בלאט 354 פון 381
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 9:59 pm
דורך FedEx
dovidal האט געשריבן:פארוואס איז ער געגאנגען מיט א הויכען סאמעטענעם קאפעליטש ?
מסתם ווייל אזוי האט ער געוואלט...
ער האט אנגעטוהן דעם היט אין די לעצטערע יארן. איך געדענק אים מיט א געהעריגע שטאפענע היט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 10:06 pm
דורך Iphone
אפשר עפענט מען א עקסוערע אשכול איבער דעם איש אשכולות?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 10:23 pm
דורך נאטרוליסט
עס כאפט א פחד אז מ'קוקט זיך ארום ווי אינג ער איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן. דאס זעלבע דערמאן איך זיך איצט האט ליידער פאסירט מיט דעם חשוב'ן בעל מספר וכותב זכרונות פונעם רבי'ן זצ"ל - הרה"ח ר' אברהם דוד גליק ז"ל, וואס האט אויף זיין שטייגער גאר אסאך בייגעשטייערט מיט סיפורי קודש - עס ווייטאגט זייער על האי שופרא שבלע בארעא. - חבל על דאבדין - יהא זכרם ברוך!
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2015 11:19 pm
דורך גליטשעדיג
מי יודע האט געשריבן:גליטשעדיג האט געשריבן:
ובעיני ראיתי כמה פעמים, תלמידי חכמים מופלגים ומרביצי תורה, וואס א אמת'ע אהבה צו רביה"ק זי"ע, וואס האבן פאר ר' שלמה יעקב ארויסגעוויזן א שטארקן כבוד, און איינער פון די האט זיך אנגערופן איך האב פאר אים א הכרת הטוב, וואס ער האט אזוי שיין באשריבן דעם רבי'ן זי"ע.
א זייטיגע נאטיץ, וואס מיינט 'וואס (האבן) א אמת'ע אהבה צו רביה"ק זי"ע'? וואס מיינט דאס אהבה צו רביה"ק? איך קען חסידים, תלמידים, כ'האב נישט געוואוסט די רבי האט געהאט אוהבים אויך
אנטשולדיגט איך האב נישט ערקלערט מיינע דיבורים תיכף, זייענדיג פארנומען בטירדות החג.
וואס איך האב געמיינט, און ווי "בוידעם" האט שוין געשריבן איז דא א ציבור אידן וואס זענען מקושר צו דעם צדיק הדור, מיט א אויסטערלישע אהבה, וואס ווערט נישט אפגעקילט אפילו שטייענדיג שוין כמעט פערציג יאר פון די פטירה, אויף א שטייגער ווי א ליבשאפט צו א טאטן וואס מען איז צוגעבינדן וכדומה, און נאך שטארקער און נאך העכער.
וממילא בדרך משל, ווען א משפחה פארלירט א נאענטן איז היינט אן אפטער ערשיינונג (אז ס'איז דא געלט, און ס'איז דא וואס צו שרייבן) אז די משפחה נעמט א גוטן שרייבער, און אלע בני המשפחה האבן שטארק הנאה ווען יענער מאכט א גוטע ארבעט וכו', די זעלבע די אלע וואס האבן געזען די הערליכע ארבעט וואס רבי שלמה יעקב האט געמאכט, צו באשרייבן מעשי תקפו וגבורתו פון רבין האבן זיי דאס איבערגעקוקט צענדליגער מאל, מיט טרערן אין די אויגן. און זיי האבן געשפירט צו דעם איד א שטארקע הכרת הטוב, סיי ווייל ער האט זיי געמאכט גוט שפירן, און סיי ווייל זיי האבן געוואלט זייערע קינדער זאלן אביסל זען און פארשטיין וואס זיי האבן מיטגעלעבט.
ס'איז דא חסידים, ס'איז דא תלמידים, אבער דער טערמין "אוהבים" ברענגט בעסער ארויס די נקודה.
ר' שלמה יעקב געלבמאן
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 2:04 pm
דורך געשמאקע אידל
ביים גראמען ביי איינער פון די סאטמאר חתונות
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 3:12 pm
דורך maybeeynot
די בילד איז א שטיק נאסטלאגיע די ארענדזשע מייק. די עסקנים מיט פינס. פלאטשיגע שטריימלעך. ועוד
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 4:48 pm
דורך צו די זאך
As a Badchen my self I had the Zechus to be Preforming at several Simches around the world together with R' Shloime Yankel a"h, I remember about 25 years ago when we were together at a wedding in London when he was considered a world famous top Badchen and I was only a beginner that any one hardly know. Naturally I felt lost next to him and my level of confidence was next to zero and when the Mechuten introduced me to him the first time he made sure to make me feel like I was the center Badchen of the wedding and gave me a huge boost of confidence and gave me great ideas on what to say along with amazing history of the family and throughout the night he was only busy how to make me a huge success. It was a night for me that gave me Chizuk and confidence for many years of my career. He was a unusual FARGINER a giver and one that loved when other yiden are succeeding. A yid that was beloved by everyone and he will greatly be missed.
YEHEI ZICHRO BORUCH. Yoinesen Schwartz
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 5:20 pm
דורך זויבער
מיטגעהאלטן מיט הרב געלבמאן ע"ה א מוצאי שבת אין קאנטרי ווי מע האט איהם גערופן אויפצוטרעטן לכבוד סאטמאר רב זל'ס יארצייט,
ער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט עטליכע שעה, געזיצן דארט אסאך נישט סאטמארע חסידים, אלע זענען ארויס פון התפעלות פון זיינע ידיעות און צויבער קראפט.
נאך מלוה מלכה האט זיך דערעולם נישט געקענט שיידן פון איהם און עס האט זיך פארמירט א סוירקל
ואס האט אנגעהאלטן ביזן עלות השחר ווי עס האט זיך געגאסן פון איהם ידיעות, מעשיות פונעם הייליגן סאטמאר רב זיעועכי"א
אפילו ער איז געווען באקאנט אלס א בדחן און גוט זאגער, יענע נאכט נישט ארויס פון זיין מויל קיין שום הלצה אלע שמועסן געווען מיטן פולסטן ערנטקייט.
חבל על דאבדין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 5:30 pm
דורך ggg
חבל ע איז באמת געווען זייער א צוגעלאזאנער מענטש און ער האט אסאך געלערנט איך האב עם געזען אסאך לערנען ער פלעגט פלייסיג לערנען
ת נ צ ב ה
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 6:33 pm
דורך יציב פתגם
ר' שלמה יאנקל ע"ה עם הגרב"ד פוברסקי שליט"א
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 6:34 pm
דורך יציב פתגם
עם ש"ב הרה"ק רבי שמעון מלעלוב זצ"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 6:35 pm
דורך יציב פתגם
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 7:21 pm
דורך פאטאקי08
געשמאקע אידל האט געשריבן:ביים גראמען ביי איינער פון די סאטמאר חתונות
ארמארי בילדינג?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 7:27 pm
דורך פרשיסחא
יציב פתגם האט געשריבן:עם ש"ב הרה"ק רבי שמעון מלעלוב זצ"ל
Gelb01.jpg
די שייכות פון ר' שלמה יעקב צום הויף פון לעלוב איז געווען דורך זיין שווער'ס משפחה.
זיין שווער איז געווען א זון פון ר' שמואל אהרן וועבער - שזורי, פון די יושבים ראשונה אין לעלובער חסידות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 7:35 pm
דורך בוידעם
פאטאקי08 האט געשריבן:געשמאקע אידל האט געשריבן:ביים גראמען ביי איינער פון די סאטמאר חתונות
ארמארי בילדינג?
קוקט אויס אזוי.
ס'איז אינטערסאנט אויב אזוי ווען דאס איז געווען. ווייל אויף וויפיל איך געדענק, ביז טעגלאש האט זיך אויסגעברייטערט אויף צוויי, פלעגן די שמחות אפגעראכטן ווערן אין ביהמ''ד אויף ראדני סט. אויסער הגרמ''מ ט''ב מסאטמאר ווסב''ג, וואס זיין חתונה איז פארגעקומען אין נעסי קאלסיום.
ווייטער צו זאגן אז דאס איז א בילד פון די סאטמארע חתונה תשס''ג, פון בת כ''ק אדמו''ר מהרי'י ט''ב שליט''א, מאכט עפעס נישט קיין סענס, די שטריימלאך, די גלעזער, אא''וו.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 7:40 pm
דורך פאטאקי08
סאיז געווען נאך אפאר חתונות דארט אין די בראשית יארן
ר' העניך אשכנזי'ס חתונה ווייס איך איז געווען דארט און עס איז געווען נאך
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 7:42 pm
דורך בוידעם
אה, נישט געוואוסט דערפון.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:00 pm
דורך אוהב ספרים
פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז געווען נאך אפאר חתונות דארט אין די בראשית יארן
ר' העניך אשכנזי'ס חתונה ווייס איך איז געווען דארט און עס איז געווען נאך
ר' יוסף מייזליש געווען אין פראטט אינסטוט
ר' העניך איז געווען די דריטע חתונה געווען אין ארמארי
בני מהרז"ל זענען שוין געווען אין ראדני אנגעהויבען פון ר' חיים הערש מירושלים כמדומני תשנ"ב חשון או אולי תשנ"ג
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:17 pm
דורך אדיר איום
ר׳ פייבוש בן ר ליפא ט״ב איז געווען אין ארמארי
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:20 pm
דורך בוידעם
זעהט אויס דער עולם דא לערענט דעם פסוק פארקערט. טוב ללכת אל בית המשתה מללכת אל בית האבל.
נאר אויף שמחות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2015 8:31 pm
דורך יציב פתגם
פאטאקי08 האט געשריבן:געשמאקע אידל האט געשריבן:ביים גראמען ביי איינער פון די סאטמאר חתונות
ארמארי בילדינג?
לויט די בילד איז דאס געווען אין די קליינע ארמארי
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2015 9:12 am
דורך שאינו יודע
געהערט פון אסאך די זעלבע נקודה וואס יונתן שווארטץ האט געשריבן
סיי פון היסטאריקער, שרייבער, און בדחנים.
ע
בד"ה יענקי כ"ץ
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2015 8:39 pm
דורך ליינער
א גוטן מועד
שנשמע ונשבשר בשורות טובות
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2015 8:41 pm
דורך טוויט_ראביי
אויך איז נפטר געווארן ר׳ פישל פריעדמאן
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2015 8:48 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
ר' פישל בן?