טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעם אין אכט
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 8:26 pm

היינט נאכט וועט פארקומען א שרייעריי ערגעץ פארשטיפט אין אמעריקע. צוויי זיידעס נאך פון פארן קריג וועלן זיך פרובירן צו איבער שרייען...
ווער רעדט נאך ווען מוועט זיך ארום שרייערען ווער סגעדענקט בעסער... נו שוין! היבש טשיקאוו

אוועטאר
Kosher Travel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:38 pm

דממה דקה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס איז טשיקאוו דא, ס'איז א געהעריגער פחד אז מ'הערט נאך היינט אזעלכע ווערטער אין א נארמאל ציוויליזירט לאנד.

זייער גוט געזאגט.
ס'איז ממש א פחד.
און דאס אז די אלע אידישע בהמות ווי נאדלער, שיף, ענגעל, שומער, פיינסטיין, סענדערס, בלומבערג, בענעט, ניטא לאהעי, וואסערמאן-שולץ, שניידערמאן (ווער געדענקט איהם נאך?), פירן אהן די רעזיסטענס אנטקעגן א דעמאקראטיש ערוועלטע פרעזידענט, דאס רייצט אויף די אלע אנטיסעמיטן.

די שאלה איז פארוואס די אלגעמיינע מידיע וואס איז יא סימפאטיש צו אידן (כ'האף אזוי) מאכט נישט קיין ויצעקו אנטקעגן דעם אנטיסעמיטישער גלח?

און דו האלטסט אז דשערעד מיט איוואנקא, און בען שאפירא מיט דעוויד פריעדמען, דשעסאן גרינבלאט, שעלדאן עדלסאן, ברענגן נישט קיין אנטי-סעמיטזם...

ווייל וואס דער איד טוט איז נישט גיט.
איז ער רייך און א פאטריאט (דייטשע און די געטרייע מאדיארן פארן קריעג), דאן פירן זיי דאס לאנד.
איז ער ארים, זענען זיי א אלטע אומגעבילדע פאלק.

וואס ער טוט איז נישט גיט. ביז משיח וועט קומען און שטעלן אלע פעלקער אויפן פלאץ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

נחזור לענינינו
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך נחזור לענינינו » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:51 pm

פון מורעי, יוטא, קומט אריין די נייעס אז א א קליין קעצעלע איז אריינגעקראכן אונטערן דעשבארד פון א קאר בשעת א פרוי האט פראבירט צו פארעכטען דעם ניסאן אויטא, זי האט גערופען א דילערשיפ\מקעניק וואס האט צונומען דער גאנצע מעשה, און .. געראטעוועט דער קעצעלע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 09, 2021 11:47 pm

אקוואקאט שטעלט קלאר פאר׳ן ריכטער אז ער איז נישט קיין קאץ.

אין די היינטיגע קאראנע וועלט ווען מענטשליכע פארזאמלונגען זענען מערסטענס איינגעצוימט, ווערן זיצונגען אפגעהאלטן אויף די דרונטנלאזע פאקס מאשינען ווי זום וכדו, אריינגערעכענט דאקטאר אפוינמענטס, געריכטליכע סעסיעס, קאנגרעסאניאלע פארהערן אד״ג.

די אלע לייוו זיצונגען פלאטפארמעס האבן זיך היבש אהערגעשטעלט דורכאויס די לעצטע תקופה ווען זיי זענען ברייט אין באניץ, צולייגענדיג פארשידענע פונקציעס, צווישן זיי גאנץ לעצטענס.. א אפציע אז מ׳זאל זיך קענען ווי כמו פארשטעלן ביים זיצונג. דער סיסטעם קען דיר אנטאן א שנויצן, מאסקעס, פארבן דיין פנים אא״וו.

איז היינט פארגעקומען א געריכטליכע פארהער ערגעץ ווי, און טאקע אויף זום, אבער דער לויער האט בטעות אקטיוועזירט דעם ״פארשטעל מיר״ פונקציע, און ביי זיין פלאץ ערשינען א קאץ.

דער לויער האט זעלבס נישט געכאפט וועם ער זעהט דארט און וואס דער קאץ האט צו זיכן ביים פארהער, ביז דער ריכטער האט אים אויפמערקזאם געמאכט. צו מזל האט ער געהאט מיט זיך זיינס א שוועסטער א ״יונגווארג״.. וואס האט אים אראפגעצויגן דעם קאצן שלייער פון געזיכט.

קליפיטש

איינס דרייוו
Taking a short break, will be right back.

אוועטאר
ממוצע
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך פאברואר 10, 2021 12:31 am

א דאנק ס'טשאדל, אבער אנעם ווארף שאכטל אדער גוגל דרייוו קעמיר אים נישט זעהן.

גם זו לטובה.

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך יש בו » מיטוואך פאברואר 10, 2021 12:32 am

איך מיין אז איך בין עס געווען
The Divided States Of America

משה בעלז
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך פאברואר 10, 2021 9:55 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקוואקאט שטעלט קלאר פאר׳ן ריכטער אז ער איז נישט קיין קאץ.
איינס דרייוו

שכויעך ר' טשאדי פארן קליפיש. :lol:
די האסט נישט מורא פון די ווארענונג וואס ס'שטייט אויבן לינקס?
צוגעלייגטע
969.JPG
969.JPG (40.11 KiB) געזעהן 2575 מאל

עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך פאברואר 10, 2021 11:02 am

משה בעלז האט געשריבן:די האסט נישט מורא פון די ווארענונג וואס ס'שטייט אויבן לינקס?

די קאורט האט עס ארויסגעגבן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך פאברואר 10, 2021 11:36 am

א מאן אין שיקאגא האט געטראפן א מאדנע מעטאד וויאזוי צו פארזיכערן אז ער בלייבט מיט א ליידיגע פּארקינג פּלאץ פאר זיין קאר.

ער האט גענומען א פּאר הויזן און דאס איינגעטינקען אין וואסער. דערנאך האט ער ארויסגענומען די הויזן אין גאס און דאס אוועקגעשטעלט ביים ליידיגן פּארקינג פּלאץ וואס ער האט געוואלט אוועקלייגן פאר זיך.

צוליב די ביטערע פרעסטן, האט דאס וואסער אויף די הויז זיך שנעל פארפרוירן, און ער האט דאס אויסגעפארעמט אויף א וועג אז עס זאל בלייבן שטיין. אזוי ארום ווען מאטאריסטן זענען אנגעקומען, האבן זיי זיך פּשוט דערשראקן פון די מאדנע מחזה אז א פּאר הויזן שטייט שטייענדיג פון זיך אליינס, און זיי האבן אפּגעטראגן...


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך פאברואר 10, 2021 11:57 am

פעיק ניוז האט געשריבן:א מאן אין שיקאגא האט געטראפן א מאדנע מעטאד וויאזוי צו פארזיכערן אז ער בלייבט מיט א ליידיגע פּארקינג פּלאץ פאר זיין קאר.

ער האט גענומען א פּאר הויזן און דאס איינגעטינקען אין וואסער. דערנאך האט ער ארויסגענומען די הויזן אין גאס און דאס אוועקגעשטעלט ביים ליידיגן פּארקינג פּלאץ וואס ער האט געוואלט אוועקלייגן פאר זיך.

צוליב די ביטערע פרעסטן, האט דאס וואסער אויף די הויז זיך שנעל פארפרוירן, און ער האט דאס אויסגעפארעמט אויף א וועג אז עס זאל בלייבן שטיין. אזוי ארום ווען מאטאריסטן זענען אנגעקומען, האבן זיי זיך פּשוט דערשראקן פון די מאדנע מחזה אז א פּאר הויזן שטייט שטייענדיג פון זיך אליינס, און זיי האבן אפּגעטראגן...


דעילי איד

:lol:
בילד?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך פאברואר 10, 2021 11:59 am

unnamed.jpg
unnamed.jpg (46.27 KiB) געזעהן 2384 מאל
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:32 am

א פארמער אין בעלגיע האט אנגעשטויסן אין א שטיין וואס איז געשטאנען אין וועג פאר זיין טראקטאר, ער האט געריקט די שטיין ווייטער מיט 7 פיס, שטעלט זיך ארויס אז אט דער שטיין איז דארט געשטעלט גיווארן מיט 200 יאר צוריק אין די צייטן פון נאפאליאן, צו באצייכענען די גרעניץ פון פראנקרייך און בעלגיע, און מיטן ריקן דעם שטיין האט ער גרעסער געמאכט בעלגיע און קלענער געמאכט פראקרייך מיט 7 פיס. א פארמאלע פארלאנג איז געגעבן געווארן צום פארמער צו פאררעכטן דעם גרעניץ, אויב ווערט עס נישט פארראכטן וועט עס מוזן פארהאנדלט ווערן דארך די אויסערן מיניסטעריום פון די צוויי לענדער.
השם גבולך שלום לפ"ק

צוביסלעך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 15, 2021 8:48 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך צוביסלעך » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:38 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פעיק ניוז האט געשריבן:
unnamed.jpg

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:39 pm

צוביסלעך צוביסלעך קומסטו אריין.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג יולי 15, 2021 2:11 pm

א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג יולי 15, 2021 2:14 pm

אינטרעסאנטע מזל, איינער אין אמעריקע האט געקויפט צוויי לאטערי טיקעטס, ביידע מיט זעלבע נאמבערס, די טיקעט האט געווינען און דער יעניגער וועט זיך דארפן צוטיילן מיט זיך אליינס.
ווייסעך נישט צו מען וועט דארפן צאלן צוויי מאל שטייער.
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 15, 2021 8:37 pm

סקעממער'ס האבן פאריאר ארויסגענארט אזויפיל ווי 4.2 ביליאן דאללער פון אמעריקאנער.

קאליפארניע האט געליטן די מערסטע שאדן - סיי אין באטראפענע, ביי העכער 69,000, סיי אין די סכום געלט ארויסגעשווינדעלט, ביי ארום 621 מיליאן דאללער.

ניו יארק האט געליטן די צוייט גרעסטע געלט פארלוסט ביי ארום 415 מיליאן דאללער.

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יולי 22, 2021 2:46 pm

דובאי "מאכט רעגענען" אין ביטערע היצן

עמירעיטס – די רעגירונג אויטאריטעטן אין דובאי האבן אין די יעצטיגע טעג אקטיוויזירט א נייע טעכנאלאגיע מעטאד צו "מאכן רעגענען" העכער דער שטאט, וואו מען ליידט יעצט פון 120 דעגרי היצן און א ביטערע טרוקעניש. דער מעטאד ארבעט אז קליינע דראונס ווערן ארויפגעשיקט צו די וואלקענעס, וועלכע שיקן אריין עלעקטראנישע כוואליעס צו די רעגן טראפּן וואס ליגן אין די וואלקענעס. דאס ברענגט אז קלענערע טראפּנס זאלן זיך צוזאמשטעלן אין גרעסערע טראפּנס, און זיי פאלן אראפּ צו דער ערד.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג יולי 22, 2021 3:48 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען

נו, אפשר ביידע...

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 4:25 pm

SAN FRANCISCO: City officials plan to pay people $300 a month to not shoot each other. They could get extra $200 if they get a job or for good behavior.
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 4:29 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
SAN FRANCISCO: City officials plan to pay people $300 a month to not shoot each other. They could get extra $200 if they get a job or for good behavior.


48FD1C47-3997-4E2B-B35A-49F25F23CE8F.jpeg
48FD1C47-3997-4E2B-B35A-49F25F23CE8F.jpeg (202.33 KiB) געזעהן 745 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1044
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 4:35 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
48FD1C47-3997-4E2B-B35A-49F25F23CE8F.jpeg

געב עס נאך אביסעל און דיבלאזיא גייט עס נאכמאכן

אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך tesla » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 4:42 pm

אין אויב איך זאג צי אז איך גיי מיך נישט אויפרייסן וויפיל באקימעך?... קען זיין פאר די רייט פרייז קען מען עפעס אויסארבייטן...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:26 pm

שמן האט געשריבן:
ברעחדך קאפ האט געשריבן:
48FD1C47-3997-4E2B-B35A-49F25F23CE8F.jpeg

געב עס נאך אביסעל און דיבלאזיא גייט עס נאכמאכן

ווי זאגט יענער
ליבעראליזם אין א גייסטישע קראנקהייט
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך יש בו » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:00 pm

א קאפל אין שוועדן זענען צוריקגעוויזן געווארט פון צו געבן פאר זייער קינד א נעמען "ווילאדימיר פוטין"
די אניסטאנצן האבן נישט אנגעגעבן א סיבה דערפאר.
The Divided States Of America


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Bing [Bot], Of course, PetalBot, אבן יקרה און 34 געסט