בלאט 21 פון 381

פארעפענטליכט: שבת יולי 25, 2009 10:03 pm
דורך פייער
אנאנימער האט געשריבן:סאיז יענץ געלעכטער נעבעך אויב עס אמת, ובפרט אז לעצטנס איז געווען שמועות אז די טריפות מעשה, איז נישט מער ווי געווען א גניבה מעשה.............. פון מיעל מארט.

מצדיק רשע ומרשיע צדיק - תעבת ה' גם שניהם...
עס איז אמת וימיב אז ער האט פארקויפט טריפה פלייש ... ווי ער אליינס האט מודה געווען.. און פליז סטאפטס מיט די פאלטשע לימוד זכות - וואס איר ווילט נאך מיט דעם באגראבען אנדערע...

פארעפענטליכט: שבת יולי 25, 2009 10:07 pm
דורך אלחנן
וואס איז געבליבן האט ער זיך גענומען דאס לעבן אדער נישט??

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 1:02 am
דורך אנאנימער
פייער האט געשריבן: מצדיק רשע ומרשיע צדיק - תעבת ה' גם שניהם...
עס איז אמת וימיב אז ער האט פארקויפט טריפה פלייש ... ווי ער אליינס האט מודה געווען.. און פליז סטאפטס מיט די פאלטשע לימוד זכות - וואס איר ווילט נאך מיט דעם באגראבען אנדערע...


האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט ווייל לכל היותר האב מצדיק געווען רשע, אבער מרשיע צדיק?????
איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א גניבה פון מיעל מארט, נאר אז לויט די שמועה האט ער געגאנבעט פון מיעל מארט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 7:06 am
דורך טיטאניק
דאס איז דער בד"ה אשכול ?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 1:01 pm
דורך scy4851
טיטאניק.
קענסט נישט באשטיין אז מעזאגט בד"ה אויף אשכול אליינס, און מען זאל מער נישט דארפען ברענגען בד"ה נייעס?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 3:49 pm
דורך באזעסענער
="אנאנימער" סאיז יענץ געלעכטער נעבעך אויב עס אמת, ובפרט אז לעצטנס איז געווען שמועות אז די טריפות מעשה, איז נישט מער ווי געווען א גניבה מעשה.............. פון מיעל מארט.


און וואס זאגט איר צום האלאקאוסט, איז דאס אויך...

געדענק! דער פאפיר (סקרין) איז טאקע א סבלן, אבער די לייענער נישט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 7:13 am
דורך בליק
ברןך דיין האמת
פון קרית יואל קומט די שווערע בשורה אז הרה''ח האברך עוזיאל פערלשטיין ע''ה בן הרה''ח ר' שאול ני''ו
וחתן הרה''ח הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש ני''ו האט זיך ליידער נישט אויפגעוועקט.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 7:48 am
דורך פאטאקי08
געווען פון די גרעסטע בעלי צדקה און קרית יואל יצ"ו
שווער געווען צי טרעפן א יונגערמאן און דעם יארגאגנג וואס זאל געבן אזויפיל צדקה
ממש א גאלדן הארץ געהאט
יהא זכרו ברוך
תנצב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:08 am
דורך צייטליך
ברוך דיין האמת.

עס איז נאך צו פרי צו באגרייפן די בראך און די נייעס איז נאך צו רוי אום צו קענען באקלאגן.

איך בין היינט אויפגעשטאנען ווען מיין שטוב האט מיך געריפן פון די קאנטרי איינמעלדן די ביטערע נייעס אז ש"ב האברך היקר זילא פערלשטיין איז נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי און איז ליידער מער נישט בין החיים.

איך בין געכאפט געווארן אין שאק! איך האב נישט קיין ווערטער אין מויל.
----

די לוויה וועט מיסתמא פארקומען שפעטער אין טאג זינט מ'ווארט אויף זיין טאטע זז"ג וועלעכע איז אין ארגענטינע און ברויך אנקומען צוריק קיין ניו יארק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:45 am
דורך בליק
האט איינער מער אינפארמעישן ווען אין ווי די לווי פון האברך היקר החשוב ר' עוזיאל פערלשטיין ע''ה וועט פארקומען ???????????????

ביטע ארויפלייגען.

יישר כח בשורת טובות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:05 am
דורך קאמענטאטאר
אה...

כ'קען גארנישט שרייבן, כ'בין געפרוירן.

שוד ושבר בגבולינו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:07 am
דורך ווארום
געליטן פון עפעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:09 am
דורך קאמענטאטאר
לפי ידיעתי איז ער ניט געווען איינגעשריבן ביי די "חברה שטארבערס" ווי מיין מגי"ש האט זיי גערופן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:12 am
דורך פרעזידענט
לפי השמיע' נישט געליטן ספעציעל פון עפעס. ממש א שוידער. ברוך דיין האמת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:12 am
דורך ברוך
אוי באשעפער טרייסט די משפחה!!!
יא ש"ב ר' עוזיאל ע"ה איז שוין נישט דא. איבער געלאזט א צוברעכע עלטערן, און משפחה, אלמנה, א פולע שטוב מיט קינדער, צווישן זיי א כלה.
איצט געהערט מען האט אים געטראפן אויפן קאוטש מיט א ספר! בערך ווי מען האט געטראפן ש"ב ר' שמחה ישראל אפעל ע"ה פאר פופצען יאר צוריק.
ובלע המות לנצח ובא לציון גואל בב"א

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:15 am
דורך קאמענטאטאר
לוויה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:17 am
דורך צייטליך
ער האט זיך אראפגעזעצט אויפן קאוטש נעכטן נאכט און איז שוין דארט פארליבן איבער נאכט ווען זיין ווייב האט אום געטראפן דארט זיצן היינט אינדערפרי אן א אות חיים ל"ע.

עס כאפט א שוידער.

--

קאמענטאטער, מ'ווארט נאך אויף זיין טאטע זז"ג זאל צוריקקומען פון ארגענטינע ווי ער איז געווען אויף א שמחה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:23 am
דורך סאכדעס
וואס זאל איך זאגן? זילא, אזוי ווי קאמענטאטער האט געזאגט, כאגעמיינט אז דו ביסט נישט פון די חברה שטארבערס. אוי להאי שופרא דבלע בארעא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:45 am
דורך וואלוועלע
יא יא ס'איז ליידער א פאקט זילא איז נישטא מער. אוי ווי לאט זעך עס גלייבן? זילא מען וועט דיר שויו מער נישט זעהן ארומלויפן און ביהמ"ד נאך געלט צו פאר א ארץ ישראלדיגע מוסדות. אדער פאר א חתן וואס שטעלט זיך אליין צאם די חתונה? אוי זילא דיין נעימותדיגע שמייכל צו יעדן איז טאקע א פארגאנגענהייט? דיין גאלדן הארץ איס מער נישטא צו באקומען? אוי ווי לאזט זיך עס גלייבן. מען האט פון אונז אוויעקגעריסן א הערליכע בלום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:52 am
דורך שמיי_דריי
ווער האט זיך געגלייבט אז ש"ב ר' עוזיאל (זילא בלשון חיבה) פערלשטיין ז"ל וועט פארשניטן ווערן פון די וועלט אזוי אינג??? ווי אזוי וועט עס דיין אלמנה און געטרייע קינדערלעך איבערטראגן דעם בראך....

אוי.... בד"ה..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:14 am
דורך אונגארישער
גאר א חשובע אינגערמאן א געוואלדיגע לב טוב אין א בעל צדקה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:20 am
דורך וואלוועלע
ווי איך האב געערט איז די מעשה געווען אז מען האט ליידער היינט אינדערפרי געפונען זילא'ן, אויפן קאוטש שוין נישט בין החיים, און צו זיין זייט זענען געליגן די ספרים, תנא דבי אליהו, תומר דבורה, און א זרע שמשון,

יא יא הייליגע טאטע די נעמסט אוועק פון אונז די שענסטע,

או מי יתן לנו תמורתו,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:26 am
דורך דאכצעכמיר
אזויפיל קרובים האט ער דא אין קרעטשמע?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:26 am
דורך קאמענטאטאר
מעמד קידוש ביה"ח 2:00

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:29 am
דורך שמערי בערי
וואלוועלע האט געשריבן:יא יא ס'איז ליידער א פאקט זילא איז נישטא מער. אוי ווי לאט זעך עס גלייבן? זילא מען וועט דיר שויו מער נישט זעהן ארומלויפן און ביהמ"ד נאך געלט צו פאר א ארץ ישראלדיגע מוסדות. אדער פאר א חתן וואס שטעלט זיך אליין צאם די חתונה? אוי זילא דיין נעימותדיגע שמייכל צו יעדן איז טאקע א פארגאנגענהייט? דיין גאלדן הארץ איס מער נישטא צו באקומען? אוי ווי לאזט זיך עס גלייבן. מען האט פון אונז אוויעקגעריסן א הערליכע בלום.

יא יא, דאס ארום לויפן מיט יעדן צובראכענעם איד... אוי ווי עס געדענקט זיך...

פאר פסח איז ער יעדן טאג געווען פארנומען ארום צו לויפן פאר "דאללערס" אין ביהמ"ד פאר א צווייטן נצרך.