טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דאנארשטאג יוני 06, 2019 3:43 pm

מצלמה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אויף די 47 גאס האט איינער געווארפען קעש אויף די גאס אין די ווערד פון $100,000

ס'איז דא ערגעץ ווי מ'קען זיך אויפסיינען א וואך בעפאר איינעם פאלט ביי צו שיסן געלד?



פון די ווידעא קוקט נישט אויס ווי מער פון 10 אלפים מאקסימום.

ער ווארפט סינגולים ווינציגער פון פינף מינוט.
קיין מציאות צו ווארפן 100,000 פיפירענע דאלארן אין פינף מינוט.

אויך מאכט ער א שטיקל פאזע צווישן איין טראסקע און די אנדערע.

גאנץ ביליגע פובליסיטי.

איינער קען ארויפלייגן א לינק פון די ווידעא
טעיק איט איזי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 11, 2019 1:12 pm

די פאליציי איז לאָפקין טעקסעס האבן ערהאלטן א רוף פון א פרוי וועלכע האט היסטעריש באריכטעט אז עימיצער פלינדערט ביי איר אינדערהיים בעת וואס זי האט זיך פארשלאסן אין צימער פאר פחד.

ווי דער פרוי האט דערשראקענערהייט איבערגעגעבן פארן דיספעטשער הערט זי וויזוי יענער ברעכט גלאז, מאכט גרידער אהן זיך בכלל קימערן אויב דער אייגענטומער געפינט זיך אינעם היים אדער נישט, וואס האט איר איבערצייגט איר אז ס׳האנדלט זיך פון א באוואפענטע רויבעריי.

די פאליציי האבן קורצליך נאכן רוף זיך געפונען ביים אדרעסס, ארומגערינגלט דעם איין-פאמילע הויז פון אלע פיר זייטן, און מיט הויכהילכער׳ס אויסגערופן דער גנב זאל זאפארט ארויסקומען זיך אינטערגעבן. נאך עטליכע מינוט וואס מ׳האט נישט געזעהן קיין שום צייכענעס פאר קאפאראציע מיט די פאליציישע אנווייזונגען, האבן זיי באשלאסן צו שטורעמען דעם היים.

מיט אויסגעשטרעקטע געווער האבן זיי געשטורעמט דעם דירה אריינקומענדיג דורך א פענסטער וועלכע זיי האבן אויסגעשאסן. און האבן זיך טאקע תיכף באגעגענט מיטן גנב וועלכע האט שוין ווילדערהייט ארומגעלאפן זיכענדיג א וועג ארויס צו מאכן פליטה. די פאליציי האבן צוגעלייגט א האנט, און נאך א קורצע צייט באוויזן צו צייגן דעם גנב ווי די טיר איז, ער האט געהויבן הענט און פיס און פארשווידן געווארן אינטערן פרייען הימל.

קליפיטש;

דראפבאקסגוגל דרייוו
האט איר זיך שוין משתתף געווען מיט א ברייט הארציגע נתינה?!.. כ׳מיין אז נישט!

אייוועלט טשעריטי קאמפיין פעידזש פאר גרינוויל געליטענע

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יוני 11, 2019 8:48 pm

טשאדעלע!!!!!!!!
אזוי ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן.
נישט געקענט אויפהערן לאכן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג יוני 11, 2019 8:49 pm

עכט היימיש האט געשריבן:טשאדעלע!!!!!!!!
אזוי ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן.
נישט געקענט אויפהערן לאכן

גא"מ. ישר כוח פארן מהנה זיין

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג יוני 17, 2019 5:36 pm

פון איד דעילי.

נישט געפערליך, נאר אפאר פאסט קעסטליך אויפן וועג..
צוגעלייגטע
20190617_173434.jpg
20190617_173434.jpg (414.68 KiB) געזעהן 7068 מאל
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

גיוס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 2:14 pm

די שטאטראט האט גע'מיסט'... העלפן די פאליציי!

תגובהדורך גיוס » מאנטאג יוני 24, 2019 9:54 am

א טשיקאווע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביים לשכת הגיוס, פארגאנגענע מיטוואך בעת א מחאה, ווען א בת ישראל איז געווען דארט פארהאלטן.
ווען געווענליך טוט דער ריזיגער אייזענער 'מיסט קאסטן' וועלכע געפינט זיך ביים עק, קאאפערירן מיט די מפגינים... און ווי דער שטייגער, ווערט עס פלוצלונג געזעהן פארנט ביים טויער פון די לשכה, און דער אינהאלט דערפון ארבעט מיט, בקול מראה וריח...
אצינד האבן די הנהלת הלישקע נישט געזוכט איבעריגע קאפ וויי, האבן זיי אין שנעלקייט אראפגערופן די מיסט פארוואלטונג [פאר עפעס א סיבה האבן מיר דאך א 'אייגענע' שטאטראט... ווי אויך ארבעטן דארט די גאר חשובע 'מיסט מייסטער' פאר שירות לאומי...] מיט א ספעציעלע טרעקל, וועלכע זאל אונטערהייבן דעם גרויסן מיסט קאנע, און אזוי איז עס געהאנגען אין די לופט, במשך די גאנצע הפגנה עד זיבול"א בתרייתא...
און אזוי צווישן דעם קליינעם מיסט פונדערהייך, און דעם גרויסן מיסט בנין – זבל"א וזבל"א - האט מען מוחה געווען כדת של תורה.
(קרעדיט: איבערבליק)
פח.jpg
פח.jpg (290.65 KiB) געזעהן 6682 מאל


מחאה.jpg
מחאה.jpg (229.47 KiB) געזעהן 6682 מאל

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 24, 2019 10:29 am

:lol: :lol: :lol: :lol:
נישט געקענט סטאפן לאכן!!!!
סארא נארישע שטאטראט.
@גיוס ברענג ווי מער אזאלכע ווערטלעך, יו מעיק מיי דעי!
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג יוני 24, 2019 6:13 pm

איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט מיר אז איך האב נישט געכאפט וואס איז די גוטס דא איך זאל אזוי לאכן?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 24, 2019 7:09 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט מיר אז איך האב נישט געכאפט וואס איז די גוטס דא איך זאל אזוי לאכן?

קודם כל... אז יעדער לאכט, לאך מיט! :lol:
שנית כל.. איך פארשטיי אויך נישט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 24, 2019 7:14 pm

שפילענדיג מיט די פאלגענדע ווערטער
און אזוי צווישן דעם קליינעם מיסט פונדערהייך, און דעם גרויסן מיסט בנין – זבל"א וזבל"א - האט מען מוחה געווען כדת של תורה.
די מיסט אין דעם קאסטען און דער בנין וואס איז א שטיק מיסט. דאן נוצענדיג די מליצה פון זבל"א מלשון זבל.
איצטערט לאך...
בוי זיך זעלבסט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 24, 2019 7:58 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט מיר אז איך האב נישט געכאפט וואס איז די גוטס דא איך זאל אזוי לאכן?

איך האף אז דו ביזט מיר נישט חושד אז איך האב יא פארשטאנען.
איך האב ס געזען ביי טשיקאווע נייעס, האב איך פארשטאנען אז נאך די תגובה לאכט מען, האב איך געלאכט.
איז עפעס נאך אומ'פארשטענדליך?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3508
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג יוני 24, 2019 8:46 pm

:smile: גיוס

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 24, 2019 10:43 pm

די 'זיבולא בתרייתא' און דער 'זבל"א וזבל"א' איז דאך צוקער זיס...
הפעם יזבלנ"י...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 24, 2019 11:16 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט מיר אז איך האב נישט געכאפט וואס איז די גוטס דא איך זאל אזוי לאכן?

נאפ. עמי אנוכי בצרה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

א גולם
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג יוני 25, 2019 9:36 am

water.jpg
water.jpg (59.21 KiB) געזעהן 5777 מאל


בלויז-מענער וואסער-פראנט געלעגנהייט


ניו יארק – צום צווייטן יאר אין א צי האט קאונסילמאן ר' חיים דייטש הי"ו ערלעדיגט אז עס וועט זיין אוועקגעשטעלט א טאג פאר בלויז מענער ביי א געשמאקע און הערליכע וואסער-פראנט אין ניו יארק סיטי. דאס וועט זיין צוגעשטעלט ביי די "קינגסבארא קאמיוניטי קאלעדזש" אין ברוקלין, די וואך פרייטאג אנגעהויבן פון 9 אזייגער אינדערפרי ביז 3 אזייגער נאכמיטאג. עס איז א געלעגנהייט צו קענען הנאה האבן פונעם געשמאקן וועטער און די נפלאות הבורא, אויף אן אויסגעהאלטענעם און ערליכן פארנעם. פאראיאר איז עס אפגעצייכנט געווארן מיט סוקסעס, ווען 400 מענער האבן אנטיילגענומען.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 26, 2019 5:54 pm

דאס דערמאנט מיר פונעם מדרש שוחר טוב פון זכרון אהרן, וואו ס'איז בטעות אריינגעדרוקט געווארן א נישט ריכטיגע ליין:

מבול1.JPG
מבול1.JPG (66.39 KiB) געזעהן 5597 מאל

זיי האבן איבערגעדרוקט דעם מדרש פונעם אלטן דרוק, וואס זיין קאפי איז דא אין היברו בוקס, דארט האט איינער אנגעפירקלט 'מבול של מליצות נפוחות', און דער היינטיגער דרוקער האט עס ברוב חכמתו אריינגעדרוקט בקודש פנימה... (אינעם גאנץ נייעם אויפלאגע איז עס שוין פאראכטן געווארן).

מבול2.JPG
מבול2.JPG (88.56 KiB) געזעהן 5597 מאל

גענומען פון דא.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 26, 2019 7:09 pm

בישות איט איז!...
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 12:05 am

אינדיאנער פארשוין האט זיך דערמאנט אויפצושטיין אינמיטן זיין לויה...
פאקס ניוז
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

אויך זיי זאלען קאנען קריגען א דרייווער לייסענס

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 07, 2019 4:41 pm

קאלאראדא: א איינוואוינער אין קאלאראדא האט געלאזט אפען די טיר פון זייט אויטא. איינער אן לייסענס, האציך אריינגעזעצט אין די קאר. די טיר האציך פערקלאפט איבער אים און פון שרעק האט ער אנגעהויבן ארומשפריגען אין די קאר, און געשעדיגט די אינעווייניגסטע טיילען דערביי. ביים אנקומען צוריק צו די פאדערשטע זיץ, האציך די שיפט אריינגערוקט אין ניוטראל, און די קאר האט אנגעהויבען זיך אראפקוילערן א בארג, און אריינגעזעצט אין א בוים. פון די זעץ האציך די טיר געעפענט, און דער איינברעכער האציך ארויסגעשלייכט פון דעם אויטא און געמאכט פליטה.
די פאליציי האט דעריבער ארויסגעגעבן א ווארענונג, אז מען זאל פערשפארען די טירען פון די קארס, ווייל בערן וועלן טוהן סיי וואס, זיך אריינצוכאפען אין א פלאץ וואס זיי מיינען אז עס איז דארט פערהאן עסן
בוי זיך זעלבסט

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

געזיכט א שרייבער צו באשרייבן...

תגובהדורך Kollel » דינסטאג יולי 09, 2019 10:24 pm


מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » מיטוואך יולי 10, 2019 12:08 am

Kollel האט געשריבן:https://t.co/2FANhia3zh

A container of screws that fell off a vehicle and littered the roadway in Jackson County, Mississippi, caused flat tires along nearly 30 miles of interstate.

Mississippi Highway Patrol responded Tuesday after getting numerous calls about stranded motorists near the Pascagoula River Bridge. When officers arrived, they discovered sheet metal screws scattered across Interstate 10 West. In total, 36 passenger cars and three semis each had multiple flat tires.
"Wrecker response time was upwards to three hours for [motorists] waiting on tow trucks due to the number of calls for service," the Mississippi Highway Patrol said in a statement.
Crews cleaned up the debris along I-10.
Crews cleaned up the debris along I-10.
"Troopers assisted [motorists] with changing flat tires and providing lane safety" for those who were stranded.
Courtney Beauvais was on her way home to Ocean Springs when she noticed that she had a flat. Her car was equipped with run-flat tires, designed to resist deflation when punctured, so she was able to exit the highway and make it home.
"I noticed the car wobble a little bit when I exited," she said. "When I got home, I noticed screws in the side wall and in the bottom of the front tire."
She now has to get a new tire for her car.
"I didn't think anything of it when I got the flat tire," she said. "Once I saw the pictures on Facebook when I got home, I was like, 'oh, my goodness.' "
Luckily, the flat tires didn't cause any wrecks. By Tuesday evening, the Mississippi Department of Transportation had cleaned up the area and traffic was running smoothly.
CNN's Justin Lear contributed to this report.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 12:45 am

פרייע איבערזעץ:

א פושקע נעגל וואס איז ארויס געפאלן פון א מאשין און האצעך אויסגעשפרייט אויף די הייוועי אין מיסיסיפי אויף א שטח פון קרוב צו דרייסיג מייל, האט גורם געווען פלעט טייערס פאר שני פעמים ח"י קארס, אין ליכט פון די גרויסע צאל אריינרופער פאר הילף האט געדויערט באלד צוויי שעה ביז א שלעפער טראק איז פאקטיש געקומען אפנעמען די אויטא'ס פון די באטרעפנדע קארס.

ס'איבריגע פונעם ארטיקל איז די מורא'דיגע הרגשים פון א געוויסע פרוי אין איר אייגענע ערפארונג.

אצינד שרייבנדיג די שורות איז שוין ב"ה אלעס אויפגערוימט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 10, 2019 3:08 am

א דאנק הרב שפיגליצקי פאר'ן איבערזעצונג.

דו האסט אפשר אן השגה וואו די פרוי האט געלערנט אין ישיבה און וואס איז איר מעסעדזש פאר די ליינער?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 10, 2019 7:40 am

צוויי אידישע שכנים אין קווינס רייסן זיך ארום איבער א 'באגי מאנסטער' וואס איינער פון די שכנים האבן ארויסגעשטעלט אין זיין חצר, און זיין שכנ'טע ציטערט דורכצוגיין אויפן גאס...

מקור: ניו יארק פאסט

בייגעלייגט א בילד פונעם שרעקעדיגן מאנסטער...
צוגעלייגטע
mannequin.jpg
mannequin.jpg (237.41 KiB) געזעהן 2953 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך יולי 10, 2019 12:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:דו האסט אפשר אן השגה וואו די פרוי האט געלערנט אין ישיבה און וואס איז איר מעסעדזש פאר די ליינער?

:grin:
נאופ, שטייט נישט דא קיים שום מעסעדזש אדער אנדערע אינפארמאציע, בלויז הרגשים, ווי געווענליכע פרויען...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”