Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יולי 01, 2009 3:10 pm

איך-הער;
עס באציהט זיך אויף דעם:
א איד האט געשריבן:א 12 יעריג קינד פון דע שטאט ביתר אין א"י איז נעכטן דערטרינקען געווארן ווען ער האט זיך אריינגעגליטשט אין טייך. אינמיטן א טריפ מיט דע חדר.

Advertisement

מיטוואך יולי 01, 2009 3:29 pm

איך לייען דא דורך די לעצטע דריי בלעטער פון דעם אשכול. ס'איז שוידערליך!!!

איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אפצושפארן דעם אשכול. :-(

מיטוואך יולי 01, 2009 3:31 pm

בעט דעם באשעפער

מיטוואך יולי 01, 2009 9:41 pm

קרעמער, יישר כחכם.

בשורות טובות.

מיטוואך יולי 01, 2009 10:01 pm

לעצטע פאר טעג יעדעס מאל איך עפען די "אידישע וועלט-הויפט בלאט" איז די אשכול אויפן אויבן נאן.. יעדעס מאל בין איך עקסטער מתפלל (נו.. נא.. ס'א תפילת שוא...) אז ס'זאל נישט זיין קיין פרישע נפטרים, און רוב מאל איז מיין תפלה עושה רושם.. און ס'איז נאר א תגובה אויף א אלטע נפטר ז"ל..

מאנטאג יולי 06, 2009 8:57 am

מיט שאק קומט די ביטערע בשורה
דער איש החסד הרה"ח יוסף לעבאוויטש ז"ל פון וויזניץ מאנסי איז נעבעך אוועק נאך א שווערע הארץ אטאקע ה"י......
אוי רבונו של עולם קוים חתונה געמאכט די ערטשע פאר קינדער פלאס כמה וכמה אידישע קינדער נישט אייגענע וואס ער האט חתונה געמאכט...

מאנטאג יולי 06, 2009 9:06 am

אוי ברוך דיין האמת,

פאטאקי מער פרטים, ווער איז זיין טאטע, ווער איז זיין שווער, עפעס איז מיר די נאמען באקאנט,

מאנטאג יולי 06, 2009 9:17 am

זיין טאקע ווייסעך נישט שווער איז איינער קאהל פון מאנסי

געווען אן אקטיווער הצלה מעמבער און גרעיטאר נוי יארק

מאנטאג יולי 06, 2009 9:25 am

זיין טאטע איז הרה"ח ר' יחיאל לעבאוויטש הי"ו (קאנסטראקטאר פון נייע געגענטער אין מאנסי)

די שאק איז געוואלדיג!

מאנטאג יולי 06, 2009 9:28 am

יחיאל לעבאוויטש, פון עישעל לעין,?
א וויזניצער חסיד?

מאנטאג יולי 06, 2009 9:30 am

יא ער איז עס.

מאנטאג יולי 06, 2009 9:56 am

יאסל לעבאוויטש! ווער האט דאס געגלייבט א פרישער געזינטער אינגערמאן, געכאפט א הארץ אטאק און דאס איז עס.

אוי יאסל טייערער אדער 'יוסי' ווי מען פלעגט דיר רופן, מען קען נאכנישט קומען צו זיך פונ'ם שווערן קלאפ, זאלן דיינע גוטע מצוות ומע"ט מליץ יושר זיין פאר דיר, דאלן די צענדליגע אויב נישט הונדערטער זכותים פון די אידען וואס דו האסט געראטעוועט ממות לחיים מליץ טוב זיין פאר דיר, זאלסט רוען אין לעכטיגן גן עדן און מיר זאלן שוין קיינמאל נישט הערן קיין שלעכטס נאר בשורות טובות.  

מאנטאג יולי 06, 2009 9:57 am

בד"ה, מיין האנט ציטערט נאך הערנדיג די ביטערע בשורה,
געווען א גרויסער עסקן, כ'געדענק ווי ער פלעגט ארומלויפן אין ישיבות העלפן רעגיסטרירן בחורים צו קענען שטימען אין לאקאלע פארמעסטן כדי צו קענען טוישן די זאונינג געזעצן און בויען דירות פאר אידן, יהא זכרו ברוך

איז ער נישט א אייניקל פון די "גרובער" משפחה?

מאנטאג יולי 06, 2009 10:19 am

יא ער איז משפחה מיט די גרובערס

מאנטאג יולי 06, 2009 10:39 am

ר' יאסל ב"ר יחיא' איז געווען א איד א צדיק. סיי זייענדיג א הצלה מעמבער, און אויך פריוואט וואו ער האט ארויסגעהאלפן וואו ער האט נאר געקענט. און אלעס בסבר פנים יפות מיט וועלכע ער איז געווען אזוי גוט באקאנט. אן אמת'ער לב טוב.
המקום ינחם זיין משפחה, זיינע גוטע פריינט, די וויזניץ-מאנסי קהילה, און גאנץ כלל ישראל וועלכע האבן געליטן א שווערן פארלוסט מיט די פטירה פון דעם איש חסד.
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, ובא לציון גואל בב"א.

מאנטאג יולי 06, 2009 12:42 pm

קראון מילווארק?

מאנטאג יולי 06, 2009 12:48 pm

Crown Millwork הייסט 'בענצי', קען זיין פאמיליע.

מאנטאג יולי 06, 2009 12:56 pm

גערעכט.

מאנטאג יולי 06, 2009 1:08 pm

ר' יוסף אביגדור ז"ל ב"ר יחיאל לעבאוויטש נ"י ב"ר יצחק לעבאוויטש-יאראוויטש פון טאראנטא,
ער איז אוועק פארגאנגענע נאכט אין זיין באנגאלא אין וויזשניצער אינגעל קעמפ אין ליבערטי,
די לווי' איז ארויס פון זיין הויז אויף פרענסיס פלעיס 1:30 און 2:00 פון וויזשניצער בית מדרש אויף פילליס טעררעס,
זיין מאמע איז א טאכטער פון הישיש ר' יהודה וועבערמאן נ"י וואס זיין זוהן ר' שלום מרדכי איז אוועק נישט לאנג צוריק,
הרה"ג ר' בנימין גרובער איז א איידעם ביי זיין זיידע ר' יצחק לעבאוויטש,
זיין ברודער ר' בן ציון איז א איידעם ביי ר' אהרן כהנא.

מאנטאג יולי 06, 2009 10:13 pm

דא האט איר א בילד פונם נפטר
עטעטשמענטס
lebowitz.jpg
lebowitz.jpg (8.68 KiB) געזעהן געווארן 1077 מאל

דינסטאג יולי 07, 2009 12:21 am

בד"ה..

ר' ישעי' אשר וועלץ ע"ה, מראשי קהילה דקהל יטב לב ד'סאטמאר ב"פ..

שנשמע ונתבשר בשורות טובות..

דינסטאג יולי 07, 2009 6:46 am

דו לויה וועט אי"ה פארקומען 10:00 אינדערפרי אין פראנט פון סאטמערע ביהמ"ד און דערנאך אפגעפירט ווערן צו קרית יואל'ע בית החיים

דינסטאג יולי 07, 2009 7:40 am

BDH: Harav Riuven Brim Zt"l, Menahel Ruchny of Mosdos Boyan Yerishuliam was nifter this morning.

דינסטאג יולי 07, 2009 9:12 am

וויי געוואלד! יוסף איננו! עלי היו כלנה!

איך זיץ און איך קלער, און פארוויש א טרער, איז דאס א מציאות אדער א דמיון, קאן דען זיין אז מיין ידיד וידיד כל בית ישראל ר' יוסף אביגדור לעבאוויטש איז מער נישטא?

יוסי, יא מיר זענען טאקע געווען ביי די לוי', מיר האב דיך באגלייט מיט פארוויינטע אויגן צווישן אנדערע אידן חברים וידידים ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, מיר האבן אויך געהערט דיין אינגעלע זאגן קדיש, אבער עס רעגעסטרירט זיך נאך נישט, מיין קאפ פארנעמט עס נאך נישט.

איז עס א ווארהייט אז דיין טעלעפאן נאמבער איז מער נישט אוועילעבל יומם ולילה צו העלפן א יעדן איד פון וואס פאר א שטרעמונג עס זאל נאר זיין?

הערשט געלאפן אויף הצלה קאל זיבן אזייגער נאכמיטאג אין די בערג, נאך גערופן א ידיד אינמיטן די נאכט זיך זארגענדיג אויף זיינס א פראבלעם, און איצט ביסטו מער נישטא, עס גלויבט זיך נישט אז דיין פילבאר הארץ וואס האט אלעמאל מיטגעפילט מיט א יעדן אידס צער און געמוטיגט א יעדע צובראכענע נשמה האט אויפגעהערט צו קלאפן, עס גלויבט זיך נאך נישט אז דו ענטפערסט מער נישט קיין הצלה קאלס, עס גייט נישט אריין אין מיין מוח.

קאן דאס דען זיין אז דיין קאנטאקט נאמבער קען איך פארמעקן פון מיין ליסט. צו וועמען וועל איך מיך ווענדן פאר א שמייכל און גוט ווארט אויב נישט צו דיר?

ווער וועט מחנך זיין דיינע קינדערלעך, ווער וועט זיי אויסהערן און מיט זיי פארברענגען ליבלעך?

וויי געוואלד, עלי היו כלנה, עס איז ביי מיר ברור אז ווען איך פיר מיך ווען אויף בעסער און דאווען מיט מער כונה וואלט עס נישט פאסירט, אבל אשמים אנחנו על אחינו אשר ראינו וכו' ולא שמענו.

והלך לפניך צדקיך, איין איינציגער באשעפער ווייסט וויפיל טובות און חסדים איך ווי אלע אידישע קינדער האב פון דיר געהאט, ער בלייבט נישט שולדיג און וועט דיר דעפאר באצאלן.

מיר גלייבן באמונה שלימה אז דער בורא עולם איז כלו רחמים, ער פירט זיין וועלט און ווייסט וואס עס איז גוט, ויה"ר אז ער זאל מחזק זיין דיין צובראכענע משפחה און גוטע פריינט אז זיי זאלן עס קענען אריבערטראגן און האבן דעם ריכטיגן דעת בכל מקום ובכל זמן.

יוסי, מיר וועלן דיר נישט און מיר קענען דיר נישט פארגעסן, מיר וועלן בל"נ דיך געדענקען און לערנען משניות לעילוי נשמת יוסף אביגדור ע"ה ב"ר יחיאל נ"י, מיר וועלן מוסיף בל"נ נאך און נאך מצוות און מעשים לעילוי נשמתך עדי נזכה לישועת שלימה וקרובה בביאת גואל צדק בב"א

דינסטאג יולי 07, 2009 9:23 am

כ'זעה נישט אז איינער זאל עס האבן ערווענט, ווי איז דער נפטר לעבאוויטש געווען אן איידעם ?
שרייב א תגובה

Advertisement