באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג יוני 25, 2009 8:54 am
he never smoked in he's life
Advertisement
דאנערשטאג יוני 25, 2009 8:58 am
צייטליך האט געשריבן:אגב, איך זעה נישט פארוואס רייכערען זאל אום נישט גוט שטיין.
צייטליך האסט אים געקענט פרזענליך?
אויב יא וואלסטו פארשטאנען וואס איך מיין. ווי פריינטליך דער ר' דוד ז"ל איז געווען, און ווי צו געלאזן ער איז געווען, האסטו אים קיינמאל נישט געזעהן פארברענגען די צייט, האסט אים קיינמאל נישט געזעהן שמועסן ביי קיין קופקעס, דער באגריף פון פארברעגען די פינעף מינוט ווי לאנג עס דויערט איוסצובלאזן א ציגרעטל, האט ער אויס גענוצט פאר בעסערע צוועקן.
עכ"פ אין מיינע אויגן איז דער טיטל רייכערער, צו א ביליגע טיטל פאר אזא יוד.
לעצט פאראכטן דורך
ווייסעך וואס אום דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:55 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:53 am
prowed jew האט געשריבן:he never smoked in he's life
אויסער איין מאל וואס יעדער האט מיטגעהאלטן, פורים ביים טיש, ווען ער האט גערייכערט א ציגאר.
דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:55 am
אוי וואס מיר געדענקען עס! דאס איז מחזה הוד צו צוזעהן ווי ער טוט דעם רבין'ס רצון אן קיין שום קשיא'ס!
דאנערשטאג יוני 25, 2009 11:06 am
ווייסעך, שכוח פאר די בילדער.
דאנערשטאג יוני 25, 2009 3:37 pm
ישר כח פאר די בילדער.
נעכטן ביים מנחם אבל זיין, איז געליגן דארט אויפ'ן טיש היימישע ברוינפן וואס ר' דוד ע"ה האט אליין געמאכט. זיינע ברוינפן זענען געווען א שם דבר אינעם עולם הברוינפן. ר' דוד האט שטארק געגליכן צו זען אידן מאכן א לחיים, און זענען בשמחה אזוי ווי אים.
האט פארציילט דארט איינע פון זיינע קינדער, אז אזוי ווי זיין טאטע האט לעצטנס שוין נישט געקענט מאכן קיין ברוינפן, און עס איז געווען א פארלאנג דערויף, איז שוין היינט נישט דא צו באקומען די ברוינפן פאר א שטיק צייט. עס איז געבליבן ממש געציילטע ברוינפן באטלעך, וואס מענטשן פרייוואט האבן ביי זיך.
אין די ערשטע טאג פון די שבעה, שפאצירט אריין א שכן טוב פון ר' דוד ע"ה, ר' חיים טורנהיים ני"ו - איינע פון די שותפים צו ר' דוד אינעם מלאכת הקודש פון צוגרייטן די קאווע פאר די מתפללים ולומדים - מיט דריי באקסעס ברוינפן פון ר' דוד ע"ה. אויף די פראגע פון וואו האט ער עס פארשאפט? איז געקומען דער ענטפער, אז ער האט עס יעצט געטראפן ערגעץ באהאלטן אינעם סטארידזש פונעם קאווע שטיבל, דערפאר ברענגט ער עס אפ.
די אנוועזנדע האבן גלייך פארציילט די באוואוסטע מעשה, אז רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, האט פאר זיין פטירה געהייסן, מען זאל שחט'ן בהומת, אן צוגרייטן גענוג צו עסן, ווייל עס וועט זיכער קומען א גרויסער עולם צו זיין לווי' זאלן זיי האבן צו עסן צו די זעט.
עכ"פ ר' דוד האט זיכער געמאכט אז אפילו לאחר פטירתו, זאלן אידן אויך זיך קענען ווינטשן אויף א גלעזלע לחיים פון זיין געשמאקע ברוינפן.
פרייטאג יוני 26, 2009 8:31 am
ברוך דיין האמת
די לוי' פון האשה החשובה אשת ר' יצחק מאיר פעלדמאן נ''י, קומט פאר אום 10.30 פארנט פון סאטמערע שול אויף ראדני.
די נפטרת איז א טאכטער פון ר' משה האפמאן ע''ה, און א שוועסטער פון פאפא רבי'ס גבאי.
פרייטאג יוני 26, 2009 10:04 am
ווייסעך וואס האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:אגב, איך זעה נישט פארוואס רייכערען זאל אום נישט גוט שטיין.
צייטליך האסט אים געקענט פרזענליך?
אויב יא וואלסטו פארשטאנען וואס איך מיין. ווי פריינטליך דער ר' דוד ז"ל איז געווען, און ווי צו געלאזן ער איז געווען, האסטו אים קיינמאל נישט געזעהן פארברענגען די צייט, האסט אים קיינמאל נישט געזעהן שמועסן ביי קיין קופקעס, דער באגריף פון פארברעגען די פינעף מינוט ווי לאנג עס דויערט איוסצובלאזן א ציגרעטל, האט ער אויס גענוצט פאר בעסערע צוועקן.
עכ"פ אין מיינע אויגן איז דער טיטל רייכערער, צו א ביליגע טיטל פאר אזא יוד.
ס'קוקט אויס די אידן דא געדענקן נישט ווי ס'האט אמאל אויסגעקוקט אין ביהמ"ד, מיט צוואנציג יאר צוריק ווען מען האט געוואלט רייכערן א ציגערעטל האט מען נישט געדארפט ארויסגיין פון ביהמ"ד און פראברענגן פינף מינוט, האסט געקענט אנגרייטן די קאווע אין ביהמ"ד מיטן ציגאר אין מויל, ס'איז נישט געווען אזוי ווי היינט.
איך געדענק נישט אויף זיכער, אבער אויב מאך איך נישט קיין טעות האט ער יא גערייכערט, און ער האט מסתמא אויפגעהערט ווען רוב ציבור האט אויפגעהערט צוליב שעדליכקייט
שבת יוני 27, 2009 9:42 pm
ב"ה, מוצאי שבת קרח:
מיט שאק און שוידער קומט די ביטערע בשורה פון ניו סקווירא אז דעם שבת איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת ווייס ע"ה, אשת ר' הערשל הי"ו, נאכן זיך מיטשען די לעצטע טעג פון דעם דבר אחר אנשיקעניש, רח"ל
שבת יוני 27, 2009 10:49 pm
שמיציגער האט געשריבן:אוי וואס מיר געדענקען עס! דאס איז מחזה הוד צו צוזעהן ווי ער טוט דעם רבין'ס רצון אן קיין שום קשיא'ס!
שמיציגער;
לא זכיתי להבין מכמה פנים:
1) האט אים די רבי געהייסן רייכערן? קאם אן, עס איז דאך אן אנגענומענע געזונטהייט פראבלעם טא ווי קענסטו ארויפלייגן אויפן רבי'ן ער האט געהייסן טון אזא זאך?
2) איז די מחזה הוד צו צוזען ווי עמיצער טוט דעם רבי'ןס רצון? די מחזה הוד איז צו צוזען דעם רבי'ן אליינס!
3) אויב איז די רבי'ס רצון צו רייכערען, טא וואס איז די גרויסע קושיות וואס מען קען האבן?
4) דו האסט דאך אויך די ברירה צו טוהן דעם רבי'ןס רצון אנע קושיות. איז דאס א גדלות?
זונטאג יוני 28, 2009 3:14 pm
1) די מעשה איז געווען פורים, און דער רבי האט אים געהייסן פאררייכערן זיין ציגאר.
2) ביידע זענען א מחזה הוד, עס איז לגמרי נישט קיין סתירה.
3) אויב האט מען יענע מעשה און מען האט נישט אמונת צדיקים קאן מען פיל קשיות האבן.
4) עיין סעיף דריי.
זונטאג יוני 28, 2009 4:03 pm
פלפול נחמד
זונטאג יוני 28, 2009 5:22 pm
ווי איז מען דא פארקראכן.. המבלי אין קברים
געשטארבן און באגראבן, געגאנגען ווייטער, ווער נאך? (ליידער)
זונטאג יוני 28, 2009 7:19 pm
יהיה כן האט געשריבן:ווי איז מען דא פארקראכן.. המבלי אין קברים
געשטארבן און באגראבן, געגאנגען ווייטער, ווער נאך? (ליידער)

ליידער א ביטערער געלעכטער
זונטאג יוני 28, 2009 8:40 pm
שעפטיל האט געשריבן:ב"ה, מוצאי שבת קרח:
מיט שאק און שוידער קומט די ביטערע בשורה פון ניו סקווירא אז דעם שבת איז נפטר געווארן האשה החשובה מרת ווייס ע"ה, אשת ר' הערשל הי"ו, נאכן זיך מיטשען די לעצטע טעג פון דעם דבר אחר אנשיקעניש, רח"ל
פון וואנעט נעמסטו אז ס'איז פונעם ד"א אנשיקעניש? לויט מיין (גאנץ קראנטע) אינפארמאציע איז דאס געווען א שטארקע אמאוניע. און נישט אלע אמאוניעס האבן צוטוהן מיט'ן ד"א פלו...
א טייערע אידענע געווען, מיטגעמאכט גאר אסאך אויף די וועלט, זאל זי רוען אין לעכטיגן גן עדן.
זונטאג יוני 28, 2009 9:19 pm
יא אבער ווי איך הער (נישט די ניק) האט זיך די אמאוניע אנגעהויבן דורך די פלו, און ווי איך הער איז אין סקווירא יעצט דא נאך צוויי יודען אויף רעספארעיטער'ס מיט אמאוניע, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די פלו.
מאנטאג יוני 29, 2009 12:39 am
האברך החשוב ר' יחזקאל שרגא עהרנפעלד ז"ל, בן יבלחט"א ר' שמואל בצלאל ממאנסי וחתן החזן ר' יעקב אונגאר.
מאנטאג יוני 29, 2009 3:08 am
א 12 יעריג קינד פון דע שטאט ביתר אין א"י איז נעכטן דערטרינקען געווארן ווען ער האט זיך אריינגעגליטשט אין טייך. אינמיטן א טריפ מיט דע חדר.
מאנטאג יוני 29, 2009 10:25 am
אוי א שרעק
ברוך דיין האמת
מאנטאג יוני 29, 2009 11:23 am
נעבעך פלוצים אוועק פון אן הארץ אטאקע, אויפן וועג פון מאנטריאל, די ווייב און קינדער זענען געווען אין קאר.
מאנטאג יוני 29, 2009 11:31 am
סאכדעס האט געשריבן:נעבעך פלוצים אוועק פון אן הארץ אטאקע, אויפן וועג פון מאנטריאל, די ווייב און קינדער זענען געווען אין קאר.
אוי וויי!
שרעקליך, אויס געגאנגען פאר זייערע אויגן? רח"ל
מאנטאג יוני 29, 2009 11:36 am
אוי ברודעלעך לאמיר צוזאם שרייען צו אונזער ליבער טאטע , אוי טאטע עד מתי,
זאל גאט קב"ה העלפן אז די ביטערע טראגעדיע זאל זיין די לעצטע טראגעדיע'ס פונעם זומער הבעל"ט און פון אייביג, און מען זאל נישט הערן פון קיין שום צרות די זומער הבעל"ט און קיינמאל, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די,
און די טאטע נאר די קענסט טרייסטן די וויב און די קינדערלעך, וואס זיי האבן נעבאך מיט די אייגענע אויגן צוגעזעהן ווי זייער חשובער מאן- פאטער גייט אויס, ווער קען דען פארשטיין די צער פון זיי, און די באשעפער זאל העלפן אז מיר זאלן דאס נישט פארשטיין,
און הייליגע טאטע טוה זיי טאקע טרייסטן, און די אמת'ע טרייסט וועט זיין ווען די ווועסט עם צוריקברענגן צו זיין ווייב און צוריקברענען צו זיינע זיסע קינדערלעך מיט משיח צדקינו בב"א,
אוי וועלן מיר דאן אויפגעראכטן ווערן,
דינסטאג יוני 30, 2009 5:35 pm
ברוך דיין האמת, הילד שלמה יודלביץ ז"ל
דינסטאג יוני 30, 2009 7:28 pm
ליידער א ביטערע נייעס, מיר אלע קוקן ארויס אויף רחמי שמים אז דער פון אויבן זאל האלטן די רעכטע האנדט אויף גאנץ כלל ישראל שטענדיג
מיטוואך יולי 01, 2009 9:43 am
ווער איז דאס יונגל? און וואס האט פאסירט מיט אים?