טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:30 pm

הצלה וואלונטירט מאכט קידוש ה׳ אויף פליגער קיין אוקראינע
א הצלה וואלונטיר פון וויליאמסבורג ר׳ משה אברהם ראזענבערג האט זוכה געווען צו מאכן א שטארקע קידוש ה׳ ווען זייענדיג אויף א פליגער פון ניו יארק קיין קיעוו האט ער געראטעוועט דאס לעבן פון א נישט אידישער רייזנדער, און דאס בילד ווי ער געט זיך אפ מיט געטריישאפט מיט א נישט אידישע פאציענט איז שטארק פארשפרייט געווארן אין אוקראינע און געמאכט א קידוש ה׳. אינטערסאנט צו באמערקן אז ר׳ משה אברהם איז געווען אויפ׳ן וועג צו א חתונה פון א יתום און יתומה אין זיטאמיר פאר וועלכע ער האט געהאלפן שאפן דאס געלט, און די קידוש ה׳ איז געווען א ריכטיגע מצווה גוררת מצווה.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:42 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:הצלה וואלונטירט מאכט קידוש ה׳ אויף פליגער קיין אוקראינע
א הצלה וואלונטיר פון וויליאמסבורג ר׳ משה אברהם ראזענבערג האט זוכה געווען צו מאכן א שטארקע קידוש ה׳ ווען זייענדיג אויף א פליגער פון ניו יארק קיין קיעוו האט ער געראטעוועט דאס לעבן פון א נישט אידישער רייזנדער, און דאס בילד ווי ער געט זיך אפ מיט געטריישאפט מיט א נישט אידישע פאציענט איז שטארק פארשפרייט געווארן אין אוקראינע און געמאכט א קידוש ה׳. אינטערסאנט צו באמערקן אז ר׳ משה אברהם איז געווען אויפ׳ן וועג צו א חתונה פון א יתום און יתומה אין זיטאמיר פאר וועלכע ער האט געהאלפן שאפן דאס געלט, און די קידוש ה׳ איז געווען א ריכטיגע מצווה גוררת מצווה.

פארוואס איז דאס א טשיקאווע נייעס? און אגב עס ווערט שוין באריכטעט אין צוויי באזונדערע אשכולות

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:12 am

די אינדיאנער פאליציי האבן א שווערע פעלד מיט די סענטינעליזער שבט. זיי פרובירן צוריקצובאקומען דעם קערפער פון אן אמעריקאנער טוריסט וואס איז גע'הארגעט געווארן פאריגע וואך נאכדעם ווי ער האט פרובירט ארויפגיין אויף זייער שטח. די סענטינעליזער ווייסן נישט פון קיין דאגות און זיי האבן אים דערמארדעט מיט שפיזן. יעצט פרובירן די פאליציי צוצוקומען אהין אבער שטייען פאר א רעזיסטענץ

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:43 pm

דאס איז די (אומ)באקאנטע אינזל?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 3:44 pm

הענדימען האט געשריבן:דאס איז די (אומ)באקאנטע אינזל?

יא
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:00 pm

הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

דער דאלער פאלט

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:31 pm

אויף א הייוועי אין ניו דשערזי.......

א ברינקס טראק איז געווען פארמישט אין א עקסידענט, און די טויערן האבן זיך געעפנט, די דאלארן האבן זיך געוואלגערט, און דער עולם האט געככככאאאאאאאאאפפטטטטט.......

אנגעפילט די הענט אריין אין טאש, און געגאנגען ווייטער קלייבן....

ווי זאגט יאמער רב: מ'זאגט אז דער דאלער פאלט... כ'ווייס נישט פארוואס...עפעס אזא שלימזלנות קיינמאל פאלט עס נישט נעבען מיר......

#כ'פלאץ פאר קנאה

קרעדיט נייעס 24

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:28 pm

65FADC53-23BA-4837-8E6B-0BB21C655B59.png
65FADC53-23BA-4837-8E6B-0BB21C655B59.png (139.74 KiB) געזעהן 2206 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:00 pm

אמעריקעס עלטסטע וועטעראן איז היינט געשטארבן אין טעקסעס אין עלטער פון 112 יאר.
ריטשערד אווערטאן, וועלכע האט געדינט אינעם יו עס ארמי ביים צווייטן וועלט קריג.

ווערנדיג געפרעגט וועם ער גיבט קרעדיט פאר זיין טיפן עלטער, האט ער געענטפערט: דעם אויבערשטן, וויסקי, און ציגרעטלעך.

חסיד״י אומות העולם עתידין לעולם הבא...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:41 pm

פון זונדל שאלאמאן צו אידישער ווינקל

די פאליציי אין מערב אוסטראליע האבן געמוזט אראפשיקן גרעסערע קרעפטן צום הויז פון אן איינוואוינער אין שטאט פּערט, נאכדעם וואס א פארבייגייער האט ארויסגעהערט פון א הויז געפערליכע געשרייען.

די געשרייען פון דעם מאן האבן זיך געהערט בייז: “פארוואס ווילסטו נישט שטארבן? פארוואס זאלסטו נישט שטארבן?”. מען האט אויך ארויסגעהערט דערשראקענע געשרייען און א געוויין פון א קליין קינד.

עטליכע פאליציי קאר’ס מיט אפיצירן זענען באלד אראפגעקומען צום סצענע, מיט אנגעצינעדנע לייט’ס און סייריענס, אזויווי מען טוט ביי גאר ערנסטע נויט-פעלער.

נאכן זיך איינברעכן אין דעם הויז פון ווי די געשרייען האבן פארגעזעצט ארויסצוקומען, האבן די פאליציי אפיצירן געטראפן אן איבעראשונג…

זיי האבן געטראפן א מאן לויפט נאך ווילדערהייט א… שפין, און פרובירט אים צו אומברענגען, שרייענדיג ווילד “פארוואס ווילסטו נישט שטארבן?”…

דער מאן איז געווען שאקירט צו טרעפן די פאליציי קרעפטן זיך איינברעכן ביי זיך אין שטוב, און ער האט זיי ערקלערט אז ער פארמאגט אן אויסטערלישן שרעק פון שפינען.

דאס קינד האט זיך זעט אויס אנגעשטעקט פון זיין טאטנ’ס שרעק, און אויך מיטגעוויינט ציטערנדיג פון דעם שפין.

דער מאן האט זיך אנטשולדיגט פאר די פאליציי, און זיי האבן אים צוליב געטון, מיטן אוועק פירן דעם שפין פון זיין שטוב…
:grin: :grin: :grin:

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:06 pm

דראמאטיש

:lol:
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:13 pm

גוט, קומעדיגע מאל וואס איך טרעף די שרצים וועל איך פרובירן די זעלבע עצה, נאר אן קיין אנטשולדיגונג.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:39 pm

אהבת השם האט געשריבן:פון זונדל שאלאמאן צו אידישער ווינקל

די פאליציי אין מערב אוסטראליע האבן געמוזט אראפשיקן גרעסערע קרעפטן צום הויז פון אן איינוואוינער אין שטאט פּערט, נאכדעם וואס א פארבייגייער האט ארויסגעהערט פון א הויז געפערליכע געשרייען.

די געשרייען פון דעם מאן האבן זיך געהערט בייז: “פארוואס ווילסטו נישט שטארבן? פארוואס זאלסטו נישט שטארבן?”. מען האט אויך ארויסגעהערט דערשראקענע געשרייען און א געוויין פון א קליין קינד.

עטליכע פאליציי קאר’ס מיט אפיצירן זענען באלד אראפגעקומען צום סצענע, מיט אנגעצינעדנע לייט’ס און סייריענס, אזויווי מען טוט ביי גאר ערנסטע נויט-פעלער.

נאכן זיך איינברעכן אין דעם הויז פון ווי די געשרייען האבן פארגעזעצט ארויסצוקומען, האבן די פאליציי אפיצירן געטראפן אן איבעראשונג…

זיי האבן געטראפן א מאן לויפט נאך ווילדערהייט א… שפין, און פרובירט אים צו אומברענגען, שרייענדיג ווילד “פארוואס ווילסטו נישט שטארבן?”…

דער מאן איז געווען שאקירט צו טרעפן די פאליציי קרעפטן זיך איינברעכן ביי זיך אין שטוב, און ער האט זיי ערקלערט אז ער פארמאגט אן אויסטערלישן שרעק פון שפינען.

דאס קינד האט זיך זעט אויס אנגעשטעקט פון זיין טאטנ’ס שרעק, און אויך מיטגעוויינט ציטערנדיג פון דעם שפין.

דער מאן האט זיך אנטשולדיגט פאר די פאליציי, און זיי האבן אים צוליב געטון, מיטן אוועק פירן דעם שפין פון זיין שטוב…
:grin: :grin: :grin:

Spiders.png
Spiders.png (632.01 KiB) געזעהן 1454 מאל
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 07, 2019 2:56 pm

א ״קאַלבוי״ האט פארגאנגענע וואך געמאכט העדליינס ווען ער האט אראפגעהאלטן א גנב דורך אים כאפן מיט זיין ״ראובּ״ וואס ער ניצט געווענדליך פאר די פיסיגע. [די ״ראובּ״ איז א איר אלטע פאטענט מיט וואס די וואס האדעוון בהמות באניצן זיך צו פאנגען באשעפענישן וואס אנטלויפן פונעם סטאדע, ס׳איז א שטריק געמאכט רינדעכיג, מ׳ווארפט עס צום ריכטונג פונעם אנטלויפענעם באשעפעניש ביז ער פארהאנקערט זיך].

דער יונגערמאן מיטן נאמען ״ראבערט בורבא״ פון א געגענט אינעם סטעיט ארגען איז אנגעקומען צום לאקאלן ״וואלמארט געשעפט״ איינקויפן רייטנדיג אויף זיין פערד, ווען ער האט מיטאמאל געהערט געשרייען פון א פרוי אז עימיצער גנב׳עט איר׳ס א ביציקל.

ראבערט האט נישט געטראכט קיין צוויי, א שמיץ געטאן דעם פערד, ס׳האט נישט גענומען לאנג ביז ער האט זיך דערנענטערט צום גנב, ער האט א ווארף געטאן ס׳שטריק, און ס׳איז פיין געלונגען.

דער גנב האט זיך איבערגעקוצקעט, דער שטריק האט זיך אפילו אריינגעדרייט און פארהאנקערט אינעם דערנעבענדיגן ביימל, ער האט בשום אויפן זיך נישט געקענט ארויסזעהן ביז די פאליציי האבן אים געקומען העלפן זיך אויפבינדן פונעם סחורה׳נעם שטריק און איינבינדן אין די אייזענע קייטן.

קליפיטשל, קרעדיט - @יאנקעל פעדראטשיק
דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:18 pm

על זה נאמר; סוף גנב לתלייה....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:50 pm

דאס איז פיין!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג ינואר 07, 2019 6:46 pm

שכח ערעבאדעלע פאר דיינע שטענדיגע רעפעראטן!

ביינונז אין נויארק וואלט מען דעם יונגערמאן שוין לאנג אנגעקלאגט פאר'ן זיך באנוצן מיט אומלעגאלע וואפן וכו' וכו' וכו'

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג ינואר 07, 2019 7:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ״קאַלבוי״ האט פארגאנגענע וואך געמאכט העדליינס ווען ער האט אראפגעהאלטן א גנב דורך אים כאפן מיט זיין ״ראובּ״ וואס ער ניצט געווענדליך פאר די פיסיגע. [די ״ראובּ״ איז א איר אלטע פאטענט מיט וואס די וואס האדעוון בהמות באניצן זיך צו פאנגען באשעפענישן וואס אנטלויפן פונעם סטאדע, ס׳איז א שטריק געמאכט רינדעכיג, מ׳ווארפט עס צום ריכטונג פונעם אנטלויפענעם באשעפעניש ביז ער פארהאנקערט זיך].

דער יונגערמאן מיטן נאמען ״ראבערט בורבא״ פון א געגענט אינעם סטעיט ארגען איז אנגעקומען צום לאקאלן ״וואלמארט געשעפט״ איינקויפן רייטנדיג אויף זיין פערד, ווען ער האט מיטאמאל געהערט געשרייען פון א פרוי אז עימיצער גנב׳עט איר׳ס א ביציקל.

ראבערט האט נישט געטראכט קיין צוויי, א שמיץ געטאן דעם פערד, ס׳האט נישט גענומען לאנג ביז ער האט זיך דערנענטערט צום גנב, ער האט א ווארף געטאן ס׳שטריק, און ס׳איז פיין געלונגען.

דער גנב האט זיך איבערגעקוצקעט, דער שטריק האט זיך אפילו אריינגעדרייט און פארהאנקערט אינעם דערנעבענדיגן ביימל, ער האט בשום אויפן זיך נישט געקענט ארויסזעהן ביז די פאליציי האבן אים געקומען העלפן זיך אויפבינדן פונעם סחורה׳נעם שטריק און איינבינדן אין די אייזענע קייטן.

קליפיטשל, קרעדיט - @יאנקעל פעדראטשיק
דראפבאקסגוגל דרייוו

טענקס
(קליינע טויש, פאסירט בערך א צוויי יאר צוריק. אבער נאכאלץ דאס זעלבע אינטערעסאנט)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:36 pm

א בילבארד וואס א ליבעראלע סופערפעק האט ארויסגעשטעלט אין פלארידע אויפן וועג פונעם עירפארט צו מאר א לאגא

65F1CD4C-595B-4CF8-95FF-18E4DE601FDC.png
65F1CD4C-595B-4CF8-95FF-18E4DE601FDC.png (560.45 KiB) געזעהן 640 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך ינואר 09, 2019 4:41 pm

בען שפירא...

איך האף ער וועט נישט צוריקפאלן תיכף נאך שובבי״ם...

2C8973B6-5C5E-48C2-9477-72AD12023D9E.png
2C8973B6-5C5E-48C2-9477-72AD12023D9E.png (640.76 KiB) געזעהן 621 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Shuli
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:14 pm

דאס איז נישט בנימין שפירא

דא האסטו א בילד פון אים ביים נעכטיגן שיער
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (233.35 KiB) געזעהן 544 מאל

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:20 pm

זעט אויס אז ער איז שוין צוריקגעפאלן
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:26 pm

ס׳איז די מעשה מיט׳ן?

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:38 pm

פשוט צוגעלייגט מיט פאטאשאפ.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך ינואר 09, 2019 5:43 pm

דאס איז אן עכטע בילד פונעם

יעצט זע איך אז די דעילי ווייער האט עס נאר ארויסגעלייגט צו פרעגן דעם דעת הקהל אויב ער זאל דאס נאכאמאל לאזן וואקסן

745C6569-44CD-4BDB-B592-0FF9032064EF.png
745C6569-44CD-4BDB-B592-0FF9032064EF.png (601.26 KiB) געזעהן 461 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moneyMINDED, יסוד ארי און 54 געסט