פרישע סחורה פון וויקי-ליקס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:02 pm

Spokesman האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס האט עקוואדאר ביז יעצט אים נישט געקענט ארויסנעמען? אויב עקוואדאר וויל אים למשל ארויסנעמען פונעם עמבעסי צי זייער הייםלאנד, האבן זיי נישט קיין מהלך אז ער זאל נישט ווערן ארעסטירט? איך פארשטיי אז נאר אין די עמבעסי איז ממש ווי אין זייער לאנד, אבער די שאלה איז פארוואס האבן זיי נישט די כח ארויסציראטעווען זיערס א בירגער.

ניין איינמאל די טרעטסט ארויס פון דארט ביזטו און זייער רשות
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:43 pm

אדער ביסט אין א דיפלאמאטישע קאר, דעמאלט'ס ביסטו אויך אין יענעם לאנד, (אזוי געדענק'עך)

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:31 am

דער וויקיליעקס פירער דזשוליען אסאנדזש זאגט, אז ער איז גרייט אויף דער מעגליכקייט צו קומען קיין אמעריקע און געבן אן אויפטריט פאר'ן סענאט שפיאנאזש קאמיטע, צו רעדן איבער וואס ער ווייסט ארום רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די יאר 16' פרעזידענט וואלן. אסאנדזש געפינט זיך אצינד אין באהעלטעניש אין דער עקוואדארער אמבאסאדע אין לאנדאן, אבער מען הערט שוין עטליכע וואכן באריכטן אז זיי גייען אים ארויסווארפן פון דארטן. מען דערווארט אז בריטישע פאליציי וועלן אים זאפארט ארעסטירן ווען דאס פאסירט, און נעכטן האט זיין לויער געזאגט אז אסאנדזש איז גרייט צו געבן אן אויפטריט אין אמעריקע פאר'ן סענאט, אדער אמווייניגסטנס דורך א ווידעא-קאנפערענץ.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, rogers, בארג, ווייס פרעזידענט, מיין שטעלונג, מילא, מצפה לישועה, נודניק, קנעטענע קיגעל, שתקן און 62 געסט