בלאט 1 פון 1

קאנאדא'ס העלט קעיר - אומזיסט ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 02, 2010 9:24 pm
דורך ביקסאד
*
יודל מענדלזאהן - לוח הציבור (ד שלח)

אונטער דרוק פון א עלטערע באפעלקערונג און בודזשעט דעפיציטן, האבן קאנאדע'ס פראווינצן באשלאסן אנצו-ווענדן שארפע שריט צו שניידן העלט קעיר קאסטן, א זאך וואס קען אונטערהאקן די פרינציפן פון די רעגירונג-געשטיצטע העלט קעיר סיסטעם.

אנטאריא, קאנאדע'ס מערסטע באוואוינטע פראווינץ, איז אריין אין קאמף מיט דראג פירמעס און פארמאסיס אנהויב יאר ווען די רעגירונג האט געמאלדן אז עס וועט שניידן 'דזשענעריק' מעדיצין פרייזן אין האלב און עלימינירן "מאטיוואציע געלטער" צו דזשענעריק מעדיצין פראדוצירער.

בריטיש קאלאמביע וויל איינשטעלן "פרייז-פער-פראצעדור" צאלונגען פאר שפיטעלער אנשטאט "בלאק גרענטס", און קוויבעק האט א נייע 'פלעט העלט' שטייער און א פארשלאג צו באצאלן פאר יעדע דאקטער באזוך – א געדאנק וואס קריטיקירער זאגן איז אומלעגאל.

עטליכע פראווינצן פרובירן גאר אויס פריוואטע פאנדינג פאר געוויסע מעדיצינישע פראצעדורן ווי היפ, קני, און קאטאראק אפעראציעס. דאס איז א טאטאלע ריקצוג פון די איינגעשטעלטע סינגל-פעיער העלט קעיר סיסטעם.

וויבאלד די בעיבי-בומער דור גייט ארויס אויף פענסיע, פארשווערט דאס די יאך אויף סאציאליזירטע העלט קעיר. אפיציעלע פיגורן צייגן אז סיניער סיטיזענס וועלן אויסמאכן 25% פון די באפעלקערונג אין 2036.

זאגט דערעק בורלעטאן, הויפט עקאנאמיסט ביים טאראנטא-דאמיניען באנק: "עס מוז ווערן עפעס א טויש צום סטאטוס קווא" אין די נאענטע יארן. "מיר קענען נישט נאכאנאנד זעהן א העלט ספענדיג וואס וואקסט איבער די עקאנאמישע וואוקס, ווייל דאס וועט איבערנעמען אלע אנדערע רעגירונג סערוויסעס, און ביי א געוויסע שטאפל וועט עס אונטערברעכן."

קאנאדע, מיט בודזשעט פראבלעמען, וויל שניידן איר סיסטעם, בשעת די פאראייניגטע שטאַטן איז מער באזארגט איבער די בירגער וואס פארמאגן נישט קיין אינשורענס און וויל איצט איינשטעלן א סיסטעם ענליך צו קאנאדע.

אנטאריא זאגט אז העלט קעיר וועט אויפעסן 70 פראצענט פון איר בודזשעט אין 12 יאר, טאמער מען פרובירט נישט צו שניידן די קאסטן.

אבער טויש וועט נישט קומען שנעל. יוניווערסעל העלט קעיר איז שוין היינט טייל פון קאנאדע'ס נאציאנאלע אידענטיטעט, און די באשלוסן ווערן געמאכט געוואנדן אין פאליטיק, נישט נאר עקאנאמיקס.

"ס'איז אן ארט וואו קאנאדער ווילן נישט צורירן," זאגט טי.די.'ס בורלעטאן.