בלאט 34 פון 42

א טייערע גט!

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 7:20 pm
דורך נכד
געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 7:34 pm
דורך בבל
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...

טשיקאווע אדער עכט?

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 7:37 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:42 pm
דורך מיסטעריעז
ארבייטער וועלכע זענען גערופן געווארן צו פארעכטן א "זינק לאך", וועלכע האט זיך געעפנט אויף א געסל, זענען שאקירט געווארן אויסצוגעפינען אז דאס איז א קליינטשיגער טונעל וואס פירט צו א - - - טשעיס באנק!

די טונעל איז 50 פיס לאנג, און קנאפע צוויי פיס ברייט! די עפענונג צום טונעל איז צווישן די ביימער דערנעבן.

IMG_2718.JPG
IMG_2718.JPG (245.14 KiB) געזעהן 4304 מאל

די גניבה איז נאכנישט דורכגעפירט געווארן...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:53 pm
דורך קאנטרי מאוד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?

צי באקומען פוד סטעמפס ווייס איך נישט אבער א בריק צי שפרינגען מעגליך יא..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:03 pm
דורך ר' זעקל
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?

צי באקומען פוד סטעמפס ווייס איך נישט אבער א בריק צי שפרינגען מעגליך יא..

איך זעה עטץ כאפטסט נישט וואס דא גייט פאר.
בעזאס האט איינגעגעבן אז ער האט זיך גע'גט אזוי ארום וועט ער קענען באקומען מער פוד סטעמפס #יודישע קאפ.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 11:44 am
דורך הענדימען
נאכנישט געזעהן דא באריכטעט


אינדיאנער וויל סוען זיינע עלטערן אז זיי זאלן אים מוזן אויסהאלטן אגאנץ לעבן ווייל זיי האבן אים געבוירן אן זיין רשות

I want everyone in India and the world to realize one thing that they are born without their consent. I want them to understand that they do not owe their parents anything,” he said. “If we are born without our consent, we should be maintained for our life. We should be paid by our parents to live.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 11:49 am
דורך דערבארומדיג'ער
ווארט נאר ביזן פסק דין, דעמאלטס וועסטו הערשט זען וואס עס מיינט טשיקאווע נייעס...!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:04 pm
דורך מחנך
די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:06 pm
דורך קהל עדתינו
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווארט נאר ביזן פסק דין, דעמאלטס וועסטו הערשט זען וואס עס מיינט טשיקאווע נייעס...!

נעה, מגייט עס ארויווארפן באזירט אויף יוריסדיקציע...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:35 pm
דורך א גוטן
מחנך האט געשריבן:די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל

פון די אנדערע זייט וועט דער אנקלאגער מוזן אויסהאלטן זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:41 pm
דורך פליגל
זיינע ביידע עלטערן זענען אדוואקאטן און האבן קאמענטירט דערויף שמייכעלדיג אז זיי האבן הנאה ווי זייער זוהן גלייכט צו דערגרונטעווען זאכן.. די מאמע האט געזאגט אז טאמער קען ער אויפקומען מיט א געדאנק וויזוי מ'וואלט'ם געקענט פרעגן פארן געבורט צי ער'ז מסכים אדער נישט און ער זאל קענען ענטפערן דאן גייען זיי אריינטראכטן אינעם ענין...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:58 pm
דורך SPUSMN
זיינע טענות דארף ער ברעגען צו דער ווארלד קארט, ווייל עס האט גארנישט מיט אינדיע; ער האט קיינמאל נישט געגעבען רשות צו געבוירען ווערען אין אינדיע און זיין א אינדיאנער בירגער.

פאר דער ווארלד קארט קען ער זיך אויך נישט פארטרעטען ווייל ער איז נישט ביי זיך, נישט מיט אלעם, און די אפיטרופסים זענען זיינע עלטערען.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 12, 2019 1:22 pm
דורך נו גוט נו שוין
מחנך האט געשריבן:די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל


וואס האסטו געסטאפט ביי ישמעאל?
גיי ווייטער ישמעאל צו אברהם, און אזוי ווייטער ארויף ארויף, ביז אדם הראשון, און אדם הראשון, צו זיין טאטע, וואס איז כביכול דער באשעפער אליין, און אלעס איז געלעזט!! ער האט אים אויסגעהאלטן, און האלט אים יעצט אויס, און וועט אין ווייטער אויסהאלטן, ביז זיין לעצטן אטעם

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:05 pm
דורך זאלץוואסער
ער איז כשר גערעכט, און איך האלט אז מ'דארף אים קלאר געבן די אפציע פון צוריק גיין

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:16 pm
דורך טעם וריח
איך געב איהם גערעכט, איך האלט אז ממוז טאקע איינפירן א געזעץ אז מטאר נישט געבוירן איינעם פאר מען פרעגט רשות פון פאראויס! און טאקע ווייל עס איז נישט דא קיין וועג (דערווייל) צו פרעגן זאל מען טאקע נישט מעגן לעגאל געבוירן איינעם!! איי ווער וועט ארבעטן און באוואסערן די פעלדער מזאל קענען אנגיין אין לעבן?? הא? וועט מען צירוק איינפירן קנעכטשאפט! און א קנעכט מוז מען דאך נישט פרעגן פאדעם ווייל ער איז משועבד צו הער!! ס'נייעס!
דאס איז א גוטע דוגמא פון א ליבעראלע וועג פון טראכן. פון איין זייט וועט ער זיך אננעמן פארן געבוירענעם ווייל מנעמט צו זיינע רעכטן, פון די אנדערע זייט פאקנעכטן א צווייטן צו אויספירן זיינע פארדרייטע שיטות.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:47 pm
דורך שפיגליצקי
טעם וריח האט געשריבן:דאס איז א גוטע דוגמא פון א ליבעראלע וועג פון טראכן. פון איין זייט וועט ער זיך אננעמן פארן געבוירענעם ווייל מנעמט צו זיינע רעכטן, פון די אנדערע זייט פאקנעכטן א צווייטן צו אויספירן זיינע פארדרייטע שיטות.

פאוואליע, קיינער טראכט נאכנישט אזוי, דערווייל האט איין משוגע'נער נאר אריין געגעבן א קלאגע.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:05 pm
דורך הענדימען
שפיגליצקי האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:דאס איז א גוטע דוגמא פון א ליבעראלע וועג פון טראכן. פון איין זייט וועט ער זיך אננעמן פארן געבוירענעם ווייל מנעמט צו זיינע רעכטן, פון די אנדערע זייט פאקנעכטן א צווייטן צו אויספירן זיינע פארדרייטע שיטות.

פאוואליע, קיינער טראכט נאכנישט אזוי, דערווייל האט איין משוגע'נער נאר אריין געגעבן א קלאגע.

די ליבעראלע וועג פון טראכטן האט ער למעשה שיין ארויסגעברענגט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 4:28 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
karl lagerfeld א לעגענדאר באוויסטע דיזיינער איז געשטארבן און ווי עס הייסט האט ער איבערגעלאזט זיין רייכטום פון שווערע מיליאנען פאר זיין קעצעלע.

פאר לענגערע דברי הערכה מוז מען באשטעלן אן אפוינטמענט ביי טשאדעלע.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 5:11 pm
דורך גלגלשלג
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:karl lagerfeld א לעגענדאר באוויסטע דיזיינער איז געשטארבן און ווי עס הייסט האט ער איבערגעלאזט זיין רייכטום פון שווערע מיליאנען פאר זיין קעצעלע.

פאר לענגערע דברי הערכה מוז מען באשטעלן אן אפוינטמענט ביי טשאדעלע.

מיט א קליפ'טשע פונעם קעצעל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:32 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ס׳איז גארנישט קיין וויץ. זיין קעצל איז א ברייט באקאנט, און איז לויט מאנכע די מערסט געפּעמפּערטע שטוב באשעפעניש פון די גאנצע וועלט... וואספארא זכיה.

זיין ערציער - קארל לעגערפעלד זכרונו לסרוח׳ע - א באקאנטע פראנצויזישע ארטיסט - האט באקומען דעם קאץ פאר א מתנה איבער 7 יאר צוריק, און האט איר א נאמען געגעבן ״כאופעטע״ למשפחת ״לעגערפעלד״. און דערזייט האט ער זיך געשפיגלט מיט איר, געוואוינט אינאיינעם, געגעסן און געשלאפן איניינעם.. און אינאיינעם געגאנגען צו די ארבעט.

וואו מ׳האט נאר געזעהן דעם קאץ, האט מען געוויסט אז קארל דרייט זיך אין די געגענט.. (כ׳מיין פארקערט).. זי איז אלטס געזעצן נעבן אים אויפן פליגער, זי איז געווען זיין טוי, זיין ב״ב, זיינע דורוס.. און יעצט איז זי דער יורש פון זיין פארמעגן וואס איז איבער 200 מילאון דאללער!..

מצווה לקיים דברי המת. די שאלה איז נאר, צו עימיצער וואס ווען ער איז געווען בין החיים איז ער נישט געווען א בר מינן .. אויב נאך זיין שטארבן הייסט ער א מת. אזוי צו אזוי, ס׳איז אפשר ענדערש ס׳געלט זאל ליגן אין די הענט פון עימיצער וואס האט נישט קיין גוטע זכרון, ווי ביי עימיצער וואס האט נישט קיין שכל.

לויט באריכטן וועט די קעצי אויפנעמען געלט גייער אנגעהויבן פון מאצע פורים קטן א שעה נאכן נץ הלבנה.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:46 pm
דורך נו גוט נו שוין
נא קומסטע טשאדי? גיימער אריבער?
מהעמער אים פארציילן אז מהאמער נעכטן שפעט ביינאכט, געזען זיינס א קאלעגע, קלויבן אין די מיסטן, און מיר האבן חלילה נישט געשטערט, אפשר העטצעך איר ס'הארץ אנווארימען, און א שיינע נדבה געבן.....

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:01 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ווען מ׳געווינט דעם פאנטאסטישן סומע, אבער נישט אין די לאטארי

א ניו יארק סיטי איינוואוינער איז געווען איבעראשט ביז גאר ביים עפענען זיינע פאסט, ווען ער האט דארט געטראפן א דאקאמענט צו אים אדרעסירט, און דערציילט אים עפעס א לאאאנגע מעשה וואס ענדיגט זיך מיטן אימגלויבליכע פאנטאסטישע ציפער פון $37,974,401.35. א סומע וואס ער וואלט זיך ווען זייער געווינטשן ס׳זאל זיין זיין לאטארי טיקעט, למעשה איז עס אבער אין דעם פאל געווען זיין עלעקטאריק ביל!

טאַמי סטראוב - פון אוסטריע קווינס - האט שטייענדיג פארגולמט אויף דעם נארוואס געעפענטער ביל גלייך פארשטאנען אז ס׳איז א פשוטע טעות. זיין דירה ווי ער וואוינט איז א קנאפע 600 סקווער פיס. ״פארוואס ארויף זאל איך באקומען א ביל אויסצוהאלטן גאנץ מאנהעטן״? האט ער זיך געווינדערט.

טאַמי האט באשלאסן אנשטאטס פשוט אנצורופן קאן-עד וואס וואלטן עס תיכף פאראכטן, האט ער דערפון געכאפט א בילד און ארויסגעשטעלט אויף סאושעל מידיע צו ציען אביסעלע אויפמערקזאמקייט, און מזכה זיין אנדערע מענטשן מיט א שמייכל.

אינעם ענדע האט קאן עדעסאן שטייצעך פאראכטן טאַמי׳ס ביל, און פון אים אוועקגענומען דעם גאנצן ציפער אראפ ביז בלויז $77.14. טאַמי געט איבער אז די יוטיליטי קאמפעני האבן זיך אנטשולדיגט זאגענדיג אז די פראבלעם האט זיך ווארשיינדליך געשאפן פון א מענטשליכע טעות, א ווארט זאגער פאר קאן-עד האט צוגעלייגט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט א ביל אפילו נאענט צו דעם ציפער.

געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2019 1:36 am
דורך Graphic24
איך הער וואס דא גייט פאר... אבער וואס זוכט א מענטשליך האנט אויף זיינע ציפערן?

געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2019 1:57 am
דורך טלה ונעשה איל
זיי שפארן זיך לעקטער...