בלאט 7 פון 41

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 4:57 pm
דורך moshele11211
.... און שרייב עס דא..

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 4:58 pm
דורך קרעמער
moshele11211 האט געשריבן:.... און די שרייב עס דא

מיר איז עס געווען טשיקאווע, סארי.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 5:11 pm
דורך סאכדעס
טאקע טשיקאווע.

מיידל צוריקגעקומען זיבן יאר נאך' פארשוועמט ווערן פון צונאמי

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 23, 2011 12:51 pm
דורך פאנדיט
מ'האט איר ביז היינט געצווינגען צו שנארן. זי איז איצט 15 יאר, אין אינדיאנעזיע.

זע דא

געשריבן: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:06 pm
דורך private
Twins Barn on different days, Months, Years --1 in 2011 1in 2012

געשריבן: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:32 pm
דורך מומחה עצום
Twins "born", please check your spelling before posting 

געשריבן: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:35 pm
דורך private
מומחה עצום האט געשריבן:Twins "born", please check your spelling before posting 

אאפפסס

געשריבן: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:43 pm
דורך tell.me.something
יאפס. דו ביזט א פערי פען....

געשריבן: מאנטאג פאברואר 20, 2012 6:26 am
דורך פארשריבן
ס'איז טאקע נישט קיין לעצטע נייעס, אבער טשיקאווע איז עס.

א מאסעטשוסעטס איינוואוינער וועלכער האט געוואלט אויפשטייגן אויף אן עראפלאן ביים מעקקערן אונטערנאציאנאלער לופטפעלד אין מאסעטשוסעטס איז בלאקירט געווארן דורך א טי. עס. עס. אגענט וועלכער האט גע'טענה'ט אז די "קרעם" שיכטע אויף די "קאפקעיקס" וואס ער טראגט אין זיין האנט-באגאדזש איז צו דיק געשמירט, און עס פארלעצט די מאקסימום וויפל פליסיגקייטן עס איז ערלויבט ארויפצוטראגן אויף אן עראפלאן.

ןןען דער מאן האט אנגעוויזן אז בלויז פארגאנגענע וואך איז ער געפלויגן פונעם לאגאן לופטפעלד אין באסטאן, מאסעטשוסעטס און מען האט אים נישט אפגעשטעלט; האט דער אגענט געזאגט אז יענע טי. עס. עי. לייט האבן טאקע נישט געטאן זייער דזשאב...

אין איין ווארט: ביוראקראטיע.

לעבן זאל פרייהייט!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 20, 2012 2:41 pm
דורך פאנדיט
א גנב אין א ווהילטשעיר איז שטעקן געבליבן נאך'ן בארויבן א פארמאסי מיט א גאן ווען זיין ווהילטשעיר איז געווארן פארזינקען אין זאמד.

נעבעך איך מיין אז אונטער'ן אמעריקען וויט דיסעביליטי אקט מוז מען איך באפרייען, ווייל עס איז דיסקרימינאציע אים צו ארעסטירן צוליב זיין דיסעביליטי. אפשר קען מען גאר אנקלאגן די פארמאסי פאר אים נישט צושטעלן א געהעריגע אנטלויף וועג, אזוי ווי פאר געזונטע גנבים...

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:08 pm
דורך משה קארנפעלד
פאר א נישטיגע סומע פון איבער 5 טויזנט דאלאר קען איר זיין די גליקליכער מענטש צו באקומען א געפרוירענע שטיקל 'טשיקען נאגעט' וואס א פרוי אין נעבראסקא פארשפרעכט אז עס קוקט אויס ווי ג'ורג' וושינגטון יר"ה.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:25 pm
דורך קראק-פאט
איינער פרעגט דעם פארקויפער:

sauce.gif
sauce.gif (9.73 KiB) געזעהן 1997 מאל

:lol: :lol: :lol:

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 10:45 am
דורך PDF
sold for 8100 dollars

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2012 12:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
PDF האט געשריבן:sold for 8100 dollars

רחמנא ליצלן !!!!!

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
א העקער האט געמאכט לעבעדיג אין א קעמפאס אין "מעסעטשוסעטס אינסטעטוט אוו טעקנאלעדזשי".

דארט איז דא א פארגעשריטענע בנין וואס איז די העכסטע בנין אויפן קעמפאס, אין עס האט פארגעשריטענע על. אי. די. לעקטערס ביי די פענסטערס, איז געגאנגען א העקער און געהעקט די סיסטעם און געמאכט אז די פענסטערס זאל אויסזעהן ווי איינער שפיעלט א געים פון טעטריס!! געמאכט ווי די געים ארבייט, עס קומען נייע שטיקלעך, מער אין מער, ביז ער איז געווארן אויט!

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:33 pm
דורך leiby
נייס.

געשריבן: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביי די נייעס איז דא אז עס איז דא א ווידיא, אבער כ'קען עס נישט זעהן, אז איינער וויל קען איך אים שיקען די לינק עס צו קענען לייגן אויף א כשר'ע סייט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 12:06 am
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביי די נייעס איז דא אז עס איז דא א ווידיא, אבער כ'קען עס נישט זעהן, אז איינער וויל קען איך אים שיקען די לינק עס צו קענען לייגן אויף א כשר'ע סייט.

עימיצער האט געשיקט!

ישר כח.

http://www.sendspace.com/file/jb3gce

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:52 am
דורך יוראפ
אדאנק לכתחלה, האט ער טאקע נישט געהאט וואס צו טון

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2012 2:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
עימיצער האט פארלוירן זיין פאפעגיי (א קליינע, וואס מען רופט פערעקיט), און וויבאלד ער האט שוין אמאל פארלוירן א פייגל, האט ער דעם צווייטן פייגעל - - וואס ער האט יעצט פארלוירן - אויסגעלערענט די אדרעסס ווי ער וואוינט, און למעשה איז די פייגל צוגעפלויגען צו א מענטש וואס האט פארשטאנען אז עס איז אנטלאפן פון איינעמ'ס הויז, און האט עס איבערגעגעבן פאר די פאליציי.

די פייגל איז קודם געווען שטיל א פאר טעג, און נאך א פאר טעג האט ער אנגעהויבן מורמלען די אדרעס! און צו די פרייד פונעם בעל הבית, האט די פאליציי אים אהיים געברענגט זיין פייגעלע!!

----------

אזוי ווי דער גאנצער עולם איז אינטער געפערליכען פרעשור, פאנאנציעל, און אנדערע זאכן, איז אינגעפירט אז מען פארט אויף וואקאציע ווי מען ליפטערט זיך אביסל אויס, ווען די דרוק ווערט צו שטארק!

והטף למה באין? וואס העט זיין מיט די "איבערגעשטרענגטע" קינדער, וואס די מאמעס שרייען אויף זיי נערוועזערהייט, ווייל זיי זענען אליינס אנגעשטרענגט? איז מען אין דייטשלאנד אויפגעקומען מיט א עצה א "ריזארט פאר קינדער", דארט קענען די קינדער ארום לויפן אן קיין שיך אין די גראז, פלאטשקענען אין וואסער, זיך שמיציג מאכן און קיינער שרייט נישט, טאנצען אין א לעוואר מיט וואסער אא"וו!!

און וואס טיען די היימישע אידן?

.......

מען פארט אין קאנטרי!!

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 4:04 pm
דורך פארדינט
לכתחילה אריבער האט געשריבן: און וואס טיען די היימישע אידן?

.......

מען פארט אין קאנטרי!!


חחחחחחח, דא האב איך שוין אויסגעשאסן חחחחחח

אויך א גרויסן שכח פאר אלע דיינע באריכטן איבעראל אויפן וועלטל, ס'איז א געשמאק צו ליינען, האלט ווייטער אן.

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 10:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
אין יאר 1965 האט א קליין 13 יעריג אינגעל געכאפט א טערטיל (טשורעפאכע) ער האט אריין געקריצט די ר"ת פון זיין נאמען, מיטן יאר "JC 1965" און עס צוריק אריין געשיקט אין וואלד.

די וואך איז די טאטע פונעם אינגעל - וואס איז היינט אלט 85 און וואוינט נאך אינעם זעלבען הויז - געגאנגען שפאצירן מיט זיין הינטל, און דער הינט האט זיך גענומען בילן, דער אלטער קוקט אראפ און זעהט א טערטיל! הייבט ער עס אויף און געט א קוק אינטען...... און הפלא ופלא, ער זעהט דארט די נאמען מיטן יאר וואס זיין זון האט אריינגעקריצט מיט 47 יאר צוריק!!

געשריבן: דאנארשטאג מאי 17, 2012 2:57 pm
דורך לכתחילה אריבער
א משפחה איז געגאנגען שפאצירן אויפן ביטש, און צוזאמגעקליבן שיינע שטיינער, גרינע רויטע ועוד, אריינגעלייגט אין טאש און געגאנגען אהיים, גייט נישט דורך א צייט און די שטיינער אין טאש התחילו מריבות זו עם זו, ביז עס האט .... אנגעהויבן ברענען.

שטעלט זיך ארויס אז די שטיינער האבן געהאט "פאספערעס" (שוועבל). דער באטרעפענדער האט געליטן שווערע בראנדוואונדען, און אז דער באטרעפענדער האט זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד זיך צו דרייען, ווייל אזוי לעשט מען זיך אויס, האט די פאדלאגע (פלאר) אויך אנגעהובן ברענען, ביז א אנדערער משפחה מיטגליד איז געקומען צו הילף, אבער האט אויך געליטען בראנד וואונדען.

---------

עס קוקט אויס אז די גרויסע סייענטיסטען וואס ווייסען פונקטליך ווי אזוי די וועלט איז באשאפען געווארן, און ווי אלט זי איז, פארשטייען נאר צו די גרויס זאכן אבער צו קלייניקייטן וואס מען קען פארשען מיט פאקטען און נישט מיט אויפגעבלאזענע טעאריעס, דאס קענען זיי נישט.

ביז יעצט שרייבן די משיגעים אז קאווע איז נישט געזינט, ווייל עס הייבט די בלוט דרוק וכדו', היינט איז ארויסגעקומען א שטודיע אז נישט נאר וואס קאווע שאדט נישט, נאר אזעלעכע וואס טרינקען רעגעלמעסיג קאווע, און ווי מער מ'טרינקט, טוט עס פארלענגערען דאס לעבן.

געשריבן: פרייטאג מאי 18, 2012 12:51 pm
דורך ווינקל
און נאכאמאל א יישר כח לכתחילה פאר דיינע אריבער 2,000 זאפטיגע תגובות אלל אווער דע פלעיס.

געשריבן: זונטאג מאי 20, 2012 3:38 am
דורך מכטי1
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
עס קוקט אויס אז די גרויסע סייענטיסטען וואס ווייסען פונקטליך ווי אזוי די וועלט איז באשאפען געווארן, און ווי אלט זי איז, פארשטייען נאר צו די גרויס זאכן אבער צו קלייניקייטן וואס מען קען פארשען מיט פאקטען און נישט מיט אויפגעבלאזענע טעאריעס, דאס קענען זיי נישט.

ביז יעצט שרייבן די משיגעים אז קאווע איז נישט געזינט, ווייל עס הייבט די בלוט דרוק וכדו', היינט איז ארויסגעקומען א שטודיע אז נישט נאר וואס קאווע שאדט נישט, נאר אזעלעכע וואס טרינקען רעגעלמעסיג קאווע, און ווי מער מ'טרינקט, טוט עס פארלענגערען דאס לעבן.

שוין, שכוח!
כ'שריי שוין יארען אז איין טאג גייט ארויסקומען אזא שטודיע,אההההההההההההה אזא פיינע קאווע....
שכוח לכתחילה...