באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:55 am
מיללער האט געשריבן:
וואס קענען מיר טאן, שוב יום אחד לפני מיתתך, רבותי דער מלאך המות האט געעפנט א בראנד-נייע 'חברה שטארבערס' צו ווערן א מיטגליד ברויך מען זיין אונטער 50, האבן א משפחה מיט קינדער, זיין א לב-טוב וואס יעדער וועט באוויינען......
מען רעדט נישט אזוי, מען שרייבט נישט אזוי
לעולם אל יפתח אדם פה לשטן
אויב עס איז ליידער אוועק געריסן א יונגער מענטש רח"ל, עפנט מען נאך נישט א חברה, ה' ישמרנו
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 12:15 pm
ווער איז זיין מחותן ווייסט איינער ער האט שוין חתונה געמאכט
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 12:20 pm
דוכט זיך איין קינד שוין חתונה געמאכט פאר א יאר, ווער דער מחותן איז דענק איך נישט.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 12:22 pm
יהיה כן האט געשריבן:מען רעדט נישט אזוי, מען שרייבט נישט אזוי
לעולם אל יפתח אדם פה לשטן
אויב עס איז ליידער אוועק געריסן א יונגער מענטש רח"ל, עפנט מען נאך נישט א חברה, ה' ישמרנו
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 12:33 pm
מען דארף בעטן 'עליה השלם כל הקרבנות כולם', והחי יתן אל לבו.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:09 pm
קבל את האמת האט געשריבן:ווער איז זיין מחותן ווייסט איינער ער האט שוין חתונה געמאכט
ר' אהרן יעקב רייך פון וויליאמסבורג
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 1:17 pm
באקומען אין אימעיל
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:48 pm
ברוך דיין האמת
הגה"צ ר' פרץ ראזענבערגער ז"ל, אבד"'ק סוליצע (96)
לוי' 6:00 נאכמיטאג בבית מדרשו אויף פען סטריט.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 3:23 pm
ברוך דיין האמת.
די נומער 96 טוט אנדייטן זיין יארגאנג? איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דער איז אזוי אלט. ער פלעגט בארימט זיין מיט זיין מבינות אויף די ד' מינים, מען פלעגט זיך שלענגלן אין די רייעס פון ר"ה ביז סוכות פארענט פון זיין באשיידענע הויז אויף פענן סטריט.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 3:25 pm
ווער געדענקט ווי די פרענקען (אתרוג סוחרים) פלעגן שרייען 'גאו טא פערעץ'!
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 3:52 pm
איך האב געהאט די זכיה צו זיין ביי קריאת המגילה היי יאר
לעצט פאראכטן דורך
דער גראפיסט אום מאנטאג אוגוסט 24, 2009 4:10 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 4:02 pm
קיין 96 איז ער זיכער נישט געווען, נאר קרוב צו די ניינציג.
דער לעצטער פון די ד'יערעש'ער ברודער, נאך דא לאויט"א דריי שוועסטער.
ער איז געווען א בעל מורה הוראה מובהק, נישט נאר אין בדיקת האתרוגים, זיין פאטער
הגה"ק בעל תורת יקותיאל זצ"ל האט אים געשריבן א שיינע הורמנא און עס אים איבער געלאזט במתנה אין א ספר איבער נאכט, צופרי האט עס זיין זוהן דער נפטר דארט געטראפן פארוואונדערט, ווייל ער האט עס נאך אפילו נישט געהאט געבעהטן.
זיין טאטע'ס פינף און זעכציגסטע (65) יאהרצייט איז אין צוויי וואכן ארום זונטאג י"ז אלו"ל,
ויושר יליצו בעד משפחתם ובעד שה ישראל פזורה.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 6:25 pm
ביקסאד קול מבשר זאגט יא 96 (גענוג א גוטע מקור?)
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 6:39 pm
יאך גיי מיר מיט זלמן נישט קריגן, יאך שרייב פון פאקטן.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 6:57 pm
יעצט גירעט מיט אנייניקל. עריז גיוועזין 96. פינטל.
הגה; עס איז מיר אויך א חידוש.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:36 pm
טעיתי, יכול להיות.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:51 pm
איז ער געווען דער עלטסטער פון די דיערעשער ברודער?
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 7:53 pm
נומער פיר, זעה אין אויבן דער-מאנטן געהענגעל.
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:54 pm
ברוך דיין האמת.
דוכט זיך ער מאכט חתונה די וואך אן אייניקל.
דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:44 am
בד"ה,
יאך האב איהם געזעהן נישט לאנג צוריק (כמדומה נאך שבועות) ביי א משפחה שמחה, א חשוב'ער רב געווען.
דינסטאג אוגוסט 25, 2009 9:52 am
ברוך דיין האמת, וואס איז געווען איצט וואס האט צוגעבראכט די פטירה?
דינסטאג אוגוסט 25, 2009 11:16 am
ער איז שוין זייער שוואך די לעצטע פאר יארן, אבער די לעצטע יאר איז ער געווען זייער נישט געזונט,
ער מאכט טאקע חתונה אן אייניקל קומענדיגע וואך.
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 6:51 am
ברוך דיין האמת
כ"ק אדמו"ר מ'דעעש מיאמי/בארא פארק איז יעצט נפטר געווארן
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 7:08 am
א איד פון פריערדיגן דור, אויך נישט געווען קיין אינגערמאן, פרטים איבער די לוי' ?
מיטוואך ספטמבר 09, 2009 8:33 am
10:30 ביי דעעש'ער ביהמ"ד אין בארא פארק אויף 13 און 52