מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 10

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:58 pm

יודל: אייזן!!!!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 31, 2010 2:00 pm

סי ען ען האט יעצט געמאלדן איבער א היציגע אראבישע פראטעסט קעגן מדינת ישראל, אין טיימס סקווער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 2:01 pm

דאס זענען עטליכע גרופעס פון טערקישע אפשטאמיגע
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 31, 2010 2:08 pm

פינטעל האט געשריבן:סי ען ען האט יעצט געמאלדן איבער א היציגע אראבישע פראטעסט קעגן מדינת ישראל, אין טיימס סקווער



מ'קלעבט שוין קול קורא'ס....

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 2:12 pm

ראיאטן אין פראנקרייך
http://www.cbsnews.com/video/watch/?id=6535491n
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג מאי 31, 2010 2:15 pm

יישר כח גראדער פאר דיין גאר קלארע אפהאנדלונג, און פאר יודל פאר די זאפט נאכדעם
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 31, 2010 2:22 pm

עס עפעס האט געשריבן:ראיאטן אין פראנקרייך
http://www.cbsnews.com/video/watch/?id=6535491n


אין פראנקרייך, ווען מוסלעמענער ווילדעווען, רופט מען עס נישט מיט'ן נאמען "ראיאטן." עס האט גאר אן אנדער נאמען: "קאַרבּעקיוּ". וד"ל

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 31, 2010 2:50 pm

יהיה כן האט געשריבן:

מ'קלעבט שוין קול קורא'ס....

http://gazafreedommarch.org/cms/en/Even ... _YORK.aspx

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג מאי 31, 2010 3:01 pm

וואס איז געבליבען האט מען עפעס געטראפען אפען שיף?

כהאב געזעהן באריכטעט אז סאיז געוועהן א 18 חדשים קינד אויפן שיף, וואס דאס איז אפיציעל א באווייז אז מהאט נישט געפירט קיין וואפען, אזוי זאגען זיי.


יעצט רעד איך צו יעדן דא פארוואס דארף מען אריין מישען די ציונים, און צו מ'מעג יא האבען א מדינה צו נישט איעדער מאל וואס סאיז דא נייעס און ארץ ישראל, לאמיר געשמאק איבער שמיעסען וואס סהאט זיך אפגעשפילט אפען שיף און נישט די זאכען אז מען וויל זאל מען אויפמאכען אן עקסטרן אשכול דערוועגן.
Normal is just a setting on the washing machine

פארשטענדליך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:12 pm

תגובהדורך פארשטענדליך » מאנטאג מאי 31, 2010 3:41 pm

לאמיר א בליק טאן אויף די נייעס פון אן אנדערן פרעספעקטיוו. וואזוי וועלן די פראטעסטן וואס ווערן אין די טעג געפראוועט - דא אין אמעריקע - אקעגן די ציונים (ימ"ש) אפהילכן אין ליכט פון די לעצטע אנוויקלונגען אינערהאלב מ"י ?

מצד די ישראלים - זיי האבן - אפשר - יעצט וויכטיגערס מיט וואס זיך אפציגעבן.

מצד דעם אמעריקאנעם - און אלוועלטליכן - המון עם, זיי קענען אפשר טראכטן אז אונז - חרדישע אידן - שטעלן זיך - ח"ו - צוזאם מיט די אראבער ? אדער קענען זיי טראכטן אז די חרד'ישע אידן זיכן זיך סתם 'טראבל' יעצט און אזעלכע צייטן די מצב איז אזוי אנגעצויגן ?...

איז אפילו דא וואס חושש צו זיין אין דעם רוכטונג ?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 3:44 pm

אפדעיט:

סיריע און לבנון האבן ביידע יעצט ארויסגעגעבן סטעיטמענטס, זאגנדיג אז דער אינצידענט מיטן שיף קען ווארשיינליך פירן צו קריג מיט מדינת ישראל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג מאי 31, 2010 4:22 pm

קהת האט געשריבן:.

יעצט רעד איך צו יעדן דא פארוואס דארף מען אריין מישען די ציונים, און צו מ'מעג יא האבען א מדינה צו נישט איעדער מאל וואס סאיז דא נייעס און ארץ ישראל, לאמיר געשמאק איבער שמיעסען וואס סהאט זיך אפגעשפילט אפען שיף און נישט די זאכען אז מען וויל זאל מען אויפמאכען אן עקסטרן אשכול דערוועגן.


אלץ ליינער
וויל איך זאגען אז עס איז דא ליינער פון דא סייט וואס גלייכען טאקע דוקא דעם חלק, אז ווען זיי טוען אזא מן התגרות און מען רעדט פון די נייעס זאל מען נישט רעדןן נאר פון די נייעס און בתוך הדברים אפילו פארענטפערן אז זיי טוען גוט ווען מען לייגט דו תורה און די זייט,
ויש לזה מקור
כל מי שהוא מזכיר את הרשע ואינו מקללו, עובר בעשה

אז נישט איז דא גענוג סייטס ווי צו דעבאטירן נייעס
ומה הועילו חכמים בתקנתן

פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 8:13 pm

תגובהדורך פראפעסאר שטארקמאן » מאנטאג מאי 31, 2010 5:20 pm

באמת איז די גאנצע זאך לכאורה געווען א דורכפאל פאר מדינת ישראל, זיי זענען נישט געווען גרייט אויף אזא מצב אין דערפאר האבען זיי געמיזט עפענען פייער זיך צי פראטעקטען,
ס'איז זיי פלעין באשערט געווען צרות, ווען זיי טראכטען ווען פארדעם אז די חברה אויפען שיף קענען זיך ציווילדעווען וואלטען זיי זיך ציגעגרייט דערויף אין עס געקענט באהאנדלען אויף א אופן אז ס'זאל נישט קומען צי קיין בלוט פארגיסונג,

למעשה איז עס געשען אין ס'האט געברענגט זייער א שארפע ריאקציע מצד די מדינת ישראל פיינט אין די אראבישע וועלט אין אין אייראפע (אין ווער האט זיי דען ליב),

וויזוי ס'וועט זיך אויסלאזען ווייס קיינער נישט אבער ס'דערמאנט מיר פין די רבי אין חדר וואס ווען א קינד וואס ער גלייכט מאכט אביסעל טראבעל קען ער עס נאך אראפ שלונגען אבער ווען ער האט נישט ליב א קינד אין ער מאכט אביסעל טראבעל דאמאלץ פארדאמט ער אים בכל חומר הדין,

יא די וועלט האט נישט ליב מדינת ישראל נישט ווייל זיי זענען ציונים נאר ווייל זיי זענען אידען, אין יעדע קליינע נארישקייט וואס זיי טוען וועט מען זיי פארשרייען אין פארדאמען אויף די העכסטע טענער ביז זיי ווערען הייזעריג,

א גוי האט מיר היינט נאכגעשריגען "איזראעילי בעסטער'ס" איי וואס בין איך שילדיג, א קשיא אויף א מעשה,

עניוועי א חוץ פין דעם ביי די אראבער זענען מענשען זעלבסמערדער אין א זעלבסמערדער איז א "וואפען" לויט דעם איז די שיף געווען פיהל מיט וואפען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 31, 2010 5:29 pm

פראפעסאר שטארקמאן האט געשריבן:עניוועי א חוץ פין דעם ביי די אראבער זענען מענשען זעלבסמערדער אין א זעלבסמערדער איז א "וואפען" לויט דעם איז די שיף געווען פיהל מיט וואפען

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג מאי 31, 2010 5:34 pm

פארשטענדליך האט געשריבן:לאמיר א בליק טאן אויף די נייעס פון אן אנדערן פרעספעקטיוו. וואזוי וועלן די פראטעסטן וואס ווערן אין די טעג געפראוועט - דא אין אמעריקע - אקעגן די ציונים (ימ"ש) אפהילכן אין ליכט פון די לעצטע אנוויקלונגען אינערהאלב מ"י ?

מצד די ישראלים - זיי האבן - אפשר - יעצט וויכטיגערס מיט וואס זיך אפציגעבן.

מצד דעם אמעריקאנעם - און אלוועלטליכן - המון עם, זיי קענען אפשר טראכטן אז אונז - חרדישע אידן - שטעלן זיך - ח"ו - צוזאם מיט די אראבער ? אדער קענען זיי טראכטן אז די חרד'ישע אידן זיכן זיך סתם 'טראבל' יעצט און אזעלכע צייטן די מצב איז אזוי אנגעצויגן ?...

איז אפילו דא וואס חושש צו זיין אין דעם רוכטונג ?

געווענליך ווען עס הערשט אן אנגעצויגקייט צווישן די אראבער אין מדינת ישראל, איז דא א פראבלעם. ווייל רוב מאל שטייט די פרייע וועלט לצד מדינת ישראל, דעריבער האט אזא פראטעסט זייער א שלעכטע אפקלאנג.
אבער אין א צייט ווען די פרייע וועלט איז אויך קעגן מדינת ישראל, דארף נישט הייסן א מ'שטעלט זיך מיט די אראבער ווען מ'פראטעסטירט. די אי. יו. האט דאך אויך פארדאמט די אטאקע.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 31, 2010 5:43 pm

אלף בית, די געדענקסט די לעצטע מאל וואס די אי יו זאל זיין מיט מדינת ישראל? ביי יעדעס מדינת ישראל אטאקע קליין אדער גרויס איז שוין אזא מנהג אז די אי יו ציזאמען מיט די יו ען פארדאמען מדינת ישראל, איינמאל מער און צימאל פארלאנגען זיי א אויספארשונג.

די ארגענעזאציעס האבן א לאנגע פרא פאליסטיניער אנטי ישראלישע היסטאריע.

און אויסער דעם, וועם זעסטו ארויסגיין אין די גאסן פראטעסטירן? די יו ען באגעניגענט זיך מיט א פראטעסט אין די פרעסע, די איינציגע וואס זענען ארויס היינט פראטעסטירן אויף די גאסן זענען די פאלעסטינער, טערקן און להבדיל אידן.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 31, 2010 6:11 pm

א ליקוט פון רעכטע און לינקע בלאגס וואס באשרייבן דעם אינצידענט. אינטערסאנט די שארפע חילוקי דעות. א קורצע ווידיאו צום ענדע ווי אזוי די "פרידן אקטיוויסטן" שמייסן די קאמאנדא'ס מיט אייזערנע שטאנגען און ווארפן איינעם אראפ צום אונטערשטן דעק.

נעמט אין אכט, די ביקסן וואס די איזראעילי'ס האבן דארט זענען "פעינט-באל" ביקסן. די זעלבע וואס זיי נוצן ביי אראבישע פראטעסטן.

נאך איין נקודה. מאחמוד אבאס זאגט אז דאס איז געווען א שחיטה און ענליכס זאגן אנדערע פראגרעסיווע עלעמענטן. טאמער וואלטן די איזראעילי'ס געוואלט א שחיטה וואלטן זיי געקענט גאנץ פראסט איינזינקען דעם שיף, בטעות פארשטייט זיך, דאן אויפהייבן א טעלעפאן צו פרעמיער עדראגען זאל קומען זוכן זיינע טערקן אין די וואסער. עס איז גאנץ קלאר פון די ווידיאוס אז די זעלנער זענען נישט געקומען גרייט צו א קאמף, ניטאמאל צו א ראיאט.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 6:30 pm

א טוויטער קאמענט אין וועלכע איך האב זיך אנגעשטויסן:
carlgardner‎: More commentary on the Israel-flotilla crisis that leaves me speechless: | RT @n45ru: Hittler please wake up & kill israel right now..

שוידערליך!!! עמיצער זאל קומען און זאגן אז מדינת ישראל האט אטאקירט דעם שיף ווייל זי איז געווען באזארגט צוליב "מעגליכע וואפן" אויפן שיף.

דא האסטע א וועלט וואס שטורעמט קעגן אידן אצינד, לענדער וועלכע פארדאמען מדינת ישראל, אפילו טערקיי וועלכע האט לעצטנס שוין געלעבט אין גוטע טערמינען מיט די מדינה, און אפילו לענדער וועלכע שטראשענען מיט מלחמה קעגן מדינת ישראל!!!

און דא אויף איי וועלט קען מען זעהן ווי עטליכע קענען גאר בארעכטיגן דאס וואס די מדינה האט געטון און דאס גאר אויסלויבן!!!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 31, 2010 6:38 pm

עס עפעס, איך גלייב (עכ"פ איך האף) אז דו ביזט קלוגער פון די ווערטער וואס דו האסט יעצט געשריבן...

די סיבה פארוואס די וועלט שרייעט איז יוצא צו זיין די הלכה בידיעה פון עשיו שונא ליעקב, נאך פאר ס'איז אפילו געווען א רגע צייט מברר צו זיין וואס דארט איז פארגעקומען האבן שוין "דיינע גוטע פריינט" פון די גאנצע וועלט פארדאמט מדינת ישראל, ס'קוקט אויס ווי זיי האבן א לעדל גרייט מיט נסחאות פון פארדאמען מדינות ישראל, איינס שארפער פון צווייטן, און בו ברגע וואס דאס מינדעסטע פאסירט ציעט מען ארויס דעם שוין גרייטן שארפסטן נוסח... און מאנכע טעמבעלעך גלייבן אז ווייל די שונאי (מדינת) ישראל שרייען מן הסתם זענען די ציונים נישט גערעכט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 6:42 pm

“We are now surrounded by Israeli warships”


דאס זענען די ווערטער וואס א בריטישע-פאקיסטאנע פרוי -וועלכע איז געווען אויפן שיף- האט געשריבן אויף איר "פעיסבוק" אקאונט אין די צייט ווען די מדינת ישראל זעלנער האבן זיך מיט העליקאפטערס אראפגעלאזט העכער די שיפן.

אצינד קען מען עטוואס פארשטיין וויאזוי די אויפן שיף האבן געשפירט. זיי האבן געשפירט ווי זיי ווערן אטאקירט, און פאר קיין שום סיבה [וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין וואפן אויפן שיף, ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס] און דעריבער, זעענדיג באוואפנטע זעלנער מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס קומען אראפצולאנדן, האבן זיי אויפגעהויבן שטעקענעס און שטיקער אייזן און זיך גענומען קאנטער-אטאקירן די זעלנער.

נאכאמאל: זיי האבן געוויסט ביי זיך קלאר אז זיי קומען אויף א פרידאם מיסיע און אין זייערע אויגן האבן די זעלנער זיי אטאקירט -ווייל פאקטיש האבן זיי גארנישט געטון אומגעזעצליך ווייל זיי זענען געווען אין אינטערנאציאנאלע וואסערן און האבן נישט געברויכט פאלגן די מדינת ישראל באפעלן- און דעריבער האבן זיי זיך געמוזט פארטיידיגן.

--גראדער פראסקעט אריין.

כ'האב עס בלויז געברענגט פאר די וועלכע טוען בלינדערהייט פארטיידיגן די מדינה דא אויף איי וועלט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 31, 2010 6:46 pm

ווען מען האט פארגאזט מיליאנען אידן אין אוישוויץ האט טערקיי פארדאמט?! מ'האט ניטאמאל געקענט פויעלן ביי די איליארטע ארמייען צו באמבאדירן די שינעס קיין אוישוויץ, אידיש בלוט האט ביי קיינע פון די "גוטע פריינט" וואס פארדאמען איצט "קיינמאל" גארנישט געמיינט, ווען פאלעסטינער זעלבסמערדער האבן זיך אויפגעריסן יעדן שני וחמישי אין שאפינג מאלס און אויף פולע באסעס, און הונדערטער ציווילע אידן, אנשים נשים וטף זענען נעבעך צופליקט געווארן לעבעדיגערהייט מיט מיתות משונות האט איינער פארדאמט?! ס'איז זינלאז, טיפשות, און דום צו אננעמען אז די אלע לענדער וואס פארדאמען מיינען עפעס מענטשן רעכט, ס'איז הוילע שנאה צו מדינת ישראל!

מיר אפרישעיטן גאר שטארק ידידינו ר' עס עפעס פאר די נאכנאנדע באריכטן, אבער ביטע, אביסל קאמאן סענס...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 6:49 pm

גראדער איך הער וואס דו זאגסט איבער די צווייטע וועלט מלחמה, עכ"פ מיין געפיל זאגט מיר אז דא איז א פאסירונג וואס וועט ארויסרופן מער קריטיק קעגן מדינת ישראל און אנטי מדינת ישראל שריט, ווי סיי וועלכע פאסירונג אין די היסטאריע פון די מדינה.

אלנפאלס, ס'קען זיין, און איך האף אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז, איך בין ראנג אין מיין געפיל.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 8:13 pm

תגובהדורך פראפעסאר שטארקמאן » מאנטאג מאי 31, 2010 6:51 pm

עס עפעס האט געשריבן:א טוויטער קאמענט אין וועלכע איך האב זיך אנגעשטויסן:
carlgardner‎: More commentary on the Israel-flotilla crisis that leaves me speechless: | RT @n45ru: Hittler please wake up & kill israel right now..

שוידערליך!!! עמיצער זאל קומען און זאגן אז מדינת ישראל האט אטאקירט דעם שיף ווייל זי איז געווען באזארגט צוליב "מעגליכע וואפן" אויפן שיף.

דא האסטע א וועלט וואס שטורעמט קעגן אידן אצינד, לענדער וועלכע פארדאמען מדינת ישראל, אפילו טערקיי וועלכע האט לעצטנס שוין געלעבט אין גוטע טערמינען מיט די מדינה, און אפילו לענדער וועלכע שטראשענען מיט מלחמה קעגן מדינת ישראל!!!

און דא אויף איי וועלט קען מען זעהן ווי עטליכע קענען גאר בארעכטיגן דאס וואס די מדינה האט געטון און דאס גאר אויסלויבן!!!


כ'זעה נישט וואס די ביסט אזוי אויפגעשוידערט, ביזט יעצט געוואר געווארען אז מ'האט פיינט די אידען,
די מציאות איז אז אין דעם אינצידענט האט מדינת ישראל נישט געהאנדעלט אזוי געפערליך זיי האבען זיך נאך פראטעקטעד אין דעטס איט, וואס ווערסטע אזוי ווילד האטער געשריבען אזוי נו איז וואס?
אז ער וויל קען ער עס שרייבען נאך אמאל, ער איז נישט די איינציגע שונא ישראל, זאל דער באשעפער האלטען די רעכטע האנט אין אין ראטעווען פין די שונאים מבית ומבחוץ

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 31, 2010 6:53 pm

ווידער ווערט רב עס עפעס פארלוירן פון א אומשולדיגע בריטישע שיקסע.

די אלע וואס זענען געקומען איוף די מיסיע האבן גאר גוט געוואוסט אז זיי גייען נישט אויף קיין פרידליכע טריפ, די מדינת ישראל בלאקאדע האלט שוין אן יארן, און זיי זענען קלאר געקומען דורכברעכן די מדינת ישראל בלאקאדע, ווען די שיפן זענען צום ערשטן מאל אנגעקומען צו די עזה וואסערן האט די מדינת ישראל ארמיי דורך די ראדיא זיי געבעטן פרידליך זיי זאלן אפציען פון דא ווייל פון דא און ווייטער איז קיין ציווילע שיף נישט ערלויבט אריינצופארן, די 6 שיפן האבן זיך אויסגעדרייט און אוועקגעפארן, דערנאך זענען זיי צוריקגעקומען א צווייט מאל, און די תמימות'דיגע בריטישע שיקסע האט געמיינט אז יעצט גייט מען זיי פרידליך אדורכלאזן...

נאכמער, 5 פון די זעקס שיפן האבן גלייך קאאפערירט, און גארנישט איז דארט נישט פארגעקומען, נאר אויף איין שיף איז מען געווארן אזוי דערשראקן אז מ'האט געשטאכן, געווארפן א סאלדאט דריי שטאק אראפ, געווארפן פייער פלעשער, וכו'....

קאם אן, מדארף נישט און אפשר טאר מען נישט זיין בלינד לטובת די מדינה, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו זיין בלינד קעגן זיי אויך נישט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג מאי 31, 2010 7:39 pm

גראדער האט געשריבן:קאם אן, מדארף נישט און אפשר טאר מען נישט זיין בלינד לטובת די מדינה, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו זיין בלינד קעגן זיי אויך נישט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], private, אביונה, אהרן הלוי, אזוי וויל איך, מטעמים, משהלע, פייווישעל, פרעג נישט און 68 געסט