טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מוצ"ש נובעמבער 23, 2019 10:08 pm

wow
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:19 pm

:roll: :roll:

"דער קאמף צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז טייל פון א 'אידישע פוטש'", האט א העסליכער אנטיסעמיטישער גלח אין פלארידע געזאגט.

די קאמענטארן האט מען געהערט פונעם גלח ריק וויילס, וועלכער האט פאר צוויי לאנגע מינוט גאר ווילד אטאקירט דאס אידישע פאלק, זאגנדיג אז אידן שטייען אונטער די אימפיטשמענט פון פרעזידענט טראמפ, און אז עס איז אלעס געצילט אויסצוראטן די קריסטליכע גלויבן.

וויילס האט געווארנט זיינע צוהערער אז נאך אימפיטשמענט וועלן די אידן "דערמארדן מיליאנען קריסטן".

איד דעילי

סאו נאך אימפיטשמענט גייט ער ארויס פון ביזנעס, איי מין.... וואס גייט ער זאגן פאר זיינע קעלבער?...
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:21 pm

כהאף אז ער האט נישט קיין אנהענגער! אויב יא, זענען בלוט בלבולים אויך געווען א טשיקאווע איינפאל, ווילאנג מען גלייבט נישט אין דעם
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:27 pm

Goodmorning האט געשריבן:כהאף אז ער האט נישט קיין אנהענגער! אויב יא, זענען בלוט בלבולים אויך געווען א טשיקאווע איינפאל, ווילאנג מען גלייבט נישט אין דעם

דאס איז ניטאמאל קיין בלוט בילבול, אויב האט ער אנהענגער וועט ער עס פארלירן ווען זיי וועלן זען אז קריסטן ווערן נישט געהרג'עט.
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:32 pm

פעיק נוז האט געשריבן::roll: :roll:

"דער קאמף צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז טייל פון א 'אידישע פוטש'", האט א העסליכער אנטיסעמיטישער גלח אין פלארידע געזאגט.

די קאמענטארן האט מען געהערט פונעם גלח ריק וויילס, וועלכער האט פאר צוויי לאנגע מינוט גאר ווילד אטאקירט דאס אידישע פאלק, זאגנדיג אז אידן שטייען אונטער די אימפיטשמענט פון פרעזידענט טראמפ, און אז עס איז אלעס געצילט אויסצוראטן די קריסטליכע גלויבן.

וויילס האט געווארנט זיינע צוהערער אז נאך אימפיטשמענט וועלן די אידן "דערמארדן מיליאנען קריסטן".

איד דעילי

סאו נאך אימפיטשמענט גייט ער ארויס פון ביזנעס, איי מין.... וואס גייט ער זאגן פאר זיינע קעלבער?...


עיין כאן.

ומכאן הקריאה יוצא פאר אלע נייעס ברענגער. ביטע שרייבן אויף אידיש, ספעציעל ווען ס׳איז קורץ. רוב עולם דא ליינט נישט און שענקט נישט קיין איבריגע אויפמערקזאמקייט פאר ענגלישע תגובות.

דא האסטע דעם האסליכן סטעיטמעמט. ואגב, מיטן רעדן פון אידן באציעט ער זיך צו עדעמס שיף וואס איז א דזשאו, אזוי ווי ר׳ בערל. ונפק״מ ל׳הקו.

דראפבאקס
Taking a short break, will be right back.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:43 pm

דער אלטער יאקל האט באשלאסן צו נעמען דראסטישע שריט אפצושטעלן קלימאט טויש!!

שוין 4 יאר וואס ער איז נישט אינדערהיים, ער איז אוועקגעפארן לכבוד טענקס-גיווינג פון 2016 צו קרובים מעבר לים, און ער וויל נישט צוריקקומען אהיים, אנגעבליך כדי צו ראטעווען די וועלט פונעם קלימאט קריזיס. (איך האב מורא זיין שלום בית האט נישט געטויגט...).

Choosing Not To Fly Home For The Holidays, For The Climate's Sake
This year Thom Hawkins is missing his fourth family Thanksgiving back home in Minnesota, by choice.

The 82-year-old lives in Glendale, Calif., and hasn't visited his extended family of nieces, nephews and cousins since September 2016. That's when he decided he couldn't fly anymore because of environmental concerns. Ever since, he has missed weddings, birthdays and graduations, and he expects to miss funerals.



נאך א מזל ער האט נישט געמאכט זיין באשלוס אינמיטן פליען, טאמער יא וויל ער געדארפט אראפטאנצן אינמיטן וועג און שטארבן על קידוש לבנה.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:52 pm

איינער זאל רחמנות האבן אויף אים, און אים מעלדן אז יעדעס מאל וואס ער פארפאסט א צערעמאניע, גיי איך ספעציעל אנצונדען מיין קאר, אראפ דריקן דעם גאז פעדל און ארויסלאזן שווארצע רויעך פאר צוויי שעה.

סא מיטן נישט אטייל נעמען הרג'עט ער מער די ענווייראמענט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:57 pm

ס׳איז פיל מער טשיקאוו געווען ווען אבאמא איז געפארן קיין פראנקרייך מיט א סוויטע פון צען פליגער, צו א סאמיט ווי מ׳האט פארארבעט אונז זאלן דרייוון עלעקטעראנישע קארס צו ראטעווען די וועלט.

גראדע איז אבאמא דעמאלטס יא אהיימגעקומען. און יעצט ברויזן זיי אז טראמפ רעכענט זיך נישט מיט זייערע פאנטאזיעס.
Taking a short break, will be right back.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:37 pm

פעיק נוז האט געשריבן::roll: :roll:

"דער קאמף צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ איז טייל פון א 'אידישע פוטש'", האט א העסליכער אנטיסעמיטישער גלח אין פלארידע געזאגט.

די קאמענטארן האט מען געהערט פונעם גלח ריק וויילס, וועלכער האט פאר צוויי לאנגע מינוט גאר ווילד אטאקירט דאס אידישע פאלק, זאגנדיג אז אידן שטייען אונטער די אימפיטשמענט פון פרעזידענט טראמפ, און אז עס איז אלעס געצילט אויסצוראטן די קריסטליכע גלויבן.

וויילס האט געווארנט זיינע צוהערער אז נאך אימפיטשמענט וועלן די אידן "דערמארדן מיליאנען קריסטן".

איד דעילי

סאו נאך אימפיטשמענט גייט ער ארויס פון ביזנעס, איי מין.... וואס גייט ער זאגן פאר זיינע קעלבער?...


ווייס איך נאר נישט פארוואס ער רעדט נישט פון די בלוט וואס די אידן מישן אריין און די מצות....
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:11 pm

איך זע נישט וואס איז טשיקאוו דא, ס'איז א געהעריגער פחד אז מ'הערט נאך היינט אזעלכע ווערטער אין א נארמאל ציוויליזירט לאנד.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:18 pm

איז ער נישט דעבלאזיאו?

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:23 pm

IMG-20191126-WA0344.jpg
IMG-20191126-WA0344.jpg (67.4 KiB) געזעהן 4890 מאל
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 5:04 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פיל מער טשיקאוו געווען ווען אבאמא איז געפארן קיין פראנקרייך מיט א סוויטע פון צען פליגער, צו א סאמיט ווי מ׳האט פארארבעט אונז זאלן דרייוון עלעקטעראנישע קארס צו ראטעווען די וועלט.

גראדע איז אבאמא דעמאלטס יא אהיימגעקומען. און יעצט ברויזן זיי אז טראמפ רעכענט זיך נישט מיט זייערע פאנטאזיעס.

;l;p- :grin: ;l;p- :grin: :lol:

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4238
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 7:06 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס איז טשיקאוו דא, ס'איז א געהעריגער פחד אז מ'הערט נאך היינט אזעלכע ווערטער אין א נארמאל ציוויליזירט לאנד.

זייער גוט געזאגט.
ס'איז ממש א פחד.
און דאס אז די אלע אידישע בהמות ווי נאדלער, שיף, ענגעל, שומער, פיינסטיין, סענדערס, בלומבערג, בענעט, ניטא לאהעי, וואסערמאן-שולץ, שניידערמאן (ווער געדענקט איהם נאך?), פירן אהן די רעזיסטענס אנטקעגן א דעמאקראטיש ערוועלטע פרעזידענט, דאס רייצט אויף די אלע אנטיסעמיטן.

די שאלה איז פארוואס די אלגעמיינע מידיע וואס איז יא סימפאטיש צו אידן (כ'האף אזוי) מאכט נישט קיין ויצעקו אנטקעגן דעם אנטיסעמיטישער גלח?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:15 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס איז טשיקאוו דא, ס'איז א געהעריגער פחד אז מ'הערט נאך היינט אזעלכע ווערטער אין א נארמאל ציוויליזירט לאנד.

זייער גוט געזאגט.
ס'איז ממש א פחד.
און דאס אז די אלע אידישע בהמות ווי נאדלער, שיף, ענגעל, שומער, פיינסטיין, סענדערס, בלומבערג, בענעט, ניטא לאהעי, וואסערמאן-שולץ, שניידערמאן (ווער געדענקט איהם נאך?), פירן אהן די רעזיסטענס אנטקעגן א דעמאקראטיש ערוועלטע פרעזידענט, דאס רייצט אויף די אלע אנטיסעמיטן.

די שאלה איז פארוואס די אלגעמיינע מידיע וואס איז יא סימפאטיש צו אידן (כ'האף אזוי) מאכט נישט קיין ויצעקו אנטקעגן דעם אנטיסעמיטישער גלח?

און דו האלטסט אז דשערעד מיט איוואנקא, און בען שאפירא מיט דעוויד פריעדמען, דשעסאן גרינבלאט, שעלדאן עדלסאן, ברענגן נישט קיין אנטי-סעמיטזם...
השם גבולך שלום לפ"ק

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:29 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס די אלגעמיינע מידיע וואס איז יא סימפאטיש צו אידן (כ'האף אזוי) מאכט נישט קיין ויצעקו אנטקעגן דעם אנטיסעמיטישער גלח?


זיך ווילען אים נישט מאכן רעלעווענט, פונקט ווי מדעקט נישט יעדעס מאל דעוויד דיוק זאגט עפעס (חוץ ווען ער רעדט פון טראמפ פארשטייט זיך)
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 1:44 am

ער האט פרעסע קרעדענשאלס צום ווייסן הויז, א שאנדע!
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג ינואר 27, 2020 4:28 pm

גאר א נייע וויירוס האט זיך אריינגעכאפט צווישן די עולם, אט זעט קולמע באריכט עס שוין
באבע.JPG
באבע.JPG (28.08 KiB) געזעהן 3729 מאל


דאונט ווארי, מ'קען זיך האלטן רואיג, נישט אלע באבעס מאכן אן אזא שרעק
מיין לופי'לע........

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך פאברואר 05, 2020 3:08 pm

אלטע נייעס קען אויך בלייבן טשיקאוו (אפשר נישט?)

דא איז געווען באריכטעט איבער א פראש וואס איז נעבעך געווען פארכאפט אין א זעקל לעטוס.

קלער איך צו מיר, אויב שטייט אויפן זעקל אין ענגליש fresh, קען מען סוען די קאמפאני פארן אריינלייגן נאר איין פראש...

hasaa_i.jpg
hasaa_i.jpg (52.46 KiB) געזעהן 3400 מאל
דא זענען מיינע גראמען.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:39 pm

טשיקאווע נייעס:

גאווערנאר קאומאו האט היינט געכאפט א נערוון אטאקע.

https://drive.google.com/file/d/1C6ebPC ... p=drivesdk
Taking a short break, will be right back.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:44 pm

יווווווווו איז דעס גוט שכוח טשאדעלע פאר'ן משמח זיין

נעבעך דער קאומאו די פיס הייבט אן ברענען אונטער די ערד

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך שמייכל תמיד » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:43 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טשיקאווע נייעס:

גאווערנאר קאומאו האט היינט געכאפט א נערוון אטאקע.

https://drive.google.com/file/d/1C6ebPC ... p=drivesdk

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 5:14 pm

ווען האט געשנייט טשאקאלאד?

מיט עטליכע ווארן צוריק האט פאסירט דאס אומגלויבליכע, און אין אָלטען, שווייץ, האט זיך אראפגעלאזט א דינטישיגע שניי פון טשאקאלאדע!

אקעי, עס איז נישט געווען קיין ניסים, נאר די דערנעבנדיגע לינדט (Lindt) טשאקאלאדע פאבריק האט געהאט א פראבלעם מיט די ווענטילאציע מאשינען, און אינאיינעם מיט די ווינטן וואס האבן יענעם טאג געבלאזן, האט זיך געהויבן א טשאקאלאדע שטויב, וואס האט זיך שפעטער אראפגעלאזט ווי א שניי.

איין איינוואוינער האט געהאט גוט מזל אז זיין קארעלע איז באדעקט געווארן מיט די טשאקאלאדע שטויבעלעך, און די לינדט פירמע האט זיך אנטשולדיגט און אנגעבאטן געלט עס צו רייניגן.

א בליק אויף אָלטען

בילד

די קאר מיט די טשאקאלאדע שטויב

בילד

בילד

אוועטאר
ממוצע
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טשיקאווע נייעס

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 5:18 pm

שיין! ייש"כ!

אדמיראל

תגובהדורך אדמיראל » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 7:57 pm

פינף פאפיגייען האבן געמוזט אפגעטיילט ווערן נאכדעם וואס זיי האבן זיך דערלערנט צו טשוויטשקענען אומאיידעלע ווערטער צו באזוכער אין די לינקאנשיער טיר-גארטן אין ענגלאנד.

די טיר-גארטן פארמאגט ארום 200 גרויע אפריקאנע פאפיגייען, די פינף זענען נייע איינוואוינער און נישט נאר אז זיי האבן זיך אויסגעלערנט די אלע ווערטער, נאר זיי האבן זיך אונטערגעהאלטן דערמיט איינער מיטן צווייטן.

האט מען זיי געמוזט אפטיילן און שיקן צו אנדערע ווינקלען פון די טיר-גארטן. האפענטליך וועלן זיי זיך אויסלערנען אנדערע, נאטורליכע קולות פון די איבעריגע פאפיגייען.

איינע פון די פינף קליינע מחוצפים
african-grey-parrot.jpg


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”