וואס וועט דא זיין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאליציאנער

וואס וועט דא זיין

תגובהדורך גאליציאנער » מיטוואך ינואר 24, 2007 8:50 pm

די אראבישע לענדער ווערען רייכער פין טאר צי טאג אין ציזאמען מיט זייער רייכקייט וואקסט זייער שנאת ישרא' אויף שרעקליך הויכע שטאפלען שטייט זיך ארץ ישרא' דאס הייליגע לאנד א קליין לענדעל צווישען גרויסע אראבישע לענדער וואס זייער רייכקייט אין שטארקייט האלט אין איין וואקסען אוי טאטע אין הימל וואס וועט זיין לויט ווי עס קוקט אויס קען מען זיך נישט פארלאזען אויף אמעריקע
עס גייט זיי גאנץ קנאפ אן ארץ ישרא' זיי ניצען עס נאר ווען עס קומט זיי גיט אויס פאר זייערע אינטערעסען
ווער ווייסט וואס עס וועט זיין
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 1:45 pm

דעמאנסט מיך א ווארט וואס איך האב געהערט אויף דעם מאמר חז"ל "הוי מתפלל בשלומה של מלכות"
אז מען דארף מתפלל זיין ווען עס גייט גוט פאר די מלכות (רעגירונג), ווייל דעמאלטס טראכטן זיי שלעכטס אויף אידן, משא"כ ווען זיי האבן זייערע אייגענע פראבלעמען, לאזן זיי די אידן במנוחה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 2:23 pm

אידעלע, וואויל.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך ינואר 31, 2007 8:21 am

א אידעלע האט געשריבן:דעמאנסט מיך א ווארט וואס איך האב געהערט אויף דעם מאמר חז"ל "הוי מתפלל בשלומה של מלכות"
אז מען דארף מתפלל זיין ווען עס גייט גוט פאר די מלכות (רעגירונג), ווייל דעמאלטס טראכטן זיי שלעכטס אויף אידן, משא"כ ווען זיי האבן זייערע אייגענע פראבלעמען, לאזן זיי די אידן במנוחה.

אנטשולדיק, אבער וועגן וואס רעדט איר?
צי דען דא, אין ארץ ישראל איז איצט אראבישע רעגירונג?
און וואס פאר א חילוק איז, צי זיינען די אראבישע מדינות רייך אדער ארעם?
די איין און איינציקע פראבלעמע באשטייט דאך באר אין דעם, אז די אידן (טאקע מע' זעט נישט אויף זיי, אבער ע"פ הלכה זיינען זיי דאך אידן) וואס האבן יא שלטון אין ארץ ישראל ווינטשן און חלום'ען בכל נפשם ומאדם איבערגעבן וואס גרעסער חלק פון ארץ ישראל צו די בלוטיקע שונאים פון די אידן און וואס מער אפשוואכן דעם אידישן ישוב אין ארץ ישראל. און דאס איז ממש נגד שכל בריא.
און אין אזא לאגע סע שוין כמעט מאכט נישט אויס ווער איז דער שונא און ווי רייך ער איז...
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך ינואר 31, 2007 12:34 pm

בארוהאיגט דיך גאל.

אמעריקע דארף מדינת ישראל מער ווי מדינת ישראל דארף אמעריקע,

שטעל זיך פאר ווען נישט וואס אמעריקע האט מדינת ישראל האבן זיי דאך נישט קיין איין עכטן פריינט אין די מידל איסט, כרעד נישט פון איראק וואס איז נאך דערווייל נישט קיין געהעריג לאנד, סאו זאלסט נישט זיין דערשראקן איינמאל מדינת ישראל כאפט גיט אמעריקע צוריק, און אז נישט וועט מדינת ישראל זוך אפשאקלען פון אמעריקע און אליינ'ס צוריק געבן מנה אחת אפיים און ליידער ווייסען מיר אז זיי קענען, נאר מ'דארף זיך פארלאזן אויפן אויבירשטען.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך ינואר 31, 2007 12:40 pm

.,
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 31, 2007 12:51 pm

א אידעלע, דיין חתימה איז דאך אזוי אין פלאץ דא... חחח...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך ינואר 31, 2007 1:14 pm

אידל

אז איינער איז נישט אויפגעצויגען געווארן מיט די זעלבע שיטה ווי דיר ווערט ער נאך נישט א שוטה, כ'פארלאנג אז דו זאלסט דיך עפענטליך אנטשולדיגען פאר אים, אז דו ווילסט קענסטו אים ערקעלערן וואס דו האלטסט אן אים רופן מיט נעמען וואס פעלט בכלל נישט אויס,

בכלל דיין לעצטע זאץ מאכט נישט קיין שום סענס.... סארי לייען עס איבער ווען דו ביסט נישט היציג.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך ינואר 31, 2007 1:22 pm

.,
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך ינואר 31, 2007 2:08 pm

מצטרף לדברי מעסטער.

אוי... אוי... אוי... א שאד... א שאד... לא יעשה כן במקומינו... מען רעדט נישט דיזע סארט שפראך אין "היימישע קרעטשמע"... א אידעלע... א אידעלע... חזור בך חזור בך...

אט האט איר מיין אנטווארט צו ערנסטער:
קודם שלום עליכם א איד. ווי איך זעה זיינט איר א ישראלדיקער. ריכטיק?
די אלגעמיינע בירגער אין ישראל ליידן פיל מער צרות פון די אראבישע שכינים, און אז די צרות טוער האבן נישט קיין דאגה פון געלט גיבט דאס זיי א מעגליכקייט אנצוגיין מיט זייער מאסן רציחות. וואלטן זיי געהאט דעם זארג פון געלט וואלטן זיי געווען פארנומען מיט זיך און נישט מיט ישראל.
אייער טענה אויפן שלטון, איבער דאס צוריק געבן לאנד פארן שונא, איז בלויז מצד אייער השקפה אבער נישט אין רעאליטעט, און אודאי נישט אין איינקלאנג מיטן אלגעמיינעם בירגער, וואס אין פאקט ליידן זיי פיל מער פון דעם אראבער.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך ינואר 31, 2007 3:48 pm

.,
לעצט פאראכטן דורך א אידעלע אום מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 4:57 am

טייער א אידעלע, ס'איז דאך אינגאנצן נישטא קיין פראבלעמע!
איר האט דאך נאר אויסגעדריקט אייערע לעגיטימע פאזיציע לגבי דער פראגע און איר א וודאי און א וודאי דארף נישט אנטשולדיקן זיך צוליב דעם.
און אויב שוין יא, איז קודם כל איך דארף בעטן מחילה ביי אייך ווייל איך האב אייך פראוואקאטירט (פארשטייט זיך, אינגאנצן בלי שום כוונה) פאר דעם.

א אידעלע האט געשריבן:די {חכם} איינער, דו האלטס טאקע אז דאס איז דער איינציגע פראבלעם אין מיטל מזרח, דו האלטסט אז אויב מען וואלט ווען גארנישט צוריקגעגעבן פאר די אראבער, וואלט געווען אביסל רואיגער,

מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פארשיין, אז אויב נישט דער "תהליך השלום" וואס האט געבראכט אהער גאנצע באנדעס אראבישע טעראריסטן, געגבן זיי געווער און לעגיטימיזציע און דער עיקר - געגעבן זיי האפענונג צו האבן אייגענע מדינה און דווקא דורך דעם וועג פון טעראר (ווייל מען האט זיי געלאזט צו פארשטיין נאך יעדן פיגוע באקומען זיי פון ממשלת ישראל נייע ויתורים "למען השלום"), אויב אפילו דאס אלץ איז נישט די איינציקע פראבלעמע אין מזרח התיכון, ס'וואלט דא געווען נישט אביסל נאר א סך רואיקער. יתרה מזו - ס'איז דאך גענוג צו דערמאנען זיך פון דעם מצב, וואס איז געווען אין ארץ ישראל פאר תשנ"ג ווען האט מען גע'חתם'ט דעם ערשטן "הסכם שלום". ס'דאך נישטא וואס צו צוגלייכן...

א אידעלע האט געשריבן:און דעס וואס דו שרייבסט אז
און דאס איז ממש נגד שכל בריא.

קען זיין אז עס אפשר אביסל נגד השכל, אבער דאס איז איינקלאנג מיט דעת תורתינו הקדושה, [דעת תורה היפך דעת בעה"ב (שכל הבריא)].

עס קען אפשר זיין אז דעת התורה איז טאקע היפך דעת בע"ה (און אפילו נגד שכל הבריא, כאטש איך פערזענלעך האלט נישט אזוי, נאר פונקט פארקערט) אבער דאס זיכער נאך הייסט נישט אז יעדער שטות איז ווערט שוין אוטומאטיש דעת התורה. :wink:
און אז מען זאגט אז עפעס א זאך איז דעת התורה דארף מען ברענגען צו דעם קלארע הוכחות (בפרט אויב ס'רעדט זיך וועגן אזא מין זאך וואס איז טאקע "אפשר אביסל נגד השכל" :wink: ).
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:42 am

זארעכפעפער האט געשריבן:קודם שלום עליכם א איד.

עליכם שלום!

זארעכפעפער האט געשריבן:ווי איך זעה זיינט איר א ישראלדיקער. ריכטיק?

כמעט, איך בין געבוירן געווארן און אוקריינע (דאן ראטן פארבאנד) אבער שוין מער פון פופצן יאר איך וווין אין ארץ ישראל.

זארעכפעפער האט געשריבן:די אלגעמיינע בירגער אין ישראל ליידן פיל מער צרות פון די אראבישע שכינים, און אז די צרות טוער האבן נישט קיין דאגה פון געלט גיבט דאס זיי א מעגליכקייט אנצוגיין מיט זייער מאסן רציחות. וואלטן זיי געהאט דעם זארג פון געלט וואלטן זיי געווען פארנומען מיט זיך און נישט מיט ישראל.

די אמעריקאנישע השקפה אז "רייכער = שטארקער" ארבעט דא נישט. ווייל שטארקער איז קודם כל דער וואס האט מער אמונה און מער מוט צו ליידן אבער צו קעמפן ביזן סוף וואס זאל עס נישט זיין. און אין אזא לאגע קיין רייכטום וועט נישט העלפן. והא ראיה - מדינת ישראל איז דאך איצט א סך רייכער נישט נאר פון "רשות פלשתינאית" און לבנון צוזאמען מיר איר חיזבאללה, נאר אויך פון אלע ארומיקע אראבישע מדינות, אבער דווקא ישראל שוין דרייסיק יאר, ווערנדיק דרך אגב אלץ רייכער און רייכער, נאר האלט איין אין אפטרעטן און גיט אוועק די שטחים אלץ מער און מער, זאגנדיק אז "אונזערע פאלק איז שוין מיד פון מלחמות".
הייסט עס אז די פראבלעמע איז נישט אין די אראבער (דווקא אוזערע שונאים צווישן זיי זיינען זייער ארעם און אפילו ממש ליידן הוגער) נאר אוזערע אייגענע גייסטיקע מצב...
ווי עס שטייט אין פסוק "ליא באחחיהל, ואליא באכיחח -- כלהי אהם-בלארולחהי, אטמחר ה' צאבטאוית". :wink:

זארעכפעפער האט געשריבן:אייער טענה אויפן שלטון, איבער דאס צוריק געבן לאנד פארן שונא, איז בלויז מצד אייער השקפה אבער נישט אין רעאליטעט, און אודאי נישט אין איינקלאנג מיטן אלגעמיינעם בירגער, וואס אין פאקט ליידן זיי פיל מער פון דעם אראבער.

און ווער זשע האט געבראכט אין ארץ ישראל טויזנטער טעראריסטן, ווער האט זיי באוואפנט און ווער האט געגבן זיי די ציל פאר זייערע טעראר - "הקמת מדינה פלשתינאית" (פארשטייט זיך מיט עיר הבירה אין ירושלים - וואו זשע דען?), אויב נישט ממשלת ישראל בכבודה ובעצמה?!

און וואסערע שייכות האבן צו דעם רייכע אראבישע מדינות (ווי סעודיה, כוויית, עמיראטן א.ד.ג.)? דרך אגב זיי דווקא באציען זיך צו אונז א סך בעסער פון ארעמע אראבישע מדינות ווי סוריה, לבנון אדער אלזשיר.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 9:55 am

ברשות הרבנים הגאונים חברי הקרעטשמע שליט"א.
איך מיין אז מ'פארפארט שוין דא צו ווייט, און ס'וועט נאך באלד צוקומען צו הלבנת פנים און פאליטיק, וואס דאס איז גענצליך בבל יראה ובל ימצא ביי אונז אין קרעטשמע.
ע"כ טוה איך פארשלאגן, ברשות וכו', אז מ'זאל מאכן א "שארט סטאפ" (עצירה פתאומית?) דא, און מער נישט באהאנדלן דעם נושא.
ערנסטער: קום אריין אינעם הויפט קרעטשמע און מאך לעבעדיג דארט! מיר ווייסן אז דו טויגסט! נוץ אויס דיינע טאלאנטן דארט וואו מ'דארף עס דאס מערסטע!
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”