טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שמאטע שמאטע!, שמאטע שמאטע!, מיר האבן זיך שוין (נישט) גענוג דורכגעלאכט...........

:lol: :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

די זאך קען נישט זיין אמת וויבאלד דוד המלך האט דאך אראפגעשניטן גלית'נס קאפ, משא"כ דא איז עס געהעריג מחובר.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אפשר איזעס פון די אנדערע נפילים
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

די באקאנטע קאמפאני GERBER האט געמאלדן אז לאקעס ווארען איז די געווינער!!!

די קאמפעני מאכט יעדעס יאר א פארמעסט וועלכע בעיבי וועט האבן די זכיה צו שמייכלען צו אונזערע קינדער, און האבן זיין פיקטשער אויף די בעיבי פוד עדס. פון ציווישן הונדערט און פערציג טויזענט בילדער!!! וואס זיי האבן אנהאלטן, האבן זיי אויסגעוועלט די שמייכל פון לאקעס ווארען צו זיין זייערע "ספאוקס פערסען" פון דעם יאר.

לאקעס איז א ר"ל דאון סינדראם קינד ער גייט ארויס פון די געשעפט מיט פופציג אלפים.
בילד
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

טריסקער האט געשריבן:די זאך קען נישט זיין אמת וויבאלד דוד המלך האט דאך אראפגעשניטן גלית'נס קאפ, משא"כ דא איז עס געהעריג מחובר.

און גלית איז געווען בלויז זעקס אמות הויך, נישט זעקס שטאק.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

איך בין נישט א חלק פון די שפיל, איך בין דא געשטראנדעט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

א טשיקאווע אינצידענט האט פאסירט אין א רעסטוראנט אין פלארידא, ווען א קליינער אינגעלע האט געגליסט צו ארויסבאקומען א בערעלע אדער אנדערע שפילצייג פון אזא סארט גלאזערנע מאשין וואס איז א בחינה פון אן עי-טי-עם מאשין מיט "דעפאזיטס אנלי" און פאר די מתנות קען מען ווארטן ביז איבערמארגן ווען די גליטשיגע שוואכע אייזערנע צינגלען וועלן קיינמאל נישט ארויסברענגען אייער אויסדערווארטעטע געשאנק...

דער אינגעלע האט זעט אויס גוט דערהערט וואס זיין רבי האט געזאגט איבער "והעקשן יצליח," און האט באשלאסן צו אליינס נעמען די זאך אין די האנט אריין, און ארויסבאקומען א שפילצייג פון די מאשין, דורך אריינקריכן דערין, דאס ארויסברענגען, עס אהיימטראגן, און שוין...

ער איז אריינגעקראכן און זיך דורכגעשטופט די קליינע לעכל ווי די געשאנקען פאלן ארויס, אויסגעוועלט די בערעלע וואס איז אים דאס מערסטע געפאלן, און געוואלט ארויסקריכן צוריק...

פראבלעם איז אבער אז אריין איז גרינגער ווי ארויס, און ווי ביי די באקאנטע מעשה מיט די פוקס וואס האט זיך אנגעגעסן און נישט געקענט דורכגיין די טיר, איז דער אינגל געבליבן געשטראנדעט, אנהויבנדיג האקן אויף די גלאז צו ערשטוינטע פארבייגייער.

די געשעפט באאמטע זענען געקומען צו לויפן, און גערופן די פייערלעשער וועלכע האבן אים ארויסגעראטעוועט פון דארט נאך ארבעטן אויפן טיר פאר 5 מינוט.

דער אינגל איז דערווייל געזיצן באקוועם אויף די סחורה'נע בערעלעך, און געוויינט...

פון אידישער ווינקל.
אטעטשמענטס
photo_2018-02-11_12-08-43.jpg
photo_2018-02-11_12-08-43.jpg (172.21 KiB) געזען 2212 מאל
photo_2018-02-11_12-08-34.jpg
photo_2018-02-11_12-08-34.jpg (149.75 KiB) געזען 2212 מאל
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

צחקתי..

קיינער האט נישט פראבירט ארויס צו נעמען דאס קינד מיטן גליטשיגין גאפל?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פון ווי קומט מען אן אינעווייניג ???? אפשר די זעלבע וועג ווי די דאליס און בערעלעך האבן זיך אריינגעווישט....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

יאצמעך האט געשריבן:צחקתי..

קיינער האט נישט פראבירט ארויס צו נעמען דאס קינד מיטן גליטשיגין גאפל?

נאכן ליינען דיין תגובה צחקתי.. ( שוין כמעט געווען אויפן קול)
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א פארמער אין סקאטלאנד וועט שוין נישט רופן די פאליציי אזוי אפט, נאכדעם וואס ער האט אלארמירט די פאליציי און אנדערע עמורדזשענסי אגענטורן אז ער זעט אין זיין גארטן א ריזיגן טיגער, און ער ציטערט אז דער טיגער איז דא מיט זיין פאמיליע, און זיי גייען זיך אט ארויסלאזן אין אן אטאקע אויף זיין הויז, אדער פארם, וואו ער פארמאגט קוען און אנדערע באשעפענישן. די געלערנטע פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען און טאקע באשטעטיגט אז א טיגער זיצט און אטעמט אזוי געמיטלעך, הארט נעבן דער הייזקע ווי די קוען האבן זיך אויפגעהאלטן. נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן , גייענדיג גאר נאענט צום טיגער, האט איין אפיציר באמערקט אז דער טיגער האט צו זיך צוגעקלעבט א פרייז צעטל... ארויסגעשטעלט האט זיך אז עס איז געווען נישט מער ווי א גרויסער שפילצייג טיגער, אין סייז פון א געהעריגן גרויסן טיגער
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

פון ניו יארק קיין קאליפארניע, וויאזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מער טראגי-קאמיש ווי טשיקאווע....
ניו יארק – פּאליציי אין ניו יארק פּרובירן צוזאמצושטעלן די מיסטעריע, וויאזוי א קאנאדישער בירגער, וועלכער האט זיך געפונען אויף וואקאציע אין ניו יארק, איז אנגעקומען פּלוצלינג קיין קאליפארניע, און יענער האט נישט די מינדעסטע אנונג אדער זכרון וויאזוי דאס האט פּאסירט. דער מערקווירדיגער אינצידענט האט פּאסירט ווען דער טאראנטאער איינוואוינער דעני פיליפידיס איז געקומען קיין ווילמינגטאן, ניו יארק, וואו ער פארברענגט יעדן ווינטער פאר עטליכע טעג אויף די פארשנייטע “סקי” בערג, און ווען ער איז נישט צוריקגעקומען צום באשטימטן צייט פאר נאכטמאל מיט זיינע פריינט, האבן זיי אלארמירט די פּאליציי, וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע. למעשה זעקס טעג שפּעטער האט פיליפידיס טעלעפאנירט קיין ניו יארק, אז ער האט זיך געטראפן אין סאקראמענטא, קאליפארניע, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס האט פּאסירט.

קרעדיט: JCN
זוכט איר דוי?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דונש = דעני

זיי דיך מודה, וואו ביסטו געווען די גאנצע צייט?

די גאנצע 'דוי' זוכעריי איז א קאוועראפ.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

קום אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן איך קען נישט דא אזוי אין פובליק....
זוכט איר דוי?
אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע מעלות »

קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ’ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט’ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע לאנד
קרדיעט jcn
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

פון די אנטווערפענע אויסגאבע ״למען תדע״
(קומט אריין אין אימעיל יעדן פרייטאג, אינטערסאנטער אריינבליק אין די אלטגעזעסענע אנטווערפענע געמיינדע...)

"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....

לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום פרייטאג מאי 11, 2018 12:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

shalsheles האט געשריבן:"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....


פאר די אלע וואס ווייסן נישט א "ליפט" מיינט א "עליוועטער"
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דאמינא'ס (נישט כשר'ע פיצא טשעין) פילט אן פאטהאולס

פריידעך נישט. נישט אין נ"י

בילד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פיינע איידיע דאס!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

wow! איז דאס אן איינפאל! געגאנגען. לאמיר זען ווער גייט דאס די ערשטע נאכמאכען און די היימישע געגענטער.
איך האלט ס'קען ברענגען אסאך רווחים פאר די ריכטיגע געשעפט
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פאנג דיך נאר נישט אן מיט די סיטי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אן איראנער גענעראל האט נעכטן געזאגט, אז מדינת ישראל מאניפולירט דעם וועטער, און רויבט וואלקענעס פון העכער איראן... דער גענעראל גולאם (גולם?...) ראזא דזשאלאלי האט געזאגט אז "אויסלענדישע שטערונגען ווערן פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין די קלימאט טויש אין איראן", צולייגנדיג אז עס איז גאר דא אן איראנער שטודיע וואס באשטעטיגט זיינע ווערטער, אז מדינת ישראל וויסנשאפטליכע קענען דרייען מיט'ן וועטער אין דער איראנער אטמאספערע, לויט ווי פאר זיי שמעקט.

די רעאליטעט איז, אז איראן פלאגט זיך שוין א לאנגע צייט מיט ערנסטע טרוקענישן און א מאנגל פון רעגן, וואס טוט שטארק אפעקטירן די ארטיגע אגריקולטור אינדוסטריע, און אויך דרייען זיך ארום פילע טויזנטער בירגער הונגעריג.

גענעראל דזשאלאלי איז אבער נישט דער ערשטער צו באשולדיגן דערין מדינת ישראל, נאר דער געוועזענער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט שוין אין 11' געזאגט ענליכס.

סארא בריה#
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

;l;p-
אלע מעלות האט געשריבן:קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ’ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט’ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע לאנד
קרדיעט jcn

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין צחקתי ודידי צחקתי
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

חברה הצלה איבער׳ן גרעיטער ניו יארק זענען געשטעלט געווארן אויף הויעכע אלערט נאכדעם וואס ס׳איז היינט דינסטאג ואתחנן אפציעל געמאלדן געווארן אויפן חרידישן הויפט נייעס קוואל דעם אלעמען באקאנטן קול מעוואסער, אז היינט דינסטאג 1:15 באנאכט האט פאסירט א עקסידענט מיט אַנאַצאָלע אמבאלאנס און אז הצלה שיקט אפ אהין נאך 3 אמבאלאנסן.

די שטוינענדע מעלדונג איבער א פאסירונג אויף א צייט וואס איז נאכנישט געווען האט אויפגעברענגט שפעקילאציעס אז עפעס אן ערענסטע׳רע אקציע איז דא געפלאנט אינטערן טיש, נאר ס׳איז בטעות פרי-צייטיג געליקט געווארן. די געטרייע ארגענעזאציע האבן נישט ווילינדיג נעמען קיין שאנסן צייטליך פארזיכערט זייערע אמבאלאנסן און עס אוועקגעשטעלט און זייערע גאראדזש׳ן, וואס איז זעכער איז זעכער קודם זענען די אמבאלאנסן געפארקט!.

און די זעלבע צייט האט חברה הצלה האט אפציעל ארויסגעשטעלט אַנאַקחאָשע און קאטאגאריש אפגעווארפן די באריכטן און קלארגעשטעלט אז לעת עתה האט נאך גארנישט פאסירט דינסטאג נאכט 1:15

זאל השי״ת העלפן אז די היינטיגע 1:15 באנאכט זאל אדורכגיין בשלום, און די עיקר איז אז קיים שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן. הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.

———————————————

סתם געמאכט א טראסק פון א פראסק.

די עכטע געשיכטע;
היינט האט א קראנהייטס אמבאלאנס זיך צוזאמענגעשטויסן מיט א קאר און מאנהעטן, קולמעוואסער האט געמאכט א פשוטע טעות ביים מעלדן די זייגער, ס׳האט אבער דאך געצויגן טשאדעלע׳ס אויער׳ן ביי לאנטש. קיינמאל קיין ערגער׳ס
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

:grin: א דאנק פאר די שמייכל.

האסט געהאט געבורטסטאג היינט?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ענד עגען טשאדעלע ;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”