Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת יולי 25, 2009 10:03 pm

אנאנימער האט געשריבן:סאיז יענץ געלעכטער נעבעך אויב עס אמת, ובפרט אז לעצטנס איז געווען שמועות אז די טריפות מעשה, איז נישט מער ווי געווען א גניבה מעשה.............. פון מיעל מארט.

מצדיק רשע ומרשיע צדיק - תעבת ה' גם שניהם...
עס איז אמת וימיב אז ער האט פארקויפט טריפה פלייש ... ווי ער אליינס האט מודה געווען.. און פליז סטאפטס מיט די פאלטשע לימוד זכות - וואס איר ווילט נאך מיט דעם באגראבען אנדערע...

Advertisement

שבת יולי 25, 2009 10:07 pm

וואס איז געבליבן האט ער זיך גענומען דאס לעבן אדער נישט??

זונטאג יולי 26, 2009 1:02 am

פייער האט געשריבן: מצדיק רשע ומרשיע צדיק - תעבת ה' גם שניהם...
עס איז אמת וימיב אז ער האט פארקויפט טריפה פלייש ... ווי ער אליינס האט מודה געווען.. און פליז סטאפטס מיט די פאלטשע לימוד זכות - וואס איר ווילט נאך מיט דעם באגראבען אנדערע...


האסט נישט געכאפט וואס איך האב געזאגט ווייל לכל היותר האב מצדיק געווען רשע, אבער מרשיע צדיק?????
איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א גניבה פון מיעל מארט, נאר אז לויט די שמועה האט ער געגאנבעט פון מיעל מארט.

זונטאג יולי 26, 2009 7:06 am

דאס איז דער בד"ה אשכול ?

זונטאג יולי 26, 2009 1:01 pm

טיטאניק.
קענסט נישט באשטיין אז מעזאגט בד"ה אויף אשכול אליינס, און מען זאל מער נישט דארפען ברענגען בד"ה נייעס?

זונטאג יולי 26, 2009 3:49 pm

="אנאנימער" סאיז יענץ געלעכטער נעבעך אויב עס אמת, ובפרט אז לעצטנס איז געווען שמועות אז די טריפות מעשה, איז נישט מער ווי געווען א גניבה מעשה.............. פון מיעל מארט.


און וואס זאגט איר צום האלאקאוסט, איז דאס אויך...

געדענק! דער פאפיר (סקרין) איז טאקע א סבלן, אבער די לייענער נישט!

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 7:13 am

ברןך דיין האמת
פון קרית יואל קומט די שווערע בשורה אז הרה''ח האברך עוזיאל פערלשטיין ע''ה בן הרה''ח ר' שאול ני''ו
וחתן הרה''ח הרבני הנגיד ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש ני''ו האט זיך ליידער נישט אויפגעוועקט.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 7:48 am

געווען פון די גרעסטע בעלי צדקה און קרית יואל יצ"ו
שווער געווען צי טרעפן א יונגערמאן און דעם יארגאגנג וואס זאל געבן אזויפיל צדקה
ממש א גאלדן הארץ געהאט
יהא זכרו ברוך
תנצב"ה

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:08 am

ברוך דיין האמת.

עס איז נאך צו פרי צו באגרייפן די בראך און די נייעס איז נאך צו רוי אום צו קענען באקלאגן.

איך בין היינט אויפגעשטאנען ווען מיין שטוב האט מיך געריפן פון די קאנטרי איינמעלדן די ביטערע נייעס אז ש"ב האברך היקר זילא פערלשטיין איז נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי און איז ליידער מער נישט בין החיים.

איך בין געכאפט געווארן אין שאק! איך האב נישט קיין ווערטער אין מויל.
----

די לוויה וועט מיסתמא פארקומען שפעטער אין טאג זינט מ'ווארט אויף זיין טאטע זז"ג וועלעכע איז אין ארגענטינע און ברויך אנקומען צוריק קיין ניו יארק.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 8:45 am

האט איינער מער אינפארמעישן ווען אין ווי די לווי פון האברך היקר החשוב ר' עוזיאל פערלשטיין ע''ה וועט פארקומען ???????????????

ביטע ארויפלייגען.

יישר כח בשורת טובות

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:05 am

אה...

כ'קען גארנישט שרייבן, כ'בין געפרוירן.

שוד ושבר בגבולינו

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:07 am

געליטן פון עפעס?

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:09 am

לפי ידיעתי איז ער ניט געווען איינגעשריבן ביי די "חברה שטארבערס" ווי מיין מגי"ש האט זיי גערופן.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:12 am

לפי השמיע' נישט געליטן ספעציעל פון עפעס. ממש א שוידער. ברוך דיין האמת.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:12 am

אוי באשעפער טרייסט די משפחה!!!
יא ש"ב ר' עוזיאל ע"ה איז שוין נישט דא. איבער געלאזט א צוברעכע עלטערן, און משפחה, אלמנה, א פולע שטוב מיט קינדער, צווישן זיי א כלה.
איצט געהערט מען האט אים געטראפן אויפן קאוטש מיט א ספר! בערך ווי מען האט געטראפן ש"ב ר' שמחה ישראל אפעל ע"ה פאר פופצען יאר צוריק.
ובלע המות לנצח ובא לציון גואל בב"א

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:15 am

לוויה?

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:17 am

ער האט זיך אראפגעזעצט אויפן קאוטש נעכטן נאכט און איז שוין דארט פארליבן איבער נאכט ווען זיין ווייב האט אום געטראפן דארט זיצן היינט אינדערפרי אן א אות חיים ל"ע.

עס כאפט א שוידער.

--

קאמענטאטער, מ'ווארט נאך אויף זיין טאטע זז"ג זאל צוריקקומען פון ארגענטינע ווי ער איז געווען אויף א שמחה.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:23 am

וואס זאל איך זאגן? זילא, אזוי ווי קאמענטאטער האט געזאגט, כאגעמיינט אז דו ביסט נישט פון די חברה שטארבערס. אוי להאי שופרא דבלע בארעא.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:45 am

יא יא ס'איז ליידער א פאקט זילא איז נישטא מער. אוי ווי לאט זעך עס גלייבן? זילא מען וועט דיר שויו מער נישט זעהן ארומלויפן און ביהמ"ד נאך געלט צו פאר א ארץ ישראלדיגע מוסדות. אדער פאר א חתן וואס שטעלט זיך אליין צאם די חתונה? אוי זילא דיין נעימותדיגע שמייכל צו יעדן איז טאקע א פארגאנגענהייט? דיין גאלדן הארץ איס מער נישטא צו באקומען? אוי ווי לאזט זיך עס גלייבן. מען האט פון אונז אוויעקגעריסן א הערליכע בלום.

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 9:52 am

ווער האט זיך געגלייבט אז ש"ב ר' עוזיאל (זילא בלשון חיבה) פערלשטיין ז"ל וועט פארשניטן ווערן פון די וועלט אזוי אינג??? ווי אזוי וועט עס דיין אלמנה און געטרייע קינדערלעך איבערטראגן דעם בראך....

אוי.... בד"ה..

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:14 am

גאר א חשובע אינגערמאן א געוואלדיגע לב טוב אין א בעל צדקה

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 10:20 am

ווי איך האב געערט איז די מעשה געווען אז מען האט ליידער היינט אינדערפרי געפונען זילא'ן, אויפן קאוטש שוין נישט בין החיים, און צו זיין זייט זענען געליגן די ספרים, תנא דבי אליהו, תומר דבורה, און א זרע שמשון,

יא יא הייליגע טאטע די נעמסט אוועק פון אונז די שענסטע,

או מי יתן לנו תמורתו,

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:26 am

אזויפיל קרובים האט ער דא אין קרעטשמע?...

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:26 am

מעמד קידוש ביה"ח 2:00

דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:29 am

וואלוועלע האט געשריבן:יא יא ס'איז ליידער א פאקט זילא איז נישטא מער. אוי ווי לאט זעך עס גלייבן? זילא מען וועט דיר שויו מער נישט זעהן ארומלויפן און ביהמ"ד נאך געלט צו פאר א ארץ ישראלדיגע מוסדות. אדער פאר א חתן וואס שטעלט זיך אליין צאם די חתונה? אוי זילא דיין נעימותדיגע שמייכל צו יעדן איז טאקע א פארגאנגענהייט? דיין גאלדן הארץ איס מער נישטא צו באקומען? אוי ווי לאזט זיך עס גלייבן. מען האט פון אונז אוויעקגעריסן א הערליכע בלום.

יא יא, דאס ארום לויפן מיט יעדן צובראכענעם איד... אוי ווי עס געדענקט זיך...

פאר פסח איז ער יעדן טאג געווען פארנומען ארום צו לויפן פאר "דאללערס" אין ביהמ"ד פאר א צווייטן נצרך.
שרייב א תגובה

Advertisement