באריכטן און אנאליזן
זונטאג מרץ 29, 2015 12:20 am
פער בריסטאו האט געשריבן:בד"ה ר' שלמה יעקב געלבמאן
wow
וואס איז געשעהן מיט איהם???
Advertisement
זונטאג מרץ 29, 2015 12:31 am
זונטאג מרץ 29, 2015 12:39 am
מומחה יוחס האט געשריבן:פער בריסטאו האט געשריבן:בד"ה ר' שלמה יעקב געלבמאן
wow
וואס איז געשעהן מיט איהם???
די מלאך המוות האט אים אויפ געפיקט פאר קיין שום איד נישט געווינטשן פאר די 125
זונטאג מרץ 29, 2015 12:46 am
זונטאג מרץ 29, 2015 7:20 am
בס"ד
געדענק מיר נאך אט דעם יערליכן מעמד שושן פורים, טיש אנגעהויבן 5 אזייגער, געלאפן "כאפן א פלאץ" לכה"פ דריי שעה פארדעם... אה, זכרונות
יציב פתגם האט געשריבן:ר שלמה יענקל אלס פורים רב אין ראדני
SNC03717.jpg
SNC03713.jpg
זונטאג מרץ 29, 2015 8:01 am
יציב פתגם האט געשריבן:IMG-20150328-WA006.jpg
צו וועם רעדט ער אין בילד?
זונטאג מרץ 29, 2015 8:04 am
ר' יוסף אשכנזי
זונטאג מרץ 29, 2015 8:05 am
purple knish האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:IMG-20150328-WA006.jpg
צו וועם רעדט ער אין בילד?
קוקט אויס ווי ר׳ יוסל אשכנזי ז''ל
זונטאג מרץ 29, 2015 8:15 am
ר' יוסל אשכנזי כנ"ל
ר' נחמי' בן ר' שמשון שווארץ
ר' יאסל וואלדמאן?
זונטאג מרץ 29, 2015 8:35 am
נישט דערקענט ר' יוסל'ן. (וואס ווייסן די היינטיגע יונגע...)
זונטאג מרץ 29, 2015 8:44 am
maybeeynot האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:פער בריסטאו האט געשריבן:בד"ה ר' שלמה יעקב געלבמאן
wow
וואס איז געשעהן מיט איהם???
די מלאך המוות האט אים אויפ געפיקט פאר קיין שום איד נישט געווינטשן פאר די 125
דאס ווייסט איך אויך
איך פרעג נאר איז ער געוועהן געזונט אדער איז דאס געוועהן פלוצלינג [פין וואס א הארץ אטאקע וכדו' רח''ל]
זונטאג מרץ 29, 2015 8:49 am
מומחה יוחס האט געשריבן:maybeeynot האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:פער בריסטאו האט געשריבן:בד"ה ר' שלמה יעקב געלבמאן
wow
וואס איז געשעהן מיט איהם???
די מלאך המוות האט אים אויפ געפיקט פאר קיין שום איד נישט געווינטשן פאר די 125
דאס ווייסט איך אויך
איך פרעג נאר איז ער געוועהן געזונט אדער איז דאס געוועהן פלוצלינג [פין וואס א הארץ אטאקע וכדו' רח''ל]
ער איז שוין א היבשע צייט נישט געזונט מיט יענע מעשה ר"ל, כאטש עס איז געווען אביסל א סוד.
זונטאג מרץ 29, 2015 9:27 am
נישט יענע מעשה בכלל.
ער האט די לעצטע יאר צייט געהאט פארשידענע קאמפלעקאציעס, צוקער און אינפעקשאנס. אבער פון די ביטערע מחלה ר''ל האט ער נישט געליטן.
זונטאג מרץ 29, 2015 9:52 am
ליידער יא יענע מעשה. נאר אזא סארט וואס איז טריעטעבל. אבער די זייטיגע קאמפליקאציעס האבן גומר געווען
זונטאג מרץ 29, 2015 10:00 am
איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייער אינפראמציע, אבער ער האט בכלל נישט געליטן פון יענע מעשה.
זונטאג מרץ 29, 2015 10:16 am
לויט מיין אינפארמאציע האט בוידעם רעכט, אבער סיי וויאזוי סאטמאר אן ר׳ שלמה יענקל וועט האבן אן אנדערע צורה
זונטאג מרץ 29, 2015 10:18 am
בד"ה.
הרבנית שיינדל שושנה געלדצעהלער ע"ה
אשת הרה"ג ר' יוסף שליט"א, ובת הרב רבי אפרים אליעזר הכהן יאלעס זצ"ל מ'פילאדעלפיע.
איבערגעלאזט א שיינע משפחה, צווישן זיי,
בנה אדמו"ר ר' אורי געלדצעהלער מ'סאמבור.
הרה"ג ר' ארי'לייב, מגדולי מקורבי הרה"ק מ'ריבניץ זצוק"ל.
הרה"ג ר' שלמה מ'מאנטריאל (ישיבה תורת משה סאטמאר)
זונטאג מרץ 29, 2015 10:53 am
ר' שלמה יענקל ע"ה אין הויז פון הרה"ח ר' בעריש גאלדשטיין ע"ה (אבי הנגיד ר' חיים יודא הי"ו), פורים תשמ"ז
רעכטס שטייענדיג: ר' שלום לויפער ז"ל, זיצענדיג: ר' משה היללער ז"ל, און דער וואס קישט די האנט: ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה פון קר"י
זונטאג מרץ 29, 2015 11:40 am
באזונדערע אשכול אלערט
זונטאג מרץ 29, 2015 12:01 pm
דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געשריבן:ואם לא בא עדיין למדריגה זאת שיבחין שעדיין לא בא למדריגה הנ"ל ואין לו מדת ענוה אזי ולקח הוא ושכינו פי׳ היצר טוב שהוא שכינו הקרוב אל ביתו דהיינו שהוא מסייע לפנימיותו במכסת נפשות ר"ל שיספר תמיד מהצדיקים הגדולים וימנה תמיד את מדותם הישרים ונפשות הוא רומז על הצדיקים ומדותם
איש לפי אכלו תכוסו פי׳ הכתוב מזרזו לזה שרוצה לאחוז במד׳ זו שלא יגזם במדת הצדיק רק לפי אכלו תכוסו על השה ולא יגזם במדתו כי מזה לא תבא לך הכנעה כשתגזם במדתו
זונטאג מרץ 29, 2015 12:02 pm
ווישוואש האט געשריבן:באזונדערע אשכול אלערט
סאיז אסאך צו רעדן איבער זיינע אויפדעקונגן פון די צווייטע וועלט קריג ועוד
זונטאג מרץ 29, 2015 12:09 pm
farshlufen האט געשריבן:דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געשריבן:ואם לא בא עדיין למדריגה זאת שיבחין שעדיין לא בא למדריגה הנ"ל ואין לו מדת ענוה אזי ולקח הוא ושכינו פי׳ היצר טוב שהוא שכינו הקרוב אל ביתו דהיינו שהוא מסייע לפנימיותו במכסת נפשות ר"ל שיספר תמיד מהצדיקים הגדולים וימנה תמיד את מדותם הישרים ונפשות הוא רומז על הצדיקים ומדותם
איש לפי אכלו תכוסו פי׳ הכתוב מזרזו לזה שרוצה לאחוז במד׳ זו שלא יגזם במדת הצדיק רק לפי אכלו תכוסו על השה ולא יגזם במדתו כי מזה לא תבא לך הכנעה כשתגזם במדתו
אבער ס'איז אויך ידוע די ט"ז אין הלכות הספד אז אין א מדה וואס ער איז געווען מושלם מעג מען מגזם זיין
לעצט פאראכטן דורך
חיימ'ל אום זונטאג מרץ 29, 2015 12:24 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מרץ 29, 2015 12:22 pm
יציב פתגם האט געשריבן:ר' שלמה יענקל ע"ה אין הויז פון הרה"ח ר' בעריש גאלדשטיין ע"ה (אבי הנגיד ר' חיים יודא הי"ו), פורים תשמ"ז
רעכטס שטייענדיג: ר' שלום לויפער ז"ל, זיצענדיג: ר' משה היללער ז"ל, און דער וואס קישט די האנט: ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה פון קר"י
CCI03292015_0000.jpg
דער וואס זיצט ביי די לינקע זייט קוקט אויס ווי ר' שלמה הערש ב"ר עזריאל גליק פון קרית יואל
זונטאג מרץ 29, 2015 12:29 pm
עס איז נישטא וואס צו רעדן אז ר׳ שלמה יעקב האט איבערגעלאזט א ריזיגן אוצר פאר׳ן כלל ישראל. און זיין מושיען של ישראל איז פול מיט ערליכקייט און יראת שמים. עס איז מיר פערזענליך אויסגעקומען צו רעדן מיט אים כמה פעמים און פרעגן זאכן פון רבינו הקדוש זי״ע און ער האט שטענדיג גערעדט מיט א מורא׳דיגע אחריות. עס איז נישט קיין ספק אז אסאך אידן זענען נתקרב געווארן צום רבי׳ן דורך זיין הארעוואניע און אדאנק דעם זיך פארבעסערט באמונה ודעות בצניעות במדות טובות ועוד. און ס׳איז ידוע אז דער רבי זי״ע האט געזאגט אז ער וועט נישט שולדיג בלייבן וועט דאס אים אלעס צונוץ קומען וכל המזכה את הרבים שטיין דאך שוין אין חז״ל די געוואלדיגן זכותים.
זונטאג מרץ 29, 2015 12:49 pm
חוץ מזה האט ער במשך די יארן געשאפן בלי גוזמא צענדליגער מיליאנען דאלער פאר מוסדות סאטמאר, מיט זיין געוואלדיגן חן ביי די נגידים.
ער איז געווען א זעלטענער איש האשכולות, א ברייטער מח, ורבים נהנו ממנו עצה ותושיה. אסאך שרייבערס פון אנדערע גדולים פלעגן אים רופן זיך דורכרעדן וואס מען קען שרייבן און וואס נישט.
עס איז א געוואלדיגער פארלוסט פאר'ן ציבור אז אזא מענטש פון וואס טויזנטער אידן האבן נהנה געווען איז אוועקגעריסן געווארן, און די אלע וואס פארשטייען צו זיינע אויפטוען זענען שרוי בצער.
אן עקסטער קאפיטל איז די צענדליגער תורות פון רביה"ק זי"ע וואס ער האט פארשריבן, ואלמלא הוא נשתכחו.
עס איז פון אונז אוועקגעריסן א ריז.
ובעיני ראיתי כמה פעמים, תלמידי חכמים מופלגים ומרביצי תורה, וואס א אמת'ע אהבה צו רביה"ק זי"ע, וואס האבן פאר ר' שלמה יעקב ארויסגעוויזן א שטארקן כבוד, און איינער פון די האט זיך אנגערופן איך האב פאר אים א הכרת הטוב, וואס ער האט אזוי שיין באשריבן דעם רבי'ן זי"ע.