טשיקאווע נייעס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9083
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: טשיקאווע נייעס
טשיקאווע נייעס:
גאווערנאר קאומאו האט היינט געכאפט א נערוון אטאקע.
https://drive.google.com/file/d/1C6ebPC ... p=drivesdk

רשעות קאלטע סעלצער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2313
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am
Re: טשיקאווע נייעס
יווווווווו איז דעס גוט שכוח טשאדעלע פאר'ן משמח זיין
נעבעך דער קאומאו די פיס הייבט אן ברענען אונטער די ערד

- שמייכל תמיד
- שר חמש מאות
- תגובות: 908
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm
Re: טשיקאווע נייעס
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טשיקאווע נייעס:
גאווערנאר קאומאו האט היינט געכאפט א נערוון אטאקע.
https://drive.google.com/file/d/1C6ebPC ... p=drivesdk
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2452
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: טשיקאווע נייעס
היינט נאכט וועט פארקומען א שרייעריי ערגעץ פארשטיפט אין אמעריקע. צוויי זיידעס נאך פון פארן קריג וועלן זיך פרובירן צו איבער שרייען...
ווער רעדט נאך ווען מוועט זיך ארום שרייערען ווער סגעדענקט בעסער... נו שוין! היבש טשיקאוו

- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4219
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re:
דממה דקה האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:שפיגליצקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס איז טשיקאוו דא, ס'איז א געהעריגער פחד אז מ'הערט נאך היינט אזעלכע ווערטער אין א נארמאל ציוויליזירט לאנד.
זייער גוט געזאגט.
ס'איז ממש א פחד.
און דאס אז די אלע אידישע בהמות ווי נאדלער, שיף, ענגעל, שומער, פיינסטיין, סענדערס, בלומבערג, בענעט, ניטא לאהעי, וואסערמאן-שולץ, שניידערמאן (ווער געדענקט איהם נאך?), פירן אהן די רעזיסטענס אנטקעגן א דעמאקראטיש ערוועלטע פרעזידענט, דאס רייצט אויף די אלע אנטיסעמיטן.
די שאלה איז פארוואס די אלגעמיינע מידיע וואס איז יא סימפאטיש צו אידן (כ'האף אזוי) מאכט נישט קיין ויצעקו אנטקעגן דעם אנטיסעמיטישער גלח?
און דו האלטסט אז דשערעד מיט איוואנקא, און בען שאפירא מיט דעוויד פריעדמען, דשעסאן גרינבלאט, שעלדאן עדלסאן, ברענגן נישט קיין אנטי-סעמיטזם...
ווייל וואס דער איד טוט איז נישט גיט.
איז ער רייך און א פאטריאט (דייטשע און די געטרייע מאדיארן פארן קריעג), דאן פירן זיי דאס לאנד.
איז ער ארים, זענען זיי א אלטע אומגעבילדע פאלק.
וואס ער טוט איז נישט גיט. ביז משיח וועט קומען און שטעלן אלע פעלקער אויפן פלאץ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am
Re: טשיקאווע נייעס
פון מורעי, יוטא, קומט אריין די נייעס אז א א קליין קעצעלע איז אריינגעקראכן אונטערן דעשבארד פון א קאר בשעת א פרוי האט פראבירט צו פארעכטען דעם ניסאן אויטא, זי האט גערופען א דילערשיפ\מקעניק וואס האט צונומען דער גאנצע מעשה, און .. געראטעוועט דער קעצעלע.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9083
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
Re: טשיקאווע נייעס
אקוואקאט שטעלט קלאר פאר׳ן ריכטער אז ער איז נישט קיין קאץ.
אין די היינטיגע קאראנע וועלט ווען מענטשליכע פארזאמלונגען זענען מערסטענס איינגעצוימט, ווערן זיצונגען אפגעהאלטן אויף די דרונטנלאזע פאקס מאשינען ווי זום וכדו, אריינגערעכענט דאקטאר אפוינמענטס, געריכטליכע סעסיעס, קאנגרעסאניאלע פארהערן אד״ג.
די אלע לייוו זיצונגען פלאטפארמעס האבן זיך היבש אהערגעשטעלט דורכאויס די לעצטע תקופה ווען זיי זענען ברייט אין באניץ, צולייגענדיג פארשידענע פונקציעס, צווישן זיי גאנץ לעצטענס.. א אפציע אז מ׳זאל זיך קענען ווי כמו פארשטעלן ביים זיצונג. דער סיסטעם קען דיר אנטאן א שנויצן, מאסקעס, פארבן דיין פנים אא״וו.
איז היינט פארגעקומען א געריכטליכע פארהער ערגעץ ווי, און טאקע אויף זום, אבער דער לויער האט בטעות אקטיוועזירט דעם ״פארשטעל מיר״ פונקציע, און ביי זיין פלאץ ערשינען א קאץ.
דער לויער האט זעלבס נישט געכאפט וועם ער זעהט דארט און וואס דער קאץ האט צו זיכן ביים פארהער, ביז דער ריכטער האט אים אויפמערקזאם געמאכט. צו מזל האט ער געהאט מיט זיך זיינס א שוועסטער א ״יונגווארג״.. וואס האט אים אראפגעצויגן דעם קאצן שלייער פון געזיכט.
קליפיטש
איינס דרייוו

א דאנק ס'טשאדל, אבער אנעם ווארף שאכטל אדער גוגל דרייוו קעמיר אים נישט זעהן.
גם זו לטובה.
גם זו לטובה.
Re: טשיקאווע נייעס
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקוואקאט שטעלט קלאר פאר׳ן ריכטער אז ער איז נישט קיין קאץ.
איינס דרייוו
שכויעך ר' טשאדי פארן קליפיש.
די האסט נישט מורא פון די ווארענונג וואס ס'שטייט אויבן לינקס?
- אטעטשמענטס
-
- 969.JPG (40.11 KiB) געזען 3418 מאל
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
Re: טשיקאווע נייעס
משה בעלז האט געשריבן:די האסט נישט מורא פון די ווארענונג וואס ס'שטייט אויבן לינקס?
די קאורט האט עס ארויסגעגבן
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: טשיקאווע נייעס
א מאן אין שיקאגא האט געטראפן א מאדנע מעטאד וויאזוי צו פארזיכערן אז ער בלייבט מיט א ליידיגע פּארקינג פּלאץ פאר זיין קאר.
ער האט גענומען א פּאר הויזן און דאס איינגעטינקען אין וואסער. דערנאך האט ער ארויסגענומען די הויזן אין גאס און דאס אוועקגעשטעלט ביים ליידיגן פּארקינג פּלאץ וואס ער האט געוואלט אוועקלייגן פאר זיך.
צוליב די ביטערע פרעסטן, האט דאס וואסער אויף די הויז זיך שנעל פארפרוירן, און ער האט דאס אויסגעפארעמט אויף א וועג אז עס זאל בלייבן שטיין. אזוי ארום ווען מאטאריסטן זענען אנגעקומען, האבן זיי זיך פּשוט דערשראקן פון די מאדנע מחזה אז א פּאר הויזן שטייט שטייענדיג פון זיך אליינס, און זיי האבן אפּגעטראגן...
דעילי איד

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: טשיקאווע נייעס
פעיק ניוז האט געשריבן:א מאן אין שיקאגא האט געטראפן א מאדנע מעטאד וויאזוי צו פארזיכערן אז ער בלייבט מיט א ליידיגע פּארקינג פּלאץ פאר זיין קאר.
ער האט גענומען א פּאר הויזן און דאס איינגעטינקען אין וואסער. דערנאך האט ער ארויסגענומען די הויזן אין גאס און דאס אוועקגעשטעלט ביים ליידיגן פּארקינג פּלאץ וואס ער האט געוואלט אוועקלייגן פאר זיך.
צוליב די ביטערע פרעסטן, האט דאס וואסער אויף די הויז זיך שנעל פארפרוירן, און ער האט דאס אויסגעפארעמט אויף א וועג אז עס זאל בלייבן שטיין. אזוי ארום ווען מאטאריסטן זענען אנגעקומען, האבן זיי זיך פּשוט דערשראקן פון די מאדנע מחזה אז א פּאר הויזן שטייט שטייענדיג פון זיך אליינס, און זיי האבן אפּגעטראגן...
דעילי איד
בילד?
Re: טשיקאווע נייעס
א פארמער אין בעלגיע האט אנגעשטויסן אין א שטיין וואס איז געשטאנען אין וועג פאר זיין טראקטאר, ער האט געריקט די שטיין ווייטער מיט 7 פיס, שטעלט זיך ארויס אז אט דער שטיין איז דארט געשטעלט גיווארן מיט 200 יאר צוריק אין די צייטן פון נאפאליאן, צו באצייכענען די גרעניץ פון פראנקרייך און בעלגיע, און מיטן ריקן דעם שטיין האט ער גרעסער געמאכט בעלגיע און קלענער געמאכט פראקרייך מיט 7 פיס. א פארמאלע פארלאנג איז געגעבן געווארן צום פארמער צו פאררעכטן דעם גרעניץ, אויב ווערט עס נישט פארראכטן וועט עס מוזן פארהאנדלט ווערן דארך די אויסערן מיניסטעריום פון די צוויי לענדער.
Re: טשיקאווע נייעס
פעיק ניוז האט געשריבן:
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: טשיקאווע נייעס
צוביסלעך צוביסלעך קומסטו אריין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
Re: טשיקאווע נייעס
א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען

אני ישנה ולבי ער
- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
Re: טשיקאווע נייעס
אינטרעסאנטע מזל, איינער אין אמעריקע האט געקויפט צוויי לאטערי טיקעטס, ביידע מיט זעלבע נאמבערס, די טיקעט האט געווינען און דער יעניגער וועט זיך דארפן צוטיילן מיט זיך אליינס.
ווייסעך נישט צו מען וועט דארפן צאלן צוויי מאל שטייער.
ווייסעך נישט צו מען וועט דארפן צאלן צוויי מאל שטייער.
אני ישנה ולבי ער
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6449
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: טשיקאווע נייעס
סקעממער'ס האבן פאריאר ארויסגענארט אזויפיל ווי 4.2 ביליאן דאללער פון אמעריקאנער.
קאליפארניע האט געליטן די מערסטע שאדן - סיי אין באטראפענע, ביי העכער 69,000, סיי אין די סכום געלט ארויסגעשווינדעלט, ביי ארום 621 מיליאן דאללער.
ניו יארק האט געליטן די צוייט גרעסטע געלט פארלוסט ביי ארום 415 מיליאן דאללער.

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10695
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: טשיקאווע נייעס
דובאי "מאכט רעגענען" אין ביטערע היצן
עמירעיטס – די רעגירונג אויטאריטעטן אין דובאי האבן אין די יעצטיגע טעג אקטיוויזירט א נייע טעכנאלאגיע מעטאד צו "מאכן רעגענען" העכער דער שטאט, וואו מען ליידט יעצט פון 120 דעגרי היצן און א ביטערע טרוקעניש. דער מעטאד ארבעט אז קליינע דראונס ווערן ארויפגעשיקט צו די וואלקענעס, וועלכע שיקן אריין עלעקטראנישע כוואליעס צו די רעגן טראפּן וואס ליגן אין די וואלקענעס. דאס ברענגט אז קלענערע טראפּנס זאלן זיך צוזאמשטעלן אין גרעסערע טראפּנס, און זיי פאלן אראפּ צו דער ערד.

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ברעחדך קאפ האט געשריבן:א משפחה אין ניו דשערסי איז אהיים געקומען טרעפענדיג די טיר פון זייער הויז אויפגעבראכן,
דערשראקענערהייט זענען זיי אריין טרעפענדיג א פרוי וואשן פלארס,
שטעלט זיך ארויס אז די פרוי האט געדארפט גיין קלינען ביים שכן און איז בטעות געגאנגען צו די נישט ריכטיגע הויז,
פאר וואס זי האט אויפגעבראכן די טיר איז נישט קלאר,
די שאלה דא איז צו די פרוי דארף באצאלן פאר די טיר אדער די משפחה פארן קלינען
נו, אפשר ביידע...
- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
Re: טשיקאווע נייעס
SAN FRANCISCO: City officials plan to pay people $300 a month to not shoot each other. They could get extra $200 if they get a job or for good behavior.
אני ישנה ולבי ער
- ברעחדך קאפ
- שר חמש מאות
- תגובות: 885
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am
Re: טשיקאווע נייעס
ברעחדך קאפ האט געשריבן:SAN FRANCISCO: City officials plan to pay people $300 a month to not shoot each other. They could get extra $200 if they get a job or for good behavior.
אני ישנה ולבי ער