מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 10

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 31, 2010 10:23 pm

פארשטענדליך האט געשריבן:לאמיר א בליק טאן אויף די נייעס פון אן אנדערן פרעספעקטיוו. וואזוי וועלן די פראטעסטן וואס ווערן אין די טעג געפראוועט - דא אין אמעריקע - אקעגן די ציונים (ימ"ש) אפהילכן אין ליכט פון די לעצטע אנוויקלונגען אינערהאלב מ"י ?

מצד די ישראלים - זיי האבן - אפשר - יעצט וויכטיגערס מיט וואס זיך אפציגעבן.

מצד דעם אמעריקאנעם - און אלוועלטליכן - המון עם, זיי קענען אפשר טראכטן אז אונז - חרדישע אידן - שטעלן זיך - ח"ו - צוזאם מיט די אראבער ? אדער קענען זיי טראכטן אז די חרד'ישע אידן זיכן זיך סתם 'טראבל' יעצט און אזעלכע צייטן די מצב איז אזוי אנגעצויגן ?...

איז אפילו דא וואס חושש צו זיין אין דעם רוכטונג ?


דא האט איר א קליפ פון wpix ווי זיי האבן ציזאמענגעשטעלט די אידישע מיט די אראבישע פראטעסטן אינטערן טיטל: פראטעסטן וועגן די שיף אקציע
http://www.wpix.com/videobeta/4a3c1cb5- ... -in-Israel

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מאנטאג מאי 31, 2010 11:25 pm

מחלק ניכר של התגובות פה נראה כאילו מאז קמה מדינת ישראל פסו שונאי ישראל מן העולם, כל האומות ממש ממש רוצים מאוד לאהוב את ישראל רק שהציונים שר"י וכו' וכו' פשוט מכריחים אותם לשנוא אותנו..
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 01, 2010 12:18 am

למעשה איז דער ישראלישער פ"מ צוריקגעפלויגן צו זיין לאנד צוליב די אינצידענט דערביי איז אפגערופן געווארן דער פראטעסט פון חסידי סאטמאר אין וושינגטאן הבירה וואס האט געזאלט פארקומען בעת זיין באזוך היינט דינסטיג.

ציניקער זאגן אז דער גאנצער פלאנטער מיטן טערקישן שיף איז געקומען אלס דירעקטע באפעל פון פ"מ וועלכער האט נישט געזען קיין וועג ארויס פון דעם געפלאנטן פראטעסט, ער האט דאס געוואלט אויסמיידן פאר יעדן פרייז דעריבער האט ער פארארדענט א מהפכה וואס וועט אים צווינגן אהיימצוגיין.

אין מיינע אויגן האבן ביידע זייטן, סיי מ. ישראל און סיי דער שיף געהאנדעלט אומאויפריכטיג און פאר ביידע קומט זיך גוטע שלעק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 01, 2010 12:38 am

דא קענט איר זען א קליפ וואס האט זיך אפגעשפילט אויפן שיף
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17303&cat_id=1
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 5:42 am

פראפעסאר שטארקמאן האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:א טוויטער קאמענט אין וועלכע איך האב זיך אנגעשטויסן:
carlgardner‎: More commentary on the Israel-flotilla crisis that leaves me speechless: | RT @n45ru: Hittler please wake up & kill israel right now..

שוידערליך!!! עמיצער זאל קומען און זאגן אז מדינת ישראל האט אטאקירט דעם שיף ווייל זי איז געווען באזארגט צוליב "מעגליכע וואפן" אויפן שיף.

דא האסטע א וועלט וואס שטורעמט קעגן אידן אצינד, לענדער וועלכע פארדאמען מדינת ישראל, אפילו טערקיי וועלכע האט לעצטנס שוין געלעבט אין גוטע טערמינען מיט די מדינה, און אפילו לענדער וועלכע שטראשענען מיט מלחמה קעגן מדינת ישראל!!!

און דא אויף איי וועלט קען מען זעהן ווי עטליכע קענען גאר בארעכטיגן דאס וואס די מדינה האט געטון און דאס גאר אויסלויבן!!!


כ'זעה נישט וואס די ביסט אזוי אויפגעשוידערט, ביזט יעצט געוואר געווארען אז מ'האט פיינט די אידען,
די מציאות איז אז אין דעם אינצידענט האט מדינת ישראל נישט געהאנדעלט אזוי געפערליך זיי האבען זיך נאך פראטעקטעד אין דעטס איט, וואס ווערסטע אזוי ווילד האטער געשריבען אזוי נו איז וואס?
אז ער וויל קען ער עס שרייבען נאך אמאל, ער איז נישט די איינציגע שונא ישראל, זאל דער באשעפער האלטען די רעכטע האנט אין אין ראטעווען פין די שונאים מבית ומבחוץ


קודם האט טערקיי שוין לאנג נישט געלעבט אין גוטע באציאונגען מיט מדינת ישראל. דער פרעמיער זייערערס שימפט נאכאנאנד קעגן די מדינה. און מיט אזעלכע פריינט...

ווען די מדינה וואס מיר באהאנדלן דא וואלט נישט געווען מדינת ישראל, וואלט מר. עס עפעס אויך בארעכטיגט די אקציע. נאר פארפאלן, יעדע אקציע וואס די מדינה טוט איז פאקטיש געקניפט און געבינדן מיט די מציאות אז דאס זענען מזרע היהודים און די נאטירליכע קאנסעקווענצן דערפון. דערפאר איז פארשטענדליך די היימישע וואס קריטיקירן די אקציע. אבער פארשטיי ביטע אז די וואס בארעכטיגן עס, טוהן עס בלויז פון א פאליטישע קוק-ווינקל. ווידער די וואס וואלטן געוואלט אז די אשכול זאל בלויז באהאנדלען די אקציע, וועלן אויך מוזן מוחל זיין דעם היזיגן ציבור, אויב נאר ווייל די פאליטישע קאנסעקווענצן פון אזא אקציע זענען א דירעקטע רעזולטאט פון די אידישע אפשטאמונג פון די איינוואוינער פון מדינת ישראל. דעריבער איז דאס איינס און די זעלבע און וועט יעדעס מאל באזונדער מוזן זיין אן אינטעגראלער טייל פון אזא סארט אשכול.

אין די נושא פון די וועלטליכע פארדאמונגען און פראטעסטן יעדעס מאל מדינת ישראל פארטיידיגט אירע אינטערעסן, איז פארהאן אן אלטע אינטערסאנטע ארטיקל געשריבן אין די על.עי. טיימס פון 1968 דורך עמיצן עריק האפפער.

לכאורה איז ער נישט קיין איד, אבער עס איז שנוי במחלוקת. אדרבה, אפשר קען עס דא עמיצער באשטעטיגן.

די פאקט איז אבער אז אזא וועלטליכע איבערקערעניש און דיפלאמאטישע טומל וואלט נישט פאסירט ביי קיין שום אנדער לאנד, און דאס קומט נישט ווייל די וועלט איז אנגעשטעקט מיט אן איבריגע פארציע אהבת ישראל. זיי זענען אויך נישט קיין סאטמערע וואס האבן פיינט די ציונים אלס'ן הלא משנאיך ה' אשנא. עס איז פשוט א דירעקטע רעזולטאט פון די הלכה בידוע.

דאס איז טאקע וואס אונזערע רבי'ס האבן פאראויסגעזעהן נאך איידער די הקמת המדינה, אז אפילו פאליטיש גערעדט איז א לאנד אן קיין שום פאליטישע שטיצע פון קיין מדינה איבער'ן וועלט אין א סכנת קיום. דערצו נאך מיט די הלכה בידוע. דאס שטעלט אריין אין געפאר נישט נאר די ארץ ישראל'דיגע אידן, נאר אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם.

אבער אויך אן די הלכה און פאליטיק, זענען מיר אידן מושבע ועומד שלא ימרדו באומות. דארפ'ן מיר אוודאי זעהן אז די וועלט זאל וויסן אז מיר האבן נישט און ווילן נישט קיין חלק אין די מרידה און בעטן אז דער חרון אף זאל זיך אפטוהן פון אונז.

און דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף זיינע ליבע קינדער און אפהיטן אונז און באשירמען פון אלדאס בייזן.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 7:14 am

וען די מדינה וואס מיר באהאנדלן דא וואלט נישט געווען מדינת ישראל, וואלט מר. עס עפעס אויך בארעכטיגט די אקציע. נאר פארפאלן, יעדע אקציע וואס די מדינה טוט איז פאקטיש געקניפט און געבינדן מיט די מציאות אז דאס זענען מזרע היהודים און די נאטירליכע קאנסעקווענצן דערפון. דערפאר איז פארשטענדליך די היימישע וואס קריטיקירן די אקציע. אבער פארשטיי ביטע אז די וואס בארעכטיגן עס, טוהן עס בלויז פון א פאליטישע קוק-ווינקל. ווידער די וואס וואלטן געוואלט אז די אשכול זאל בלויז באהאנדלען די אקציע, וועלן אויך מוזן מוחל זיין דעם היזיגן ציבור, אויב נאר ווייל די פאליטישע קאנסעקווענצן פון אזא אקציע זענען א דירעקטע רעזולטאט פון די אידישע אפשטאמונג פון די איינוואוינער פון מדינת ישראל. דעריבער איז דאס איינס און די זעלבע און וועט יעדעס מאל באזונדער מוזן זיין אן אינטעגראלער טייל פון אזא סארט אשכול.


ניין יודל, איך וואלט דאס אבסאלוט נישט בארעכטיגט אויב ס'איז ווען א צווייטע לאנד, און דו ווייסט פארוואס? ווייל קיין איין לאנד פירט זיך נישט אויף אזוי צעלאזט, מיט פראוואקאציעס קעגן די גאנצע וועלט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 7:30 am

עס עפעס האט געשריבן:ניין יודל, איך וואלט דאס אבסאלוט נישט בארעכטיגט אויב ס'איז ווען א צווייטע לאנד, און דו ווייסט פארוואס? ווייל קיין איין לאנד פירט זיך נישט אויף אזוי צעלאזט, מיט פראוואקאציעס קעגן די גאנצע וועלט.


דו ווילסט אפשר אויסרעכענען אחת ואחת?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 7:54 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:ניין יודל, איך וואלט דאס אבסאלוט נישט בארעכטיגט אויב ס'איז ווען א צווייטע לאנד, און דו ווייסט פארוואס? ווייל קיין איין לאנד פירט זיך נישט אויף אזוי צעלאזט, מיט פראוואקאציעס קעגן די גאנצע וועלט.


דו ווילסט אפשר אויסרעכענען אחת ואחת?


כ'ווייס אז דו וועסט טרעפן א בארעכטיגונג פאר יעדע וואס איך וועל אויסרעכענען, כ'וועל דעריבער נישט ארבעטן צו שווער, נאר דיר פרעגן וואס עס האט געמיינט דאס אויפרעגן אמעריקע (וועלכע איז איר שטארקסטע פריינט און, יא! אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע האט זי געשלאסן פרישע ביליגע דיעלס פאר מיליטערישע וואפנס מיט אמעריקע!) אז ווען דער וויצע פרעזידענט באזוכט דארטן, דוקא דעמאלט מוזן זיי אנאנסירן פרישע בוי-פראיעקטן.

ואל תשיביני אז ס'איז געווען א טעות און מען האט דאס נישט געמיינט אויפצורעגן קיינעם, ווייל כ'בין נישט אזא נאר דאס אפצוקויפן, ווייל מען קען אזא זאך פארמיידן פון פאסירן, און זיי האבן נישט געטון דאס מינדעסטע אנשטרענגונג דאס צו פארמיידן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג יוני 01, 2010 8:00 am

מאטעס האט געשריבן:מחלק ניכר של התגובות פה נראה כאילו מאז קמה מדינת ישראל פסו שונאי ישראל מן העולם, כל האומות ממש ממש רוצים מאוד לאהוב את ישראל רק שהציונים שר"י וכו' וכו' פשוט מכריחים אותם לשנוא אותנו..


תמחול לי אלף פעמים, כבד אמרו המשכילם שעורערו שנאת ישראל בין העמים באופן מבהיל, שהאומת הם שונאי ישראל מכבר ולא בעבורם וכו', אבל שיטתם הוא מפרך מכל גדולי הדורות, ופעולתיהם המושחתם, לא די שאיבד אומה שלימה של רובבי רבבות מבני ישראל שדמו להאומת, אלא הלהבו שנאת האומת לנו עד שבא עלינו הצרה הגדולה של היטל ימ"ו.

הציונים שר"י הן הם הסיבה הגדולה לשנאת ישראל בכל העולם כולו, מלבד מה שאבדו אומה שלימה של בני ספרד ויוצאי תימן, וגנבו נפשות ישראל כידוע לכל העמים, ואלפי אלפים מישראל עזבו את האמונה טהורה בשבילם!

ותעיין נא ידידי בספרי קודש, שהשנאה הגדולה שהיה לאנשי ספרד בגירש שפאניע בא מחמת שהיה מתדמים לגוים רח"ל, ואין אחד שיטעון טענות שוא "אנשי שפאניע ממש ממש רוצים מאוד לאהוב את ישראל רק שהתבוללות וכו' וכו' פשוט מכריחים אותם לשנוא אותנו".
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:21 am

מר. עס עפעס,

די מעלדונג איז נישט געווען פון די צענטראלע רעגירונג, נאר די ירושלימ'ער מוניציפאליטעט. בערך אזוי ווי ווען כינע'ס פרעזידענט קומט קיין וואשינגטאן, און א ניו יארקער אסעמבלי מאן מעלדט נייע האוזינג אין דאונטאון ברוקלין.

אגב, דו האסט אוודאי נישט די מינדעסטע אהנונג וואו די בוי-פראיעקט איז געפלאנט, ווען יא וואלסטו זיך נישט אנגערופן. עס איז א טייל פון די חרדי'שע רמת שלמה געגענט, נאך נענטער צו ירושלים פון די איבריגע רמת שלמה. דו דארפסט אמאל פיזיש זעהן פון וואס מען רעדט דא.

און טאמער מיר רעדן טאקע ריין פאליטיש, שטעל זיך פאר ווען כינע דרוקט אויס אויפברויז צוליב א בוי-פראיעקט מעלדונג אין טעקסאס ווייל פאר 150 יאר צוריק האט עס באלאנגט פאר די מעקסיקאנער פאר א צירקע 25 יאר אין א ציה!

ממש א סקאנדאל! שרעקליך!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:25 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:מר. עס עפעס,

די מעלדונג איז נישט געווען פון די צענטראלע רעגירונג, נאר די ירושלימ'ער מוניציפאליטעט. בערך אזוי ווי ווען כינע'ס פרעזידענט קומט קיין וואשינגטאן, און א ניו יארקער אסעמבלי מאן מעלדט נייע האוזינג אין דאונטאון ברוקלין.

אגב, דו האסט אוודאי נישט די מינדעסטע אהנונג וואו די בוי-פראיעקט איז געפלאנט, ווען יא וואלסטו זיך נישט אנגערופן. עס איז א טייל פון די חרדי'שע רמת שלמה געגענט, נאך נענטער צו ירושלים פון די איבריגע רמת שלמה. דו דארפסט אמאל פיזיש זעהן פון וואס מען רעדט דא.

און טאמער מיר רעדן טאקע ריין פאליטיש, שטעל זיך פאר ווען כינע דרוקט אויס אויפברויז צוליב א בוי-פראיעקט מעלדונג אין טעקסאס ווייל פאר 150 יאר צוריק האט עס באלאנגט פאר די מעקסיקאנער פאר א צירקע 25 יאר אין א ציה!

ממש א סקאנדאל! שרעקליך!


קאם די העל אן!!!!!!!!!

דיין משל איז אזוי ווייט פונעם נמשל, אזוי ווייט ווי עס הערט זיך די האסטיגע קלאפעס יעצט אויף מיין קי באורד.

אין דאונטאון ברוקלין איז דא עפעס א היץ? עמיצער האט טענות אויפן בויען? וויאזוי ווילסטו דאס אפילו פארגלייכן
???????????????????

כהאב זיך באמת נישט געראכטן אויף אזא שוואכן ענטפער.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:26 am

לר' שמעלקא שיחיה
אם באת לספר ברשעת הציונים אין בזה צורך אני יכול להוסיף על זה כהנה וכהנה, מה שאני טוען, זה שלומר שהציונים הם ה'סיבה' לשנאת ישראל זה פשוט מגוחך, עובדה היסטוריתהיא שהגויים טבחו ורצחו בעם ישראל בכל דור ודור עוד לפני הציונים ולפני המשכילים וגם לפני משכילי ספרד, ובכן הם שונאים אותנו בלי כל קשר לתנועה זו או אחרת בעמ"י,
ובכן מה היא זה שכתוב בספרי קודש שמאשימים הציונים והמשכילים בשנאת ישראל? למיטב הבנתי זה מתחלק לב' ענינים, יש את הסוגיא של 'שכר ועונש' שרבותינו הקדו' שעיניהם שפיר חזו לא רק מה שקורה כאן בארץ התחתונה אלא היה להם מהלכים בין העומדים האלה בארץ העליונה, הם ידעו לפרש על כל צרה שפקדה את עמ"י איזה חטא גרם לזה העונש, וכגון לדוגמא מה שכותב מרן מסטמר בהקדמה לויוא"מ שהשואה היתה כעונש על חטא הציונות, וכמו שהזהירו חז"ל הנני מתיר וכו'. ויש בזה עוד ענין שרבותינו האשימו את אותם תנועות כפרניות שבמעשיהם הנילוזים הם מספקים תירוצים טובים לגויים למה הם שונאים אותנו וזה גורם שגם הגויים המתכסים באיצטלא של נימוס יושר ודמוקרטיה, ולא מתאים להם לשנוא את ישראל סתם כך כמו מוסלמים פאנאטיים מוצאים מקום לגלות את שנאת ישראל שלהם בתירוץ שהיהודים אשמים וכו' וכו'
אבל כל זה אינו יכול להכחיש שלא הציונים ולא אף אחד מהווה ה'סיבה' לשנאת ישראל, הסיבה לשנאת עמ"י גילו לנו חז"ל למה נקרא שמה סיני וכו'
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:27 am

עס עפעס האט געשריבן:כ'ווייס אז דו וועסט טרעפן א בארעכטיגונג פאר יעדע וואס איך וועל אויסרעכענען, כ'וועל דעריבער נישט ארבעטן צו שווער,


ארבעט טאקע נישט שווער. ס'איז א שאד דיין ארבעט. נאכדערצו ווען דו ביזט נישט באקאנט מיט די פאקטן.

איך זוך נישט זיי צו בארעכטיגן. אבער ווען דא וואלט זיך געהאנדלט אין א צווייט לאנד, לאמיר זאגן פראנקרייך, וואלסטו עס אויך בארעכטיגט. וויפיל מאל האסטו קריטיקירט רוסלאנד פאר זייער בלוטיגע אונטערדרוקונג פון די טשעטשניע רעבעלן? אדער כינע צוליב זייערע שוידערליכע מענטשן רעכט פארלעצונגען? וואס איז? אין די ליבעראלע קרייזן איז נישט פאפולער צו פארדאמען די קאמוניסטן?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:28 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
עס עפעס האט געשריבן:כ'ווייס אז דו וועסט טרעפן א בארעכטיגונג פאר יעדע וואס איך וועל אויסרעכענען, כ'וועל דעריבער נישט ארבעטן צו שווער,


ארבעט טאקע נישט שווער. ס'איז א שאד דיין ארבעט. נאכדערצו ווען דו ביזט נישט באקאנט מיט די פאקטן.

איך זוך נישט זיי צו בארעכטיגן. אבער ווען דא וואלט זיך געהאנדלט אין א צווייט לאנד, לאמיר זאגן פראנקרייך, וואלסטו עס אויך בארעכטיגט. וויפיל מאל האסטו קריטיקירט רוסלאנד פאר זייער בלוטיגע אונטערדרוקונג פון די טשעטשניע רעבעלן? אדער כינע צוליב זייערע שוידערליכע מענטשן רעכט פארלעצונגען? וואס איז? אין די ליבעראלע קרייזן איז נישט פאפולער צו פארדאמען די קאמוניסטן?


איך זוך נישט צו ווערן פערזענליך דא, אבער צו זאגן אז איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטן, בלויז ווייל איך ליין נישט דעם "מעריב" און "יתד" יעדן טאג, איז א טפשות פון ערשטן גראד!

ע"כ.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג יוני 01, 2010 8:32 am

אויך אויף די געגנט אין רמת שלמה איז קיינמאל נישט געווען קיין שאלה פון בויען, ווען נתניהו האט לכבודו פון אבאמא איינגעפרוירן אלע בוי פראיעקטן אין די שטחים איז דער געגנט לכל הדיעות נישט געווען אין כלל, דער מעלדונג איז פשוט געווען א פאקטישע אפראוועל פון די בילדינג דעארטמענט אויף דירות וואס איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז מ'קען מאכן פאליטישע צימעס דערפון, דו ביזט פשוט אויך געווארן אפגעקויפט פונעם פאליטישן שטורעם וואס די שונאי (מדינת) ישראל האבן געמאכט דערפון, אז דו וועסט אביסל מעיין זיין אין די פאקטן וועסטו דיך איבערצייגן ס'איז פשוט געווען א שטורעם אין א גלאז וואסער וואס איבערצייגט נאכאמאל דעם זעלבן נקודה, יעדע קלייניקייט וואס אין א צווייטע מדינה איז עס כשר וישר ווערט אבער אראפגעריסן אויב ס'איז מדינת ישראל, און ווי קאלעגע יודל זאגט, נישט אלצ'ן הלא משאנאיך ה' אשנא...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:34 am

עס עפעס האט געשריבן:קאם די העל אן!!!!!!!!!

דיין משל איז אזוי ווייט פונעם נמשל, אזוי ווייט ווי עס הערט זיך די האסטיגע קלאפעס יעצט אויף מיין קי באורד.

אין דאונטאון ברוקלין איז דא עפעס א היץ? עמיצער האט טענות אויפן בויען? וויאזוי ווילסטו דאס אפילו פארגלייכן
???????????????????

כהאב זיך באמת נישט געראכטן אויף אזא שוואכן ענטפער.


אזוי? הייסט עס אז די פאלעסטינער טענות געבן לעגיטימיטעט פאר די אמעריקאנע אויפברויז? און ווען עמיצער האט יא טענות אויף דאונטאון ברוקלין, וואלט זיך אמעריקע דען וויסנדיג געמאכט? די איינציגסטע נפקא מינה איז, אז מדינת ישראל צוקראצט זיך ווען עפעס א יו.ען. באאמטער מאכט א טומל, אנשטאט זיי צו ווייזן דעם וועג.

אגב: ס'מיר שווער צו גלויבן אז דו האסט באמת געקלערט אז איך פרובירט דא מדמה צו זיין מלתא למילתא. די משל איז בלויז געווען לשבר את האוזן. און בעט איבער דיין קי-באורד אין מיין נאמען...

זיי מוחל מיש צוריק א בלאט , און זעה די ארטיקל פון עריק האפפער, טאמער ווילסטו טאקע א גוטע צושטעל אדער צוויי וועגן די היפאקריטישע "וועלטליכע אויפברויז."

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג יוני 01, 2010 8:37 am

עסעפעס, א ריכטיגער חסיד פון מורינו מסאטמאר וואלט געוואוסט צו ברענגען צענדליגע ביישפילן פון ציוניסטישע פראוואקאציעס, ווייל ס'טוט אים באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס, דיין ארימע ענטפער וועגן די ישובים געבויעכץ צייגט אז דיין גאנצע היציגקייט דא איז נאר ווייל די מדינה האט זיך אביסל מתחצף געוועזן פאר אמאמא'ן (לשיטתו)

ביטע נישט נוצן די ווארט 'טפשות' אדער אנדערע אטאקירנדע ווערטער אין א דיאלאג.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:39 am

יודל, לאמיך מיט דיר נעמען א צווייטן צוגאנג, און טאקע פון דעם משל וואס דו האסט פריער געברענגט:

שטעל זיך פאר אז עס קומען א ריזן גרופע מעקסיקאנער קיין טעקסאס און זיי שרייען אז דער ארט געהער פאר זיי און זיי צווינגען די אמעריקאנער רעגירונג אראפצונעמען זייער פירערשאפט פון דארטן, און זיי באזעצן זיך דארטן.

וויאזוי וואלסטו רעאגירט????? איז דאס עצם קיום המדינה נישט קיין פראוואקאציע????? סיי פאליטיש און אפגעזען אידיש!!!!!!

----

מבין האקט. ווען מניצט פריוואטע טשעפעס קעגן מיר, נוץ איך צוריק.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:41 am

עס עפעס האט געשריבן:
איך זוך נישט צו ווערן פערזענליך דא, אבער צו זאגן אז איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטן, בלויז ווייל איך ליין נישט דעם "מעריב" און "יתד" יעדן טאג, איז א טפשות פון ערשטן גראד!

ע"כ.


אנטשולדיגט? ווער לייענט יא דעם "מעריב" און די "יתד"? דו מיינסט אפשר מיר? נעה! זאגסט דאך אז דו זוכסט נישט צו ווערן פערזענליך.
נו, איך לייען אויך נישט די צייטונגען, דאך בין איך יא באהאווענט אין די פאקטן.

א תגובה קען באקרוינט ווערן מיט'ן טיטל "א טיפשות פון ערשטן גראד" נאר דאן ווען עס לייענט זיך ארויס די טיפשות פון צווישן די שורות, נישט ווייל עפעס איינער האט באשלאסן עס אזוי צו באטיטלען.
נאר דאן הייסט עס טיפשות, ווען מען רעדט וואס מ'ווייסט, אדער מען מיינט אז מ'ווייסט, אנשטאט צו וויסן וואס מ'רעדט. פארשטאנען?

לייען עס איבער נאכאמאל, אבער נעם עס נישט פערזענליך...

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:43 am

עס עפעס האט געשריבן:יודל, לאמיך מיט דיר נעמען א צווייטן צוגאנג, און טאקע פון דעם משל וואס דו האסט פריער געברענגט:

שטעל זיך פאר אז עס קומען א ריזן גרופע מעקסיקאנער קיין טעקסאס און זיי שרייען אז דער ארט געהער פאר זיי און זיי צווינגען די אמעריקאנער רעגירונג אראפצונעמען זייער פירערשאפט פון דארטן, און זיי באזעצן זיך דארטן.

וויאזוי וואלסטו רעאגירט????? איז דאס עצם קיום המדינה נישט קיין פראוואקאציע????? סיי פאליטיש און אפגעזען אידיש!!!!!!

----

מבין האקט. ווען מניצט פריוואטע טשעפעס קעגן מיר, נוץ איך צוריק.


לשיטתך האט ארץ ישראל געהערט פאר די פאלעסטינער ווען די אידן זענען אהינגעקומען. אינטערסאנט. איך האב געמיינט אז די ענגלענדער האבן דארט געהערשט, און פארדעם די טערקן.

ס'א חידוש!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:45 am

פון וואנעט נעמסטו דער לשיטתך?

די אראבער האבן דארטן געוואוינט, אפגעזען ווער עס האט "געהערשט" דארטן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דינסטאג יוני 01, 2010 8:45 am

עס עפעס, להזכירך הקמת מדינת ישאל היה בהסכמת (לכה"פ חלק) האו"ם.
לא שמבחינת ההלכה דג' שבועות זה משנה משהו, אבל לענין המשל שלך אתה לא צודק גם הגויים הבינו שיש ליהודים זכות על ארץ ישראל, אז זה לא פרובוקציה
אין אידיש געזאגט, הקמת המדינה איז א פרובןקציה קעגן קודשא בריך הוא און זיין תורה רח"ל אבער כלפי הגויים איז דאס פארשטענדליך
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג יוני 01, 2010 8:49 am

ס'איז נישט קיין שום ספק ספיקא דלא ניחא ליה, אז די גאנצע טענה'ריי איז געבויט געווארן דורך פרידליכע אקטיוויסטן צוזאמען מיט די נטורי קרתא וואס מ'האט אראפגעווארפן פון די שיף ווען ער האט געוואלט ארויפקריכן אויף די שטריק פון די העליקאפטער, עס איז דאך אזא מין התגרות ב'מומע'ס, אז מיין שוויגער וואלט געזאגט מוחל די גאנצע פאלעסטינע לאנד, כ'מיין קאם אן ביי מיר אין וויינגארטן (די ניק) זאל מען נישט צולאזן די אייסעס, אלעס וויייל ז'או ביידען'ס פריזער ארבעט נישט, עס איז שוין צייט איינצוזעצן די מסקנא, לויט די דריטע הו''א אזש ס'זאל זיך גיסן דירות אין גאנץ קרית אבריכים.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:50 am

מבין נומ 1 האט געשריבן:עסעפעס, א ריכטיגער חסיד פון מורינו מסאטמאר וואלט געוואוסט צו ברענגען צענדליגע ביישפילן פון ציוניסטישע פראוואקאציעס, ווייל ס'טוט אים באמת וויי יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס, דיין ארימע ענטפער וועגן די ישובים געבויעכץ צייגט אז דיין גאנצע היציגקייט דא איז נאר ווייל די מדינה האט זיך אביסל מתחצף געוועזן פאר אמאמא'ן (לשיטתו)


אוי ביזטו גערעכט. טאמער זאלן מיר צוריקמישן דאס בלעטל מיט אפאר יאר קענען מיר טרעפן אן א שיעור פראוואקאציעס. מיש נאר אויף דעם ויואל משה און על הגאולה. די ציונים זענען געווען עזי פנים נאך איידער די גרינדונג פון די מדינה אויך.

מנחם בעגין שר"י זעלבסט האט נישט געגלויבט אז זיין אייניקל וועט וואוינען אין מדינת ישראל. ער האט אזוי געזאגט פאר זיין אייגן זון.

אבער מיר רעדן דא פון די לעצטע פאר יאר פון ווען די מדינה האט אנגעהויבן גיין מטה מטה (אין יעדן הינזיכט), און דוקא פון א ריין פאליטישע שטאנדפונקט.

אויך דארפסטו פארשטיין אז זיצנדיג צווישן ביליאנען אראבער וועלכע ווילן זיי אויסמעקן, יעדע זאך וואס זיי זאלן נישט טוהן וועט אויסגעטייטשט ווערן אלס פראוואקאציע. אבער דו ווייסט דאך דאס אויך.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 8:53 am

עס עפעס האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו דער לשיטתך?

די אראבער האבן דארטן געוואוינט, אפגעזען ווער עס האט "געהערשט" דארטן.


ריכטיג. און די אידן האבן דארט אויך געוואוינט. די לאנד איז געווען א מדבר שממה. די מאסן איינוואנדערונג פון עגיפטישע און סירישע אראבער האט זיך אנגעהויבן ווען די אידן האבן אנגעהויבן אויפארבעטן און אויפבליען דאס לאנד וועלכע איז ביז דאן געווען אן ארץ לא זרועה.

בכל אופן זעסטו כאטש איין אז דיין משל איז אויך ווייט נישט דומה לנמשל!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני און 10 געסט