מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 10

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 5:26 pm

די ICC (אינטערנעשענעל קרימענעל קאורט) האט באשלאסען נישט צו קלאגען די וואס זענען געווען פארמישט אינעם פלאטילא אינצידענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 27, 2016 1:44 am

און א אינטרעסאנטע אנטוויקלונג איז טערקיי איינגעגאנגען אויף א אפמאך מיט מ"י צירוק אנציקניפן נארמאלע באציאונגען צווישן די צוויי היסטאריש אלאירטע לענדער

די צוויי לענדער זענען אויף מעסער שטעך זינט די איזרעיליס האבן געשטורעמט א שיף וואס האט געפריווט מיט געוואלד אויפצוברעכן די בלאקאדע אויף גאזא געשטעלט דורך מדינת ישראל

אבער די באציאונגען האבן אנגעהויבן ווערן ווארעמער נאך א טעלפאון געשפרעך צווישען ערדואן און נתניה צירוק אין 2013

לכתחילה האט ערדואן פארלאנגט עטליכע תנאים אויף צו נארמאלעזירן די באציאונגען איינס דערפין האט פארלאנגט פין מ"י זיך צו אנטשולדיגען אויף די אינצידענט א זאך וואס מ"י האט שוין געטוען

אבער נאך א תנאי און עיקור שטער פאר שלום איז געוועהן די אויפלעזונג פין די עזה בלאקאדע א זאך וואס מ"י האט אויף קיין פאל נישט געוואלט נעמען אין באטראכט, און ערדואן האט אפגעטרעטן פין די פארלאנג שאפענדיג א וועג פאר שלום

נתניה האט זונטאג גערייזט קיין רוים ווי ער האט זיך געטראפן מיט טערקישע פארשטייער ווי אויך מיט די באטייליגונג פין סעקרעטערי אוו סטעיט קערי ווי עס זענען געווארען אויסגעהאמערט די לעצטע חלקים פין די דיעל

מ"י האט זיך פארפליכטעט צו באצאלן 20 מיליאן דאלער פאר די געטראפענע און פארוואנדעטע פין די 2010 איבערפאל מיטן תנאי אז די טערקישע פארלימענט פירט דורך א געזעץ וואס וועט באפרייען איזריעלישע מיליטערישע פערסענעל פין ווערן אנגעקלאגט אויף קריגס פארברעכענס איבער די אינצידענט

אונטער די אפמאך וועט טערקיי קענען שיקן הומאניטערישע הילף און נישט-מיליטערישע פראדוקטן צו עזה ווי אויך וועט מען נעמען שריט צו אדרעסירן די וואסער און עלעקטריסעטי קריזעס וואס הערשט דארט ווי אויך אויפבויען די אינפעסטראקטשער און שפיטעלער פאר די ארטיגע איינוואונער

א פארמאלע מעלדונג איבער די צירוק געשטעלטע באציאונגען און פרטים איבער די אפמאך איז ערווארטעט מאנטאג דורך נתניה אין רוים און דורך ערדאון אין אנקארא

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 27, 2016 1:54 am

שכח פארן באריכט!

איז דאס נאך א סיקרעט? אויף די סטעיט דעפט. סקעדזשאל/נייעס רעדן זיי פון קערי'ס באזוך אין רוים אבער קיין ווארט נישט וועגן אזוינע פארהאנדלונגען

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 27, 2016 2:07 am

אינטרעסאנט

איך האף זיי וועלן נישט האבן קיין טענות אויף מיר...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יוני 27, 2016 9:29 am

Thanks


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”