Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג יולי 07, 2009 9:26 am

פאטאקי08 האט געשריבן:זיין טאקע ווייסעך נישט שווער איז איינער קאהל פון מאנסי

געווען אן אקטיווער הצלה מעמבער און גרעיטאר נוי יארק

Advertisement

דינסטאג יולי 07, 2009 9:41 am

פארפאלן 'פארשלאפן', האסט מיר מעורר געווען מיט דיין הספד. תנצב"ה.

דינסטאג יולי 07, 2009 9:53 am

קרעמער האט געשריבן:פארפאלן 'פארשלאפן', האסט מיר מעורר געווען מיט דיין הספד. תנצב"ה.

דינסטאג יולי 07, 2009 10:27 am

רבותי געוואלד איך בין נישט קיין מוסר זאגער אבער ס'שרייט פון זיך אליינס
לאמיר זעך פארנעמען נישט רעדן ביי קדיש און חזרת הש"ץ אין דעם זכות וועלן מיר אין אונזערע קינדער אפגעהיטען ווערן פון אלעם שלעכטן
און עס וועט זיין א זכות פאר די אלע נשמות נ"ע

דינסטאג יולי 07, 2009 10:33 am

א בילד פון ר' יוסל ווי ער געבט זיך אפ מיט קינדער פון מחנה שלוה, נאך א עקסידענט ווי א באס פול מיט קינדער האט געטראסקעט בערך 15 פיס (ב"ה אן קיין ערנסטע געשעדיגטע.
עטעטשמענטס
Lebowitz.JPG
ר' יוסל לעבאוויטש אקטיוו
Lebowitz.JPG (49.51 KiB) געזעהן געווארן 2018 מאל

דינסטאג יולי 07, 2009 11:56 am

ר' יוסף לעבאוויטש איז אן איידעם פון א איד אין וויליאמסבורג דאכציך ער הייסט ר' הערשל קאהל.

א חבר מיינע פארציילט מיר, ער דאווענט אין ביהמ"ד החדש וויזניץ וויליאמסבורג ,און אינדערפרי זעהט ער ס'גאנצע ביהמ"ד איז אויף רעדער.
וואסי? נעבעך.. יוסי.., ווען? וויפיל אזייגער?
ער שטעלט זיך דאווענען און הערט א יודל ביים ווינקל מעוטף בטו"ת וועלכע כליפעט נעבעך געפערליך, פרעגט ער א יוד ווער אידאס? וואס גייט פאר? זאגט ער אים ער איז ר' הערשל קאהל, זיין איידעם יוסי לעבאוויטש איז נעבעך יעצט אוועק...

דינסטאג יולי 07, 2009 11:58 am

דער ר' הערשל קאהל פלעגט אמאל דאווענען אין קליימער ביהמ"ד אפשר?

דינסטאג יולי 07, 2009 12:11 pm

2 ווערטער רייסן זיך ארויס פון די הארץ, טאטע אויוויי

איך האב ר' יוספ'ן נישט געקענט, אבער זייענדיג נעכטן און מאנסי האב איך געהערט רעדן איבער'ן נפטר, און ווי איך האב געהערט סיי פון וויזניצע און סיי נישט וויזניצע איז ר' יוסף געווען א זעלטענהייט פון א יונגערמאן, ער פלעגט אלץ העלפן אנדער מיט אלעם וואס ס'האט זיך אויסגעפעלט,

און צו דיר ר' יוסף יא דיר איז טאקע גוט אויבן, די ביסט גלייך זוכה צו א שיינעם פלאץ און גן עדן, אבער יוסי די ביסט אייביג דא געווען א גוטער, זיי דארט אויך א גוטער און פארגעס ניישט פון דיין וויב וואס איז ליידער אזוי צובראכן, די זעלבע דיינע קינדער סיי די פארהייראטע, און וודאי פאר די נישט פארהייראטע, ווער וועט זיי מחנך זיין, דיינע עלטערן וואס זענען נעבאך אזוי ערשיטערט, און דיינע געשוויסטער וואס זענען אזוי צובראכן, און פאר גאנץ מאנסי בפרט וכלל ישראל בכלל ואס קענען זיך נאכנישט גלייבן אז די ביסט שוין מער נישטא, און די זאלסט איינרייסן ביים טאט'ן אויבן פאר די גאולה שלימה, און דאס וועט אומז אויפרעכטן, און אויפרעכטן דיין ווייב און קינדער,

דינסטאג יולי 07, 2009 4:44 pm

הרה"ג הישיש רבי יחזקאל הלוי גרובנער,
משרידי תלמידי ישיבת חכמי לובלין,
מחשובי רבני עיר דיטרויט,
השאיר אחריו ארבעה בנות וחתנים תלמידי חכמים מפורסמים בעולם הליטאי.

דינסטאג יולי 07, 2009 8:54 pm

ווי זאגט יענער, מיט אזא בער ווייס איך נישט ווי דער מלאך המוות האט זיך דערוואגט אנצוהייבן...

מיטוואך יולי 08, 2009 5:24 am

ברוך דיין האמת פריער איז נפטר געווארן הרב הגאון זקן ראשי ישיבות ר' שלום מנשה גאטליעב זצ"ל דו לוויה וועט פאר קומען 10:00pm און פארענט פון ישיבת בית התלמוד ווי ער וועט דערנאך אפגעפירט ווערן קיין ארץ ישראל

מיטוואך יולי 08, 2009 10:31 am

יהיה כן האט געשריבן:דער ר' הערשל קאהל פלעגט אמאל דאווענען אין קליימער ביהמ"ד אפשר?


זייער מעגליך, ווען וויזניץ איז געוועהן אין קאנסטראקשן.

דאכצוך ער גייט אין שטאפן הוט (א וויזניצער? יא!), שווארצע גלעזער און א לאנגע ווייסע בארד.

מיטוואך יולי 08, 2009 4:59 pm

ר' ישראל אונגער ע"ה איידעם פון הרב וואזנער שליט"א, אויך פון די סוויין פלוי.

מיטוואך יולי 08, 2009 6:10 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:ר' ישראל אונגער ע"ה איידעם פון הרב וואזנער שליט"א, אויך פון די סוויין פלוי.

וועלכן הרב וואוזנער? פון בני ברק, לאנדאן, מאנטריאל, מאנסי,?

מיטוואך יולי 08, 2009 6:14 pm

הרב אונגאר בן ס"ט פון ניו סקווער איז געווען אן איידעם פון הרב וואזנער פון ארץ ישראל (בעל שבט הלוי) .

מיטוואך יולי 08, 2009 6:33 pm

רב אונגאר איז ליידער אוועק פון א שווערע עמאניע וואס מען האט נישט געקענט טריטן צוליב דעם וואס מען האט אנדעקט ל"ע ביי איהם די ביטערע מחלה אין די בלוט, ה' ירחם

דאנערשטאג יולי 09, 2009 4:24 pm

אוי מי שאומר לעולמו די, יאמר לצרותינו די,

פרייטאג יולי 10, 2009 8:56 am

אלעד, א"י - מרת ויזל ע"ה (38) נפטר געווארן, נישט אויפשטייענדיג אינדעפריה, איבערלאזענדיג 7 יתומים, די עלצטע בערך 14, די אינגסטע בערך דריי יאהר אלט.
[פאליציי האט קודם געוואלט מען זאל 'פאלמעסן' דעם מת, מיט די הילף פון א אידישער געזונטהייט מיניסטער איז דאס אפגעהאלטען געווארן]
די נפטרת ע"ה איז געווען א לערערין אין "בית יעקב"
ת.נ.צ.ב.ה.

מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

לאנג ברענטש, ניו דשערסי - א דריי-יעריג אידיש קינד, אברהם מזרחי ז"ל, איז אומגעקומען היינט פארמיטאג אין דיעל, ניו דשערסי ווען א קאר וואס האט ארויס-ג'בעקט פון א דרייוו-וועי, האט אראפגעקלאפ דאס קינד, וויירשיינליך נישט באמערקענדיג איהם.
הצלה האט אריינגפיהרט דאס קינד אין שפיטאל וואו עס איז ליידער באשטעטיגט געווארן אז ער איז לייידער מער נישט בין-החיים, מתעסקים אינאיינעם מיט לאקאלע עסקנים ארבייטן עס זאל אלעס דורכגיין בכבוד המת.
ברוך דיין האמת.

מאנטאג יולי 13, 2009 1:11 pm

וואס זאלן מיר זאגן דערויף?
זאל שוין זיין לצרותינו קץ וסוף.

מיטוואך יולי 15, 2009 2:02 pm

פרעזידענט האט געשריבן:אלעד, א"י - מרת ויזל ע"ה (38) נפטר געווארן, נישט אויפשטייענדיג אינדעפריה,
זי איז אויף געשטאנען אינדערפרי און אויסגערישט די קינדער אין חדר/שולע,
זי האט זיך צוריק געלייגט צו האבן כוחות צו צוגרייטן דעם שב"ק און זיך ליידער נישט דערוועקט.
פרעזידענט האט געשריבן:[פאליציי האט קודם געוואלט מען זאל 'פאלמעסן' דעם מת, מיט די הילף פון א אידישער געזונטהייט מיניסטער איז דאס אפגעהאלטען געווארן]
די פארשלאפענע שטאט אלעד האט אויף געלעבט מיט די ביסל "עקשאן" וואס איז געווען,
די פאליציי האט געהאט אפגעשפארט די שטאט, אין יוצא ואין בא.

מיטוואך יולי 15, 2009 2:05 pm

אייינע פון די אונגארישע אפשטאמיגע דא,
ווייסט עפעס מער ערשט האנטיגע אינפארמאציע וועגען דעם פארשוין ?

מיטוואך יולי 15, 2009 8:41 pm

כ'מיין ס'געהער נישט אין די בד"ה אשכול, ער איז סוף כל סוף געווען א גוי. אפשר אין א "חסידי אומות העולם" אשכול

מיטוואך יולי 15, 2009 10:44 pm

איר מאן איז ר' חיים צבי ט"ב פון וויליאמסבורג, די פרוי האט נעבעך אסאך מיטגעמאכט, און האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער..

מיטוואך יולי 15, 2009 10:48 pm

איז דאס ר' חיים צבי נכד הרה"צ מטעטש?
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יולי 15, 2009 11:06 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement