספיידערס וחבריהם דארט געווען.
די פראש (toad) וואלט איך געלייגט אין א באקס מיט גראז וואסער און שטיינער, כמנהגינו אלס קאנטרי יונגלעך...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:19 pm
דורך יענקעלע
חוח בין השושנים האט געשריבן:כוואלט באטראכט אפצווואשן די לעטוס און זיי עסן געהעריג
שקר

פוי!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:32 pm
דורך חוח בין השושנים
יענקעלע האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:כוואלט באטראכט אפצווואשן די לעטוס און זיי עסן געהעריג
שקר

פוי!

דאס וואס איך האב געשריבן געהערט אריין אין דעם אשכול. נאך אלעם איז עס טשיקאווע נייעס אז איינער וויל עסן אזעלכע לעטוס.
אבער דיין מחאה איז נישט טשיקאוו... ארויס...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:37 pm
דורך גברא רבא
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:כוואלט באטראכט אפצווואשן די לעטוס און זיי עסן געהעריג
שקר

פוי!

דאס וואס איך האב געשריבן געהערט אריין אין דעם אשכול. נאך אלעם איז עס טשיקאווע נייעס אז איינער וויל עסן אזעלכע לעטוס.
אבער דיין מחאה איז נישט טשיקאוו... ארויס...

אבער דיין מחאה איז נישט טשיקאוו... ארויס.....................................................................................

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:40 pm
דורך חוח בין השושנים
גברא רבא האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:כוואלט באטראכט אפצווואשן די לעטוס און זיי עסן געהעריג
שקר

פוי!

דאס וואס איך האב געשריבן געהערט אריין אין דעם אשכול. נאך אלעם איז עס טשיקאווע נייעס אז איינער וויל עסן אזעלכע לעטוס.
אבער דיין מחאה איז נישט טשיקאוו... ארויס...

אבער דיין מחאה איז נישט טשיקאוו... ארויס.....................................................................................

אוי זאגסטו גוט. גיימער איניייינעם

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:55 am
דורך פעיק ניוז
הויכע רוימען – צו יעדע זאך איז דא אן "ערשטמאליגע", און עס איז ווארשיינליך אצינד געמאכט געווארן היסטאריע, ווען עמיצער איז באגאנגען די סאמע ערשטע קרימינאלע אקט אין די הויכע רוימען...

די אמעריקאנער "נאסא" ספעיס אגענטור זאגט אז זי פארשט די אסטראנאטקע ענע מעקלעין, וועלכע ווערט באשולדיגט אין אידענטיטעט-רויבעריי דערמיט וואס זי האט זיך אריינגעסיינט אינעם באנק אקאונט פון איר געוועזענעם לעבנס-שותף, בשעת זי האט זיך געפונען אויף דער אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע.

מעקלעין, וועלכע ווערט באטראכט פאר דער פרישער מיסיע צו דער לבנה, וועט מעגליך אויסשטיין קרימינאלע קלאגעס איבער דעם אינצידענט.

איד דעילי