טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:02 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:א פראנצויזישער מאן מיטן צונאמען ״די מענטשליכע ספיידער״ איז ארויפגעקראכן דעם פינף און דרייסיג שטאקיגן טורעם אין לאנדאן, אונטן האבן אים אפגעווארט די פאליציי און אים ארעסטירט פארן אנמאכן א גערודער.

1BCAB0DD-250C-4D91-9598-AB35AF96BBDA.jpeg
24928576-AB2B-462A-AA2D-0745D31E278D.jpeg

אההה! שלום עליכם!! כ'האב שוין לאנג נישט געהערט פון איהם, אין מיינע יוגנט יארן פלעגט כסדר זיין באריכטן יעדע וואך איבער א צווייטע בנין וואס דער איז ארויף געקראכן און מ'האט איהם ארעסטירט וכו'.

דער יעצטיגער בנין איז א קישמישקא פון וואס ער קען, ער איז שוין ארויף געקראכן די אייפעל טורעם, עמפייער סטעיט בילדינג, און נאך גאר הויכע בנינים, פינף און דרייסיג שטאק איז א קאצן-שפרינג פאר איהם.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:54 pm

ער קען נישט מאכן קיין אפיצעלע פארשטעלנגען פארוואס וויל ער זיצן אין תפיסה יעדע צוויי וואכן?
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 6:28 pm

Wow a1 האט געשריבן:ער קען נישט מאכן קיין אפיצעלע פארשטעלנגען פארוואס וויל ער זיצן אין תפיסה יעדע צוויי וואכן?

דארט רוהט ער זיך אפ אין שעפט כח פאר די קומענדיגע אקציע
פרי האטעל סטעי :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 2:58 pm

בוש'עס טאכטער פארציילט איבער רוחות וואס דרייען זיך אין ווייסען הויז... באמערקונג, די בוש'ס זענען פארשמייליגטע

הקונספירציה סביב רוחות רפאים שמסתובבות בבית הלבן היא לא דבר חדש, אבל כששומעים עדות כזו מלא פחות ולא יותר מאשר בתו של נשיא ארה"ב לשעבר, הדברים מקבלים משמעות אחרת לגמרי: ג'נה בוש הייגר, בתו של ג'ורג' וו. בוש שכיהן בעבר כנשיא ארה"ב - הדהימה מיליוני צופים ברחבי ארה"ב, כשסיפרה את הדברים הבאים באחת התכניות היותר פופולאריות במדינה.

לטענתה, הסיפורים על רוחות רפאים שמסתובבות במשכן הנשיא, הבית הלבן, נכונים ואמיתיים "ואני ואחותי עדות לזה", היא אומרת. את הדברים סיפרה הייגר בת ה-36 בתכנית הבוקר Today, תוך שהיא מציינת מקרה מיוחד שאירע לה ולאחותה ברברה.

"הרגשנו שיש שם משהו אחר, וזה חייב להיות שהבית הלבן רדוף רוחות. יום אחד באמצע הלילה, הטלפון שלי צלצל והעיר אותי ואת ברברה. פתאום, מאמצע שום מקום, שמענו מוזיקה משנות ה-20 שבוקעת מהאח שבחדר. נבהלנו כל כך", היא מספרת.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אוקטובער 28, 2018 3:29 pm

די שווארצע זינגער און בארימטע דיזיינער קעניע וועסט, וועלכע האט זיך לעצטנס באפריינדעט מיטן יר״ה, האט דיזיינט אן העמעדל מיטן אויפשריפט: בלעקזיט, blexit, אין א קאמפיין צו די שווארצע באפעלקערונג אז זיי זאלן פארלאזן די דעמאקראטישע פארטיי.

E2843B84-E464-4D43-95F1-8AC208AE9F0D.jpeg
E2843B84-E464-4D43-95F1-8AC208AE9F0D.jpeg (28.41 KiB) געזעהן 2474 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוקטובער 28, 2018 3:50 pm

אפריקאמעקזיט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:33 pm

קענגערו ווערט צוויי מאל געראטעוועט פון דערטרענקונג

שווימער אינעם האפן פונעם אינזל מארגינטאן אין מעלבוירן אויסטראליע זענען שאקירט געווארן צו זען וויאזוי א קענגערו שפרינגט ארום ביים בארטן, און נאכמער האבן זיי זיך געוואונדערט צו זען ווי ער לויפט אריין אין וואסער.

באלד האבן עטליכע אנוועזנדע ארויסגענומען זייערע סעלפאונס צו כאפן א גוטער בילד אדער קליפ וויאזוי ער שווימט ארום, אבער נאכן זען ווי ער ראנגלט זיך מיט די כוואליעס, האבן זיי אראפגעלייגט די טעלעפאנען, און אים געגאנגען ראטעווען.

“איך האב אים געזען שווימען און באלד אנגעהויבן אים צו פאטאגריפירן” פארציילט אן אנוועזנדער, “און פלוצים האט ער זיך אנגעהויבן צו דערטרענקען אין די וואלן. האבן מיר אים ארויסגעשלעפט, און די געווארט אז די פאליציי זאל אנקומען.

די פאליציי וואס איז אלארמירט געווארן איז באלד געקומען אויפן ארט, אבער דער אויסגעמוטשעטער און ערשעפטער קענגערו האט זיך דערשראקן פון די טומל ארום אים, און איז באלד אריינגעשפרינגען נאכאמאל אין וואסער פון גרויס שרעק…

אבער דאס צווייטע מאל האט שוין גענומען ווייניגער ווי א מינוט ביז ער האט אנגעהויבן זיך צו דערטרענקען. ווי נאר ער איז אריין אין וואסער איז ער אריינגעפאלן טיף, און פון אויבן האט מען געזען א שוים.

די פאליציאנטן זענען באלד אריינגעשפרינגען, איינער האט אים געכאפט ביים קאפ און איינער ביים וויידל, און ער איז געראטעוועט געווארן. זיי האבן אים אנגעהויבן צו אויסרייניגן די לונגען פון די פילע וואסער וואס איז אריין אינעווייניג, זיי האבן געקלאפט אויף זיין ברוסטקאסטן, ביז ווען דאס הארץ האט אים צוריק אנגעהויבן צו קלאפן.

דער קענגערו איז גענומען געווארן צום פאליציי סטאנציע, ביז ווען א באשעפעניש עקספערט האט אם איבערגענומען. מען האט אים צוגעשטעלט אויף דערווייל אן ארט מיט גראזן און עסנווארג וואו ער זאל קענען קומען צו די כוחות, און דאן וועט ער באפרייט ווערן.

דורך: זונדל שאלאמאן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 4:35 pm

ווען האט טראמפ אראפגעהאקט טעלעפאנען פאר וועלט פירער?

דורכאויס א פאליטישער ראלי לטובת די רעפובליקאנער פארטיי אין וויסקאנסין, האט פרעזידענט טראמפ זיך פאריגע וואך באצויגן איבער זיין שריט פון אריבערציען דעם אמעריקאנעם אמבעסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, א שריט וואס אסאך אמעריקאנע פרעזידענטן האבן שוין פארשפראכן, אבער טראמפ האט דאס נישט בלויז פארשפראכן נאר אויך אויסגעפירט, פאר עטליכע מאנאטן צוריק.

די שריט האט געברענגט אויפברויז פון פארשידענע לענדער איבער די וועלט, איבערהויפט די אראבישע לענדער, נאכדעם וואס ירושלים איז אפיציעל א נייטראלער שטאט וואס באלאנגט נישט פאר מדינת ישראל.

טראמפ האט געזאגט אז ער איז אויסגעשטאנען אסאך דרוק און קריטיק דערוועגן. “איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן פאר אלע פרעמדע פירער, וועלכע האבן מיר גערופן און געבעטן אז איך זאל נישט אריבערפירן די אמעריקאנער אמבעסאדע קיין ירושלים”. האט ער פארציילט וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט פון די ביטעס…

ער האט אויך דערציילט ביי זיין רעדע איבער דאס אריבערציען דעם אמבעסאדע, זאגנדיג אז “אונזער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל דוד פריעדמאן האט באוויזן צו רענאווירן דעם פרישן קאנסולאט פאר פינף הונדערט טויזענט דאלער, און דערמיט געשפארט שווערע ביליאנען דאלארן וואס א פרישע געביידע וואלט געקאסט פאר אונזערע שטייער צאלער”.

דורך: זונדל שאלאמאן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:10 pm

עלטערע מאן באשליסט אפציעל זיך צו אידענטעפיצירן 20 יאר יונגער פון זיין ביז יעצטיגע געבורטס דאטום!

א דייטשע ביזנעסמאן - וואס האט לויט ווי כ׳פארשטיי צוויי וואכן צוריק פר׳ חי׳ שרה געלערנט א פאלטש פשט אין רש״׳, און געטייטשט בת ק׳ כבת כ׳ נישט ריכטיג, און באשלאסן ארויפצונעמען דעם ״זעלבס אידענטיפיקאציע״ משוגעת אויף א טשיקאווע שטאפל.

דער קוקו מיטן נאמען ״אימייל רעטלבאנד״ פארמאגט ״דערווייל״ א געבורטס דאטום וואס איז מערץ 11 1949. לויט דעם קומט אויס אז ער איז יעצט שוין 69 יאר אלט. אימייל איז ווייט נישט צופרידן דערפון, האט ער געלאזט וויסן זיין משפחה און נאנטע פריינד אז ער האט אפציעל אנגעהויבן זיך צו אידענטעפעצירן אלטס א 49 יעריגע פריש און געזונטע יונגערמאן!

אימייל מיינטעס ערענסט, ער האט זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און אנגעהויבן א ליגאלער קאמף אז די רעגירונג זאל אפציעל אנערקענען זיין ״נייע יארגאנג״, און אים ערלויבן צו ענדערן זיינע ליגאלע פאפירן און אידענדיפיקאציע קארטלעך פון זיין ״עכטע״ געבורטס דאטום וואס איז 1949, צו זיין ״נייע עכטע״ געבורטס דאטום וואס איז 1969! און אויב וועט זיך עימיצער ווייגן און אים רופן מיטן ״אומריכטיגן״ יארגאנג, זאל ער האבן רעכט יענעם צו גלאגן אין געריכט אויף ״דיסקרימענאציע״!

אימייל זאגט אז די סיבה וואס ער איז נישט צופרידן מיט זיין ביז יעצטיגן געבורטס דאטום וואס מאכט אים אזוי אלט איז, ווייל ביי די 69 יאר האט ער היבש ווייניגער קוואלעפיקאציע׳ס ווי עימיצער וואס איז 20 יאר יונגער. ווי צום ביישפיל, ער וויל יעצט קויפן א הויז, ווען ער איז ווען מיט 20 יאר יונגער קומט אים עס אן פיל גרינגער, און די זעלבע איז מיטן דרייוון א קאר. אויך קען ער ״טרעפן א בעסערע דזשאב״..

ס׳איז דערווייל נישט באקאנט וויזוי די געריכט פלאנט זיך צו ספראווען מיט אזא קעיס. פאר מיר בלייבט נאר איבער צו וויטשן אמייל׳ן ער זאל ״מאריך ימים זיין״ און האבן א רפו״ש בקרוב, געזונטע לאנגע 120 יאר אויפן ״נייעם חשבון״.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:56 pm

איך האב מורא אז ריכטער גינסבערג איז נעקסט...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג נובעמבער 11, 2018 7:47 pm

בען שפירא וועט זיך מחיה זיין מיט די מעשה
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

פּשוט און פּראָסט
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:41 am

ווילסט מיר זאגן אז די ריכטער האט בכלל אנגענומען די קעיס?? נו קען דאך יעדער שגץ זאגן אז ער איז אינטער 18 און פטור אן עסק :?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:43 am

אדער גאר די וואס ווילען קויפן יי"ש אדער ציגארעס וועלן קלאגען אז זיי זיינען עלטער
בוי זיך זעלבסט

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 6:02 am

וי להאי דרא. א נייע וועלט. יעדער זאך וואס איז דיר אומבא'טעמ'ט וועגן דיר האסטו אן עצה! טויש עס! און ווי משוגע עס זאל נאר נישט זיין בין איך עובר אויף דיסקרימינאציע אויב בין איך נישט איינשטימיג מיט דעם. אז איך וויל אז מיינע שיך זאלן זיין מיט דריי סייזעס קלענער, כן יהיה!
איך פארשטיי נאר נישט, זאל ער ענדערש פארפירן און סוען די חברה וואס האלטן נישט ביים געבן א דזשאב פאר א זיבעציג יעריגע. מאי שנא? עס האט דאך די זעלבע טעם וריח.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:49 am

נו, וואס וואלט איר געפסקענט, 49 אדער 69???

091E000F-E2FA-45E1-AEC0-F0BA6F098A2D.jpeg
091E000F-E2FA-45E1-AEC0-F0BA6F098A2D.jpeg (63.92 KiB) געזעהן 1262 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:55 am

איך וואלט געפסקנט 49 אין שפיטאל 69 אין משוגעים הויז
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:37 am

קלאר 49!!!! עטליסט! אויב נישט יונגער, קען אפי' זיין 13! יא יא די רעדסט און איי קיא לעוועל א יא ?!

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:09 pm

שיין קוקט אויס א מיניסטעריום, וואס דער וואס שטייט אין איר שפיץ קען אפילו נישט די א’ ב’ פון וואס זיין ארבעט איז…

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר פון יאפאן געזאגט אין א רעדע, אז ער האט זיך אין זיין לעבן נאכנישט באנוצט מיט א קאמפיוטער!

די רעדע וואס איז געזאגט געווארן דורכאויס דעם צערעמאניע צו קרוינען דעם פרישן מיניסטאר יאשיטיקא סקאראדא אין די קאבינעט קאמיטע פונעם פאראלאמענט, האט דער פרישער מיניסטאר געזאגט אז ער האט ביז היינט קיינמאל נישט געדארפט נוצן קיין קאמפיוטער דורכאויס זיין קאריערע.

“איך באנוץ מיר שוין נישט מיט קיין קאמפיוטער זינט איך בין 25 יאר אלט פון ווען איך געפין מיר אין אויטאראטיווע פאזיציעס, און סעקרעטארן אדער אנדערע ארבייטער האבן פאר מיר דורכגעפירט אלע מיינע געברויכן וואס איך האב געדארפט האבן דורך א קאמפיוטער”. האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר סקאראדא פארציילט.

לויט די עי. פי. אגענטור האט דער 68 יעריגער מיניסטאר נישט קיין מושג בחייכון וביומיכון איבער דעם קאמפיוטער און אירע פונקציעס, ער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן ווען מען האט אים געפרעגט איבער סייבער געפארן אין נוקלעארע סטאנציעס, און ניטאמאל האט ער געוויסט וואס עס איז א “דיסק” אדער א “יו. עס. בי.”

די געזעצגעבער אינעם פארלאמענט האבן געלאכט מיט א פולן מויל און שטימע, הערנדיג די ענטפערס פון מיניסטאר סקאראדא וועלכע איז געליפערט געווארן לעבעדיג אין די אפיציעלע יאפאנעזער טעלעוויזיע.

סקאראדא געפינט זיך שוין אין דעם אמט פון סייבער זיכערהייט מיניסטאר פאר אביסל מער פון א מאנאט, נאכן ווערן אויפגענומען דורך דעם יאפאנעזער פרעזידענט שינזא אבעי, וועלכער האט רעפארמירט זיין קאבינעט נישט לאנג צוריק.
אידישער ווינקל

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 12:13 pm

אהבת השם האט געשריבן:שיין קוקט אויס א מיניסטעריום, וואס דער וואס שטייט אין איר שפיץ קען אפילו נישט די א’ ב’ פון וואס זיין ארבעט איז…

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר פון יאפאן געזאגט אין א רעדע, אז ער האט זיך אין זיין לעבן נאכנישט באנוצט מיט א קאמפיוטער!

די רעדע וואס איז געזאגט געווארן דורכאויס דעם צערעמאניע צו קרוינען דעם פרישן מיניסטאר יאשיטיקא סקאראדא אין די קאבינעט קאמיטע פונעם פאראלאמענט, האט דער פרישער מיניסטאר געזאגט אז ער האט ביז היינט קיינמאל נישט געדארפט נוצן קיין קאמפיוטער דורכאויס זיין קאריערע.

“איך באנוץ מיר שוין נישט מיט קיין קאמפיוטער זינט איך בין 25 יאר אלט פון ווען איך געפין מיר אין אויטאראטיווע פאזיציעס, און סעקרעטארן אדער אנדערע ארבייטער האבן פאר מיר דורכגעפירט אלע מיינע געברויכן וואס איך האב געדארפט האבן דורך א קאמפיוטער”. האט דער פרישער סייבער זיכערהייט מיניסטאר סקאראדא פארציילט.

לויט די עי. פי. אגענטור האט דער 68 יעריגער מיניסטאר נישט קיין מושג בחייכון וביומיכון איבער דעם קאמפיוטער און אירע פונקציעס, ער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן ווען מען האט אים געפרעגט איבער סייבער געפארן אין נוקלעארע סטאנציעס, און ניטאמאל האט ער געוויסט וואס עס איז א “דיסק” אדער א “יו. עס. בי.”

די געזעצגעבער אינעם פארלאמענט האבן געלאכט מיט א פולן מויל און שטימע, הערנדיג די ענטפערס פון מיניסטאר סקאראדא וועלכע איז געליפערט געווארן לעבעדיג אין די אפיציעלע יאפאנעזער טעלעוויזיע.

סקאראדא געפינט זיך שוין אין דעם אמט פון סייבער זיכערהייט מיניסטאר פאר אביסל מער פון א מאנאט, נאכן ווערן אויפגענומען דורך דעם יאפאנעזער פרעזידענט שינזא אבעי, וועלכער האט רעפארמירט זיין קאבינעט נישט לאנג צוריק.
אידישער ווינקל

ווי אזוי קען טאקע זיין אז מען האט אויפגענומען אזא מענטש פאר אזא וויכטיגע פאזיציע?
Never give a man a job that doesn't belong to him

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

צייט צו גיין אויף דייעט!

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:43 pm

Man suing British Airways for sitting him next to overweight passenger on 13-hour flight

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:47 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:Man suing British Airways for sitting him next to overweight passenger on 13-hour flight


ראסיסט!! :evil: :evil:

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:15 pm

קומט נישט דא אריין....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:36 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נו, וואס וואלט איר געפסקענט, 49 אדער 69???

091E000F-E2FA-45E1-AEC0-F0BA6F098A2D.jpeg

19 מיט א שטארקע סקין קאנדישאן... און אויך די האר איז אים ווייס צוליב האבען א מאגערע מאס מעלאנין
בוי זיך זעלבסט

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג נובעמבער 18, 2018 6:58 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נו, וואס וואלט איר געפסקענט, 49 אדער 69???

091E000F-E2FA-45E1-AEC0-F0BA6F098A2D.jpeg

קלאר 29!
און דרך אגב, איך האב לעגאל געטוישט מיין הייעך פון 5' 9' צו 6'8

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 8:59 pm

פון אונטן אדער פון אויבן?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, AMAZON HELP, farmer, Newegg, private, אין כל חדש, בארג, וויכטיג מאכער, טשיפקא, פארשטייסט?, קהל עדתינו, קליינקעפיק, שליו ודגים און 76 געסט