מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 10

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:01 pm

אפדעיט:

there are reports of a rocket landing in the southern Israeli city of Ashkelon.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:05 pm

גראדער: הערליך, און מסודר.

עס ווילט זיך מיר אבער פארשטיין דיין אומצאליגע באווארענונגען אז דו רעדסט "נאר" פון גריכלאנד'ס פערספעקטיוו" "נישט די דעת תורה'דיגע",

וויל איך פארשטיין, זיי מוחל ביטע, "וואס איז יא די תורה'דיגע מיינונג" וואס זאגט דעת תורה, השקפת התורה.

איז זי א פאנאטישע? די תורה וואלט געזייטיגט מיט די שיפן, און זיי געלאזט פירן וואפן אן קיין אפשטעל?, איך וויל באמת פארשטיין, פארוואס זאל די תורה באגערן אז כאמאס זאל זיין אויפגעריסטעט מיט געווער, פארוואס זאל די תורה באגערן אז ציווילע אידן זאלן זיין אונטער טעראר פון די פראים. 
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:10 pm

אפדעיט:

דער טערקישער פרעמיער האט יעצט געזאגט אז זיינע קאסטומס אגענטן האבן דורכגעקוקט דעם שיף און עס זענען נישט געווען דערויף קיין וואפן.

(דער טערקישער פרעמיער איז אפשר אויך א טייל פונעם טעראריסטישן פלאן דא?...)
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:13 pm

עס איז נישט רעלעוואנט צו ס'יא געוועהן געווער צו נישט, פונקט ווי ס'כמעט נישט רעלעוואנט צו סאדאם כוסעין האט געהאט ביאלאגישע וואפן, און אמעריקא איז טראצדעם געגאנען אין קריג, און עס האט שוין געקאסט טריליאנען און טויזענטער אמעריקאנע לעבנס.

די פוינט איז נישט צו סגעוועהן וואפן, די פוינט איז שנאת עולם לעם עולם!!!

זיי זענען ראנג ווייל זיי מיינען אז א מדינה איז א ענדגילטיגע טויט קלאפ צו די שנאת ישראל, און א לעזונג צו די "אידישע פראגע", דאס מאכט זיי אבער נישט ראנג אין די וועג וויאזוי זיי פרובירן צו פרין דאס לאנד, גענוי אזוי ווי יעדע דעמאקראטישע לאנד ארום די גלאוב.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג מאי 31, 2010 12:16 pm

וואו איז דער טערקישער פרעמיער געווען ביזט איצט?

און הרב פרייליכערהייט, איך בין נישט דער וואס זאל זאגן דעם "דעת תורה" און אוודאי נישט צווישן די שפאלטענעס פון איי וועלט, אבער יכול להיות אז ע"פ תורה איז נישטא קיין היתר אין גלות צו קאנפראנטירן דעם גוי 100 מייל אוועק ווייל אפשר גייט ער דיך באפאלן...

-----------
האסטו מיר אריינגעהאקט...

הוא אשר דיברתי, דאס וואס זיי זענען נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה מאכט זיי נאכנישט פאליטיש אומגערעכט!
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג מאי 31, 2010 12:18 pm

כבוד הרב עס עפעס
איך בין יעצט צוריק אריינגעפאלן אין דעם אשכול און איך זעה דא א הייסע דעבאטע און דיין צד איז אז מדינת ישראל וואלט געקענט בעסער האנדלן,
לויט ווי אזוי איך קוק עס אן (פון א גויאישן פערספעקטיוו) זעה איך נישט קיין בעסערע וועג ווי אזוי זיי וואלטן געקענט האנדלן,
קודם צו די פאקטן, די שיפן זענען אנגעקומען צו די ישראל וואסערן וואס פירן קיין עזה האט א מיליטערישע שיף זיי געהייסן זיך צוריקדרייען ווייל קיין שום שיף האט נישט קיין רשות דורכצופארן קיין עזה, האבן זיי זיך אוועקגעדרייט און נאך א שטיק צייט נאכאמאל פרובירט אדורכצופארן האט מען זיי פריש אפגעפאדערט צו פארלאזן, הערשט דאן האט זיך אנגעהויבן די אקציע, קאמאנדאס האבן זיך אראפגעלאזט אויפן דעק און זיי זענען תיכף אויפגענומען געווארן מיט מעסערס און פליענדע אייזן און אנדערע געגנשטאנדן און דאן ווען זיי זענען געווען אין סכנה האבן זיי אנגעהויבן שיסן און וואס איז געשעהן איז געשעהן, גיב א קוק נאך אין די ווידיאו וואס די האסט פריער ארפגעברענגט אדער אין קהת'ס ווידיאו ווי מען זעהט דארט קלאר ווי די קאמאנדאס לאזן זיך אראפ און מען מקל'ט זיי אן און מען שיסט אויף זיי און הערשט נאכדעם הייבן זיי אן שיסן,
יעצט צוריק צום ענין, וואס וואלטן זיי געדארפט בעסער האנדלן?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:20 pm

'Israel will drown in blood'

אט דאס איז וואס די פראטעסטירער אין טערקיי שרייען.

זאלמיר עמיצער זאגן אז די מדינה האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג.

---
פונקטליך האקט אריין. כגיי שוין ליינען
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:22 pm

הונדערט מייל אוועק? ווען ער פארט אין מיין דירעקציע אויף א ספיד פון זיבעציג מייל א שעה!! און איך בעט אים שיין אפצונויגן....

איך בעט מיך ביי אים שיין, זענען מיר נישט אין גלות באאויפטראגט צו רעדן שיין, און דאס איז גענוי וואס זיי האבן געטון. איך זאג נישט אז זיי האבן עס געטון מיט די "תורה" אין געדאנק. איז אבער עס נאך וועגן דעם נישט בהחרח שלא עפ"י תורה.

איז עס נישט אבסורד אזוי צו טראכטן, אז נאר ווען ער האט שוין די וואפן אין זיין באזיס, און עס איז באהאלטן, און פארשטעקט, און די טעראריסטן זענען שוין באוואפענט, און דאן איז פיל שווערער אריינצוגיין אין עזה און זיי אויסראטן!!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 31, 2010 12:26 pm

פארפאלן, די אלע וואס האבן אמאל געמיינט א מרשעים יצא ישועה, אז פון די מדינה של גיהנם וועט מען זיין במנוחה, זענען שוין מודה אז חוץ קאפ-וויי; שנאת ישראל; און אריינגעלייגט א סכנה תושבי ארצינו הקדושה; האט די מדינה גארנישט געברענגט פאר אידן.

וואס גייט מיר אן צו זיי האבן יא געמעגט צו נישט, זיי טארן נישט עקזעסטירן עפ"י תורה און עפעס חוץ די תורה וויל איך ניטאמאל הערן.

שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:26 pm

פריילי, כגעב נאר א פארשלאג, פארוואס האבן זיי נישט געקאנט ארומרינגלען דעם שיף מיט פילע מיליטערישע שיפלעך און אזוי ארום דאס צווינגען זיך אפצושטעלן?

----
דער עולם טראסקעט אריין אין גרויסן...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:31 pm

Turkey, Greece, Spain, Denmark, Sweden and Norway
דאס זענען דערווייל די לענדער וועלכע האבן צוריקגערופן זייערע אמבאסאדארן פון מדינת ישראל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג מאי 31, 2010 12:32 pm

עס עפעס האט געשריבן:פריילי, כגעב נאר א פארשלאג, פארוואס האבן זיי נישט געקאנט ארומרינגלען דעם שיף מיט פילע מיליטערישע שיפלעך און אזוי ארום דאס צווינגען זיך אפצושטעלן?

און וואס וואס וואלט מען געטוהן נאכן ארומרינגלן און אפשטעלן? מען דארף דאך ממילא ארויפגיין און ס'וואלט געשעהן די זעלבע זיך צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:36 pm

אפדעיט:

אבאמא האט יעצט גערעדט אויפן טעלעפאון מיט נתניהו און געבעטן נתניהו אז ער זאל וואס שנעלער דערגיין די פאקטן איבער דעם שיף און איבער די שיסערייען אויפן שיף.
http://www1.voanews.com/english/news/mi ... 65199.html
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:37 pm

זיי שרייען אויף אמעריקא ערגערס, זיי פארברענען אמעריקאנא פענער, זיי פארברענען אמעריקאנע פרעזידענטן [בילדער מיין איך] און עס געשעהט גארנישט, עס איז אויפגערייצטע געמיטער אקעגן "די מדינה" אקעגן דעם יודן שטאט.

דייט עס שוין אן אויף עפעס אויסערגעווענליך מצד די מדינה?! ניין! יא, אוודאי וועט באן קימאן דער פינסטערע טיפש, מאכן א רעזולוציע "אנטקעגן" דאס לאנד, אוודאי וועט די וועלט פארדאמען די מדינה. פונקט ווי זיי האבן פארדאמט די מדינה און זיי באשולדיגט אויף די "אינטאפאדא" וואס דער עוכר ישראל פון ראמאלא האט געמאכט, נאך וואס ברק האט אים געוואלט געבן האלב ירושלים.....!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:39 pm

עס עפעס האט געשריבן:Turkey, Greece, Spain, Denmark, Sweden and Norway
דאס זענען דערווייל די לענדער וועלכע האבן צוריקגערופן זייערע אמבאסאדארן פון מדינת ישראל



דאס איז "היבש" שרעקעוודיג, און זארגפול.

אין אנדערע נייעס: נטורי קרתא פערסאנאל, שטורמען מיט העפטיגע פראטעסטן קעגן די מדינת ישראל אקציע! קאמענטארן איבריג.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:43 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:וואס גייט מיר אן צו זיי האבן יא געמעגט צו נישט, זיי טארן נישט עקזעסטירן עפ"י תורה און עפעס חוץ די תורה וויל איך ניטאמאל הערן.
שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.


און וואס אזאנס פאדערט די תורה, אין א פאל וואס מען זעהט א באוואפענטע שיף דערנענטערט זיך צום בארטן, און מען קען פארמיידן טויט פאר ציווילע?!

אז עס אינטערעסירט אייך נישט, און עס גייט אייך נישט אן. דאן ענפערט נישט, ווייל אן קיין איטערעסע וועט אייך נישט בייפאלן דעם ריכטיגן שכל הישר-דעת תורה'דיגע ענטפער.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:44 pm

קאם אן פריילי, דו ווייסט די עצה?

נישט מאכן א מדינה אין פוירסט פלעיס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:46 pm

אפדעיט:

די "אייראפעאישע יוניאן", וועלכע באשטייט פון 27 לענדער, האבן יעצט עמטליך פארדאמט מדינת ישראל'ס אויפפירונג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:47 pm

עס עפעס, עגסעקטלי!!!! יו היט איט אן די באטטאן, און איך בין פול איינשטימיג דערמיט, און קיינער דארף אפילו נישט מיין הסכמה, און דערפאר האבן אלע גדולי תורה, כולם פה אחד זיך קעגן געשטעלט דערצו....

ביי די וועג האסט געליינט וואס איך פריער געשריבן? ממש א בלאט צוריק, אז נישט דא האסטו:
פרייליכערהייט האט געשריבן:עס איז נישט רעלעוואנט צו ס'יא געוועהן געווער צו נישט, פונקט ווי ס'כמעט נישט רעלעוואנט צו סאדאם כוסעין האט געהאט ביאלאגישע וואפן, און אמעריקא איז טראצדעם געגאנען אין קריג, און עס האט שוין געקאסט טריליאנען און טויזענטער אמעריקאנע לעבנס.

די פוינט איז נישט צו סגעוועהן וואפן, די פוינט איז שנאת עולם לעם עולם!!!

זיי זענען ראנג ווייל זיי מיינען אז א מדינה איז א ענדגילטיגע טויט קלאפ צו די שנאת ישראל, און א לעזונג צו די "אידישע פראגע", דאס מאכט זיי אבער נישט ראנג אין די וועג וויאזוי זיי פרובירן צו פרין דאס לאנד, גענוי אזוי ווי יעדע דעמאקראטישע לאנד ארום די גלאוב.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:48 pm

אפדעיט:

די גרויע, כ'מיין די גרינע פארטיי אין אמעריקע האט יעצט ארויסגעגעבן א פארדאמונג קעגן די מדינה.

http://www.independentpoliticalreport.c ... or-israel/

---

פריילי קנאקט. ריכטיג ריכטיג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 31, 2010 12:51 pm

פריילי, הוא אשר דברנו, וואס האמיר צו רעדן צו זיי האבן געמעגט צו נישט. ווען הארגעט איינעם רעדט מען צו ער האט נאכדעם געמעגט צונעמן זיין זייגער? זיי טארן נישט האבן קיין מדינה בשו"א, אויף דעם איז נישטא קיין תירץ, נאכן מפקיר זיין אידיש בלוט ביים צווייטן קריג זענען זיי געקומען בעטן א מדינה ווייל מ'דארף א מקום לנוס שמה כל רוצח, און נאכן מורד זיין באלוקי ישראל און נעמען א מדינה פאלן זיי יעדן טאג אריין אין פרישע פראבלעמן, וואס איז א דירעקטע תוצאה פונעם סאמען ערשטן אקט, זיך נעמען אליין א גאולה.

וואס זיי זאלן יעצט טוען? תשובה טוען!

וואס מיר זאלן טוען? בעטן אז בקרוב נזכה להעקירה וכו' און ווי דער רבי שרייבט אין די הקדמה צו ויואל משה "אבל לא על ידי האומת" ווייל ס'וועט זיין א סכנה רח"ל, א זאך וואס מ'זעהט היינט בחוש, ולה' הישועה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג מאי 31, 2010 12:53 pm

זיך אנגעשטויסן אין דעם נארפישל אינעם שיקאגאו טריביון.

http://www.startribune.com/yourvoices/9 ... c:_Yyc:aUU

גאנץ קלאר דער ענין
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מאי 31, 2010 12:54 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:נאך וואס ברק האט אים געוואלט געבן האלב ירושלים.....!

97 פראצינט פון די שטחים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 31, 2010 12:54 pm

שמעלקא: גוט געזאגט.

איז ביטע: ווען מען רעדט פון די פאליטישע, מיליטערישע חלק דערפון, ווער נישט "צומישט" אז איינער לויבט חלילה די מדינה, וואס איז אסור עפ"י תורה......!

מען ווייסט און מען חזרט דאס כסדר!!! זיי זענען די צינדערס, זיי זענען די שואה אנדרייער, וכולי וכולי.....

דאס גיבט אבער אונז נישט רעכט, זיך צוצושטעלן צו די פוסטע פארדאמונגען פון די וועלט לענדער וואס שפרונגן אויף זיי. פינטעלע
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 31, 2010 12:56 pm

בנוגע די בלאקאדע ארום עזה: מדינת ישראל ליפערט 15,000 טאנען הומאניטארע הילף און עסן קיין עזה וועכנטליך, היבש מער וויפיל עס האט זיך געפינען אויף די זעקס שיפן אינאיינעם.

איר ווייסט אפשר וויפיל מען שיקט פון די צווייטע אפגעשפארטע גרעניץ - עגיפטען?

די שרעקליכע הונגער אין עזה!
לעצט פאראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום מאנטאג מאי 31, 2010 1:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”