'שאריא'
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 11:48 pm
*
יודל מענדלזאהן - לוח הציבור (ב קרח)
רוסישע נייעס
פינף מענטשן זענען אומגעקומען פון אויפרייסן און שיסערייען פרייטאג, און אמווייניגסטנס 26 פארוואונדעט אין רוסלאנד'ס צפון קאווקאזן, וואו די קרעמלין מוטשעט זיך צו באקעמפן אן איסלאמישע אויפשטאנד.
נעבן די שטעטל מאלגאבעק אין אינגושעטיע איז א פאליציי מאן דערמארדערט געווארן און 25 פארוואונדעט ווען א באמבע האט אויפגעריסן צום צווייטן מאל אין די זעלבע געשעפט.
פאליציי זאגט אז איין מיליטאנט איז אויך געהארגעט געווארן אין א שיסעריי אויסטויש צווישן אפיצירן און מיליטאנטן.
אין א באזונדערע אינצידענט האבן אומ-אידענטיפיצירטע מיליטאנטן דערשאסן א פארקויפערין אין א קיאסק פאַר'ן פארקויפן וואדקע.
די מערהייט מוסלעמענישע צפון קאווקאז ראיאן ווערט געפלאגט פון נאכאנאנדיגע געוואלדטאטן. די יוגנד, געטריבן פון ארימקייט און אידיאלאגיע פון גלאבאלע דזשיהאד, אטאקירן כמעט טעגליך. ס'רוב ווילן אויפשטעלן א באזונדערע 'שאריא' שטאַט ווי שטרענגע איסלאם איז פראקטיצירט.
קיאסק פארקויפער זענען שוין אטאקירט געווארן אין די פארגאנגענהייט פאר פארקויפן אלקאהאל. די אטאקירער זענען איסלאמישע מיליטאנטן וואס ווילן איינפירן שאריא געזעץ אין אינגושעטיע.
אין די נאענטע דאגעסטאן איז דער דיסטריקט שעף דערשאסן געווארן פארנ'דיג אין זיין קאר בערך 103 מייל דרום-מזרח פון די ראיאנאלע הויפט-שטאט מאָקאַטשקאַלאַ.
די טעראר אקציעס זענען אויסגעלויבט געווארן דורך איסלאמישע מיליטאנטן וועלכע האבן געשריבן אויף זייער וועבסייט אז "אינפידעלן" זענען געהארגעט געווארן.
--
אמעריקאנע נייעס
עדמאנד, אקלאהאומע – סטעיט געזעצגעבער זאגן אז עס איז א פרי-עמטיוו שריט קעגן שאריא געזעץ, צו פארמיידן דא וואס איז געשעהן אין ענגלאנד. די איסלאמישע "קעיר" גרופע זאגט אז דאס איז נאך א צייכן פון א וואוקס אין אנטי-איסלאמישע אומטאלעראנץ אין אמעריקע.
סטעיט פראגע 755, וועלכע וועט ווארשיינליך זיין אויף די בעלאט אין נאוועמבער, וועט פארבאטן פאר געריכטן צו נוצן אינטערנאציאנאלע אדער שאריא געזעץ אין זייער אורטיילן. נאר פעדעראלע און סטעיט געזעץ וועט ערלויבט ווערן.
די פארשלאג וועט טוישן א סעיף אין די אקלאהאומע קאנסטיטוציע, און שטאמט פון אן אקלאהומע קאנגרעס רעזאלוציע מיט'ן נאמען "רעטטע אונזער שטאַט" אמענדמענט, דורכגעפירט אין די לעצטע לעגיסלאטיווע סעסיע.
סטעיט רעפ. רעקס דאנקען, הויפט שרייבער פון די HJR 1056 געזעץ, זאגט אז אקלאהאומע איז דערווייל די ערשטע שטאט דורכצופירן אזא געזעץ און ער האפט אז אנדערע שטאטן וועלן זיי נאכטוהן.
ער זאגט אז די געזעץ איז גאר וויכטיג נאכדעם וואס מען זעהט אלס מער ריכטער אין די פאראייניגטע שטאַטן ציטירן אינטערנאציאנאלע געזעץ אין זייערע אורטיילן, א זאך וואס פאסט נישט פאר אמעריקע.
דאָנקען זאגט אז שאריא געזעץ איז איינגעגעסן אין ענגלאנד. "עס איז א מחלה וואס שטעלט ענגלאנד אין געפאר."