טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז גארנישט קיין וויץ. זיין קעצל איז א ברייט באקאנט, און איז לויט מאנכע די מערסט געפּעמפּערטע שטוב באשעפעניש פון די גאנצע וועלט... וואספארא זכיה.

זיין ערציער - קארל לעגערפעלד זכרונו לסרוח׳ע - א באקאנטע פראנצויזישע ארטיסט - האט באקומען דעם קאץ פאר א מתנה איבער 7 יאר צוריק, און האט איר א נאמען געגעבן ״כאופעטע״ למשפחת ״לעגערפעלד״. און דערזייט האט ער זיך געשפיגלט מיט איר, געוואוינט אינאיינעם, געגעסן און געשלאפן איניינעם.. און אינאיינעם געגאנגען צו די ארבעט.

וואו מ׳האט נאר געזעהן דעם קאץ, האט מען געוויסט אז קארל דרייט זיך אין די געגענט.. (כ׳מיין פארקערט).. זי איז אלטס געזעצן נעבן אים אויפן פליגער, זי איז געווען זיין טוי, זיין ב״ב, זיינע דורוס.. און יעצט איז זי דער יורש פון זיין פארמעגן וואס איז איבער 200 מילאון דאללער!..

מצווה לקיים דברי המת. די שאלה איז נאר, צו עימיצער וואס ווען ער איז געווען בין החיים איז ער נישט געווען א בר מינן .. אויב נאך זיין שטארבן הייסט ער א מת. אזוי צו אזוי, ס׳איז אפשר ענדערש ס׳געלט זאל ליגן אין די הענט פון עימיצער וואס האט נישט קיין גוטע זכרון, ווי ביי עימיצער וואס האט נישט קיין שכל.

לויט באריכטן וועט די קעצי אויפנעמען געלט גייער אנגעהויבן פון מאצע פורים קטן א שעה נאכן נץ הלבנה.


שכוח טשאדעלע פארן ברענגן שמחה בחודש שמרבין בו
דענק איך אז יארן צוריק איז אויך געווען דא אין ניו יארק (דאכט זיך איינער פון די העלמסלי פעמילי) אז איינער האט איבערגעלאזט דאכט זיך צוועלף מעלאנעס פאר א דאגי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:16 pm

אין די יעצטיגע טעג קומען אלע קינדער און בחורים אראפ פון די באסעס מיט פישקעס אין די הענט, מיט וואס זיי גייען ארומגיין קלאפן נאך געלט דורכאויס די ימי הפורים. איז אבער היינט געווען א פאל אין ניו דזשערסי ווי א עימיצער מיט גרויסע פישקע איז נישט ארויפגעלאזט געווארן אויפן באס.

ס׳איז נישט קלאר פון ווי און וויזוי דער זאָחער האט דאס דערווישט, און ווי אהין ער איז דערמיט למעשה אנגעקומען. אזויפיל האט אבער דער באס דרייווער יא פארשטאנען, אז אויב ווייסט זי וואס ס׳איז גוט פאר איר פארהאקצע דעם טיר באצייטענס און געט געז פון דאנעט..

דראפבאקסגוגל דרייוו
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 19, 2019 10:31 pm

דער מוז זיין היפש הויך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:26 pm

טשאדעלע יעצט האסטע געקראסט א רויטע ליניע...
פלאצטי בד' לשונות של חרדל...
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:33 pm

:lol: :lol: :lol:
טשאדעלע איז פיינע נייעס!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:42 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג קומען אלע קינדער און בחורים אראפ פון די באסעס מיט פישקעס אין די הענט, מיט וואס זיי גייען ארומגיין קלאפן נאך געלט דורכאויס די ימי הפורים. איז אבער היינט געווען א פאל אין ניו דזשערסי ווי א עימיצער מיט גרויסע פישקע איז נישט ארויפגעלאזט געווארן אויפן באס.

ס׳איז נישט קלאר פון ווי און וויזוי דער זאָחער האט דאס דערווישט, און ווי אהין ער איז דערמיט למעשה אנגעקומען. אזויפיל האט אבער דער באס דרייווער יא פארשטאנען, אז אויב ווייסט זי וואס ס׳איז גוט פאר איר פארהאקצע דעם טיר באצייטענס און געט געז פון דאנעט..

דראפבאקסגוגל דרייוו

דער ערל איז א באקאנטע פרענקסטער אויף אינסטעגראם, דא האט איר א לינק צום היינטיגע פרענק (מיט א פינטל) https://www.instagram.com/p/BvMeFo-F-I8/
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], rogers, איש האשכולות, בארג, גראסערי מאן, חיים אשר, יהלום און 59 געסט