מערכה כבידה איבער גראבונגען אין ביה"ח אין אשקלון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 17, 2010 5:07 am

אריאל האט געשריבן:די ארבעט אין אשקלון האט זיך פארענדיקט, דער ברייטער חריידישער עולם האט נישט דעמאנסטרירט. ווייל קיינער פון גדולי ישראל א חוץ פון רבני העדה, האט נישט אויסגערופן צו דעמאנסטרירן.
...יידן יראים ושלמים וועלכע באלאנגען נישט צו זייער קליינצאל קרענצל, האט ארויס גערופן גרויסע פארדאמונגען.


1. וועלכע און וויפיל פראצענט פון די "גדולי ישראל" רופן געווענליך יא ארויס צו דעמאנסטרירן ביי אנדערע פירצות הדת א חוץ די רבני העדה?

2. פון די "יידן יראים ושלמים" זענען אויך פארהאן אזעלכע וואס זענען מוחה אויף כבוד שמים? אדער נאר אויפ'ן כבוד פון זייערע אייגענע גדולי ישראל?

3. זינט ווען איז "קליינצאל" א באליידיגונג? כי אתם "המעט" איז ביי אונז אידן שטענדיג געווען א רבותא!

4. די וואס האבן זיך אנגערופן און פארדאמט אין גרויסן, טוען אויך פארדאמען די מאסיווע טעגליכע חילולי כבוד שמים וואס קומען פאר אין מדינת ישראל? דאס אז הונדערטער טויזענטער אידישע אפשטאמיגע ווערן ערצויגן צו א כפירה'דיגע חינוך רופט אויך ארויס "גרויסע פארדאמונגען" ביי די וואס געהערן צו די גרעסערע קרענצלעך פון דער "ברייטער חריידישער עולם?" דאכצעך אז דער חרדי'שער מאיר פרוש איז סגן שר החינוך, נישט אזוי? ער נעמט אויף זיך די אחריות פון די הונדערטער טויזענטער אידישע נשמות וואס ווייסן נישט פון דעם פסוק ראשון שבקריאת שמע? אדער איז ער פארנומען "אויפצוטאהן פאר אידישקייט" און האט נישט קיין צייט פאר די קלייניקייטן?

5. אידן יראים ושלמים וואס געהערן צו די עדה טוהן נישט "אונטערצינדן מיסט-קאסטנס, שעדיקן סינגאל-סלופעס, אויסרייסן שילדן, און מזיק זיין פאר זייערע אייגענע שכנים". אבער כ'גלויב אז טאמער איר האט אמאל בייגעוואוינט א פראטעסט ווייסט איר גאנץ גוט ווער עס זענען די וואס טוהן אפ די ווילדע זאכן. אייך איז אבער ליבערשט צו באשולדיגן דאס גאנצע קרענצל פאר די שענדליכע מעשים פון יחידים.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 17, 2010 7:12 am

אריאל
האסט פארגעסן ווי יאנקעלע ליצמאן (דער כלומר'שטער שליח פון דיינע גדולי ישראל) האט נישט אזוי לאנג צוריק געסראשעט מיט פארלאזן די קאליציע אויב מען גייט גראבן אין אשקלון, ווי איז ער יעצט............. ווי נאר ער האט געפילט אביסעלע היץ האט ער ווי א קעצל א דריי געטאן מיטן וויידל און פון אלעם פארגעסן.....
ווי א בת היענה וואס טונקט זיך דעם קאפ אין זאמד, האט ער א דאגה די ברזילי שפיטאל זאל ח"ו נישט דעקן די מעשים תעתועים פון די אנשי רשע, הכופרים בתחיית המתים ובהשארת הנפש......
יא יא כ'פארשטיי אים זייער גוט, צו סטראשען איז ער דא, אבער כאפן פעטש, יא, דאס זאלן די עדה'ניקעס כאפן.....
יודע ביבי נפש בהמתו... אזא פנים האבן זיי....... ווי זאגט מען דא אין אמעריקא 'שעם אן יא'
מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם!!
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג מאי 17, 2010 7:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » מאנטאג מאי 17, 2010 7:19 am

צו ערשט ר' יודל, איך מוז איך זאגן, אז כ'האב הנאה אייך צו ליינען.

איצט לענייננו:

1) די ליטווישע רבנים ווי הרב אלישיב, און די חסידישע רעבעס, זענען גדולי ישראל און מנהיגי הדור, דער ברייטער חריידישער עולם איז הארכזאם צו די מנהיגים, און פירן זיך ווי עס שטייט: ועשית ככל אשר יורוך. און ס'זענען שוין פארגעקומען גרויסע דעמאנסטראציעס. (איינס פון זיי איז געווען אנטקעגן דער הויפט-געריכט, דעמאלט האבן זיך באטייליקט ארום א האלבער מיליאן יידן !)

2) יידן יראים ושלמים טוען וואס זייערע מנהיגים באפעלן זיי.

3) "קליינצאל" איז נישט קיין באליידיקונג.

4) דאס, אז הונדערטער טויזענטער אפשטאמיקע יידן ווערן ערצויגן אן קיין שמע ישראל און אן קיין טראפן יידישקייט, איז טאקע אך און וויי. דער חריידישער עולם איז צום באדויער "קליינצאל" אין א"י, און נישט בכוח צו ענדערן דעם מצב.
ליידער זענען מיר אין גלות, און אונדזערע גדולים זארגן פאר "יבנה וחכמיה" און דאס קומט אן שווער און ביטער. (ווייסט איר למשל, וואס גייט דא פאר איצט, מיט די גזירה פון "לימודי ליבה" ?)

5) די וועלכע האבן זיך צעווילדעוועט אין די גאסן, געהערן אלע צו די עדה. וואס זיי האבן געטון איז נישט קיין דעמאנסטראציע, נאר פשוט א וואנדאליזעם. ווו זענען זייערע מנהיגים? כיוון ולא מחו ביה, שמא מינה קא ניחא להו...

וואס זאגט איר ר' יודל, וואלט אזוינס געקאנט פארקומען אין ווילאמסבורג אדער אין בארא-פארק???

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 17, 2010 7:26 am

יא אריאל, מיר ווייסן וואס גייט פאר מיט די גזירה פון לימודי ליבה

אבער
איש יהודי היה בנוא יארק ושמו היה רבי יואל טייטלבוים זצ"ל האדמו"ר מסאטמאר אשר חזה את כל זאת מראש ברוח קדשו, שעוד יבוא יום וישלטו הזדים הללו על המוסדות הקדושים וצווח ככרוכיא נגד אלו הנהנים משלחן איזבל, נו היינט זעהט מען שוין ווי גערעכט ער איז געווען.....

סיז א גרויסע נסיון געלט נעמען, אבער דאס זענען די תוצאות.....

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » מאנטאג מאי 17, 2010 7:34 am

יהי כן.

די עקסטרעמע שיטה פון סאטמער איז נישט אנגענומען ביים חריידישן ציבור, און פארשטייט זיך אז אויך נישט ביי די אויבן דערמאנטע גדולים.

איש על מחנהו ואיש על דגלו...
לעצט פאראכטן דורך אריאל אום מאנטאג מאי 17, 2010 7:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 17, 2010 7:35 am

די 'יידן יראים ושלמים' טענה'ן שטארק אז ס'יז קברי עכו"ם.

. אשרי המטהרים את אשקלון מטומאת מת!
יהושע | 16/05/2010 20:40:09
אשרי מי שמפנים את קברי הגויים מאשקלון ומטהרים את העיר מטומאת מת! הם הולכים בדרכם של רבן יוחנן בן זכאי ורבי שמעון בר יוחאי שפינו קברי מתים מטבריה וטיהרו את העיר (בבלי שבת דף לג עמ´ ב; ירושלמי שביעית פר´ ט הל´ א, בראשית רבה פרשה עט, ועוד).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג מאי 17, 2010 7:51 am

אריאל האט געשריבן:יהי כן.

די עקסטרעמע שיטה פון סאטמער איז נישט אנגענומען ביים חריידישן ציבור, און פארשטייט זיך אז אויך נישט ביי די אויבן דערמאנטע גדולים.

איש על מחנהו ואיש על דגלו...

מיט'ן שרייבן אזעלכע ווערטער שטעלסטו זיך ארויס אלץ זייער אומבאקאנט אין די דאזיגע ענינים.

צו שרייבן אז די עקסטרעמע שיטה איז נישט אנגענומען ביים חרדי'שן ציבור און ביי די גדולים איז אומ-ריכטיג, ופוק חזי לשונו של הגאון הרב שך ז"ל בהספדו על רביה"ק מסאטמאר ז"ל וואו ער האט מודה געווען אז באמת איז סאטמאר רב גערעכט אז מען טאר נישט נעמען קיין געלט נאר מיר זענען נישט גענוג שטארק דאס אויסצופירן אבער מיר דארפן דאס רעספעקטירן (דאס איז נישט זיין לשון איך דארף עס נאכזוכן, אבער דאס האט ער געזאגט).

ווער דארף א גרעסערע ראי' פון רחמסטריווקא, וואס ווי נאר דער נייער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם שבט הנהגה האט ער זיך לגמרי מתנזר געווען משולחן איזבל, דאס ווארפט א שטיקל בליק ווי שטארק די עקסטרעמע שיטה ווי די רופסט עס איז טיף אין הארצן אנגענומען ביי די גדולים אין יענעם לאגער. ודי בזה.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 17, 2010 7:59 am

אריאל האט געשריבן:יהי כן.

די עקסטרעמע שיטה פון סאטמער איז נישט אנגענומען ביים חריידישן ציבור, און פארשטייט זיך אז אויך נישט ביי די אויבן דערמאנטע גדולים.

איש על מחנהו ואיש על דגלו...


תינח אז איר זאגט עס פאר פופציג יאר צוריק, היינט וועט יעדער שוין מודה זיין אז ס'איז נישט געווען אזוי עקסטרעם, אפשר גאר מילד, מ'זעהט דאך ליידער צו ווי מ'איז אנגעקומען. נישטא וואס צו רעדן, כי השוחד יעוור און ס'איז כוח הפועל בנפעל אז ס'איז נישט מעגליך צו האבן דער ריכטיגן בליק אין אזא פאל. אדרבה, אפשר ענטפערט איר פארוואס ליצמאן איז נאך אין די קאאליציע?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 17, 2010 8:04 am

אריאל האט געשריבן:צו ערשט ר' יודל, איך מוז איך זאגן, אז כ'האב הנאה אייך צו ליינען.

איצט לענייננו:

1) די ליטווישע רבנים ווי הרב אלישיב, און די חסידישע רעבעס, זענען גדולי ישראל און מנהיגי הדור, דער ברייטער חריידישער עולם איז הארכזאם צו די מנהיגים, און פירן זיך ווי עס שטייט: ועשית ככל אשר יורוך. און ס'זענען שוין פארגעקומען גרויסע דעמאנסטראציעס. (איינס פון זיי איז געווען אנטקעגן דער הויפט-געריכט, דעמאלט האבן זיך באטייליקט ארום א האלבער מיליאן יידן !)

2) יידן יראים ושלמים טוען וואס זייערע מנהיגים באפעלן זיי.



ביז ס'קומט צו די טאש...

אריאל האט געשריבן:יהי כן.

די עקסטרעמע שיטה פון סאטמער איז נישט אנגענומען ביים חריידישן ציבור, און פארשטייט זיך אז אויך נישט ביי די אויבן דערמאנטע גדולים.

איש על מחנהו ואיש על דגלו...



די עקסטרעמע שיטה פון די תורה איז אויך נישט אנגענומען ביי רוב וועלט, כי אתם המעט מכל העמים

ראבער זאת התורה לא תהא מוחלפת

ווי האט וואידיסלאווער רב געזאגט פאר יענעם וואס האט געשריגן אז מען מאכט א חילול השם, איר האט רעכט, מען איז מחלל שם ציונות בעולם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » מאנטאג מאי 17, 2010 8:39 am

רבותיי,

דער כלל לגבי שיטות, הנהגות, מנהגים אדג"ל, איז איש על מחנהו ואיש על דגלו.

(כדאי אפשר צו נעמען אין באטראכט, אז אזוי ווי מען קען נישט פארגלייכן רעטעך צו קנאבל, קען מען אויך נישט פארגלייכן די חריידישע באפעלקערונג פון ישראל צו די חריידישע באפעלקערונג פון אמעריקע. די אונטערשיידן צווישן די ביידע באפעלקערונגען ווייסט איר נישט ווייניקער פון מיר, זענען גאר גאר גרויס)

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג מאי 17, 2010 8:43 am

כמדומה אז די רעדע איז נישט דא פון קיין עניינים הנהגות און מנהגים אדג"ל אויף וואס עס איז שייך די איש על מחנהו וכו'.

אגב, אז מ'רעדט שוין -אריאל- וואס איז נייעס אין בארא פארק?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 17, 2010 10:29 am

לשיקבה"ו לקיים מצות עשה שלא לומר וגו'
ויהי נועם ה' וגו'

אריאל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2009 7:10 am

תגובהדורך אריאל » מאנטאג מאי 17, 2010 11:07 am

צום זאך.

וואס איז נייעס אין בארא-פארק ?

פרעגט בעסער נישט. טויזנטע סאטמערעס האבן זיך פארטאגס צוזאמענגעקליבן אויף 13סטן עוועניו, נעבן דער רעסטאראנט "כשר-דעלייט", אויף צו דעמאנסטרירן אנקעגן די חיטוטי דשכבי אין אשקלון.

פלוצלינג ווי על פי נס, האבן זיך מיטאמאל אונטערגעצינדן צענדליקע מיסט-קאסטנס לענגאויס די גאס. דער עולם איז שטארק באגייסטערט געווארן דערפון און גענומען זינגן מיט גרויס התלהבות "בר-יוחאי",

די פייער-לעשערס זענען געקומען צולויפן פון אלע זייטן, די הצלה-לייט האבן זיך באשעפטיקט מיטן פארטרייבן דעם רויך. די שומרים האבן מחדש געוון די לבנה, און די פאליציי-לייט האבן געזאגט תהילים.

סוריאליסטיש? ביי אונדז איז עס נישט סוריאליסטיש.

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » מאנטאג מאי 17, 2010 11:13 am

[quote="ווינקל"]לשיקבה"ו לקיים מצות עשה שלא לומר וגו'
ויהי נועם ה' וגו'[/quote

מעגליך אז ער וועט נישט הערן אבער זענען דאך דא טויזענטער אידן וואס וועלן דאס יא הערן
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 17, 2010 11:15 am

אין ארץ ישראל, ווי ס'איז קרובים אל החלל זענען די געמיטער טאקע מער אנגעהיצט. ווי וואלט איך זיך געפירט ווען כ'דארף שטיין מיט מינים ואפיקורסים מידי יום ביומו? אפשר געשעט עס ווייל דער ווייטאג איז אזוי גרויס אז מ'קען זיך נישט קאנטראלירן?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג מאי 17, 2010 11:37 am

אריאל, קיפ אן מיט דיינע לעבעדיגע באריכטן פון בארא פארק. דא ביי אונז אין ארץ ישראל איז שטיל..

---
אריאל, נישט קיין חילוק וואו דו וואוינסט, דאס ווייסט אבער יעדער, און די עדה החרדית האט דאס שוין מערערע מאל איבערגעוויזן אז די מיסט קאנעס פארברענער זענען ווייט ווייט אנהענגער פון די עדה החרדית קרייזן, זיי זענען בלויז ווילדער יונגען, שב"בניקעס וואס ווילן אויפהיצן די געמיטער און גארנישט מער. בעיני ראיתי זייענדיג אין ארץ ישראל וויאזוי די ערליכע מוחים האלטן זיך צו די פארשריפטן פון די עדה החרדית בשעת ווען די מירער יונגען שטופן און שטויסן די פאליציאנטן.
אלזא ביטע פרובירט נישט צו מבאיש ריח זיין די וואוילע ערליכע אידן וואס זענען באמת מוחה אויף חילול כבוד שמו יתברך מיט די פאר שבאבניקים וואס קערן איבער די גאסן.

אדאנק ארעסטאנט פה ירושלים עהי"ק תובב"א.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מאנטאג מאי 17, 2010 11:54 am

נו,ווער פארט אראפ יעצט קיין מאנהעטן צו די מאסן פראטעסט- אונז איבערציגעבן א באריכט פונעם פראנט?

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 11:56 am

הייסט עס אז די עדה'ניקעס זענען גאר די פרידליכע מוחים?

פארוואס גיבסטו אונטער ארעסטאנט,

ניין! די עדה'ניקעס זענען נישט פרידליך, און מיט רעכט... די ציונים זענען אויך נישט פרידליך, און קיין התגרות באומות איז נישט דא, ווייל די רוסישע פאליציי זענען דאך נאר ארבייטער פאר'ן יודן לאנד, און שוין, טא פארוואס טאר מען נישט נעמען די מקל נידודים וואס מיר פארמאגן, און ענדליך מיט איר זיך באנוצן פאר וועם עס קומט??
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 17, 2010 12:01 pm

פרייליכער גערעכט, אבער פארט טאר מען נישט אוועקנעמען פון די שאבאבניקעס זייער ערליך פארדינטן קרעדיט...
...
אריא' אוואו ביסטו? אן דיר קען דער דיאלאג לאנג נישט אנציהן,

איינער האט געזעהן ערגעטץ סעיגענען?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 12:11 pm

שטארק זיך: יא! די שאבאניקעס כאפן זיך ארויף, אויף וואס די מצב איז, אין גוש קטיף זענען אויך די שבבניקעס געוועהן די דאזיגע וואס האבן פראוואקאצירט, און געפלינדערט די מיליטערישע מאכט, אויך דארט האבן זיי אויסגעפירט דאס וואס די מתנחלים וואלטן געקענט באשטיין, עס זאל געטוהן ווערן...

יא, דעם סעיגן האב איך שוין לאנג נישט געזעהן, אבער איך זעה אז דו זעהסט אים נאך באנפין נהירין!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 17, 2010 12:15 pm

בנוסף בנוסף צו דעם אלעם פריערדיגן, וואס אריאל סעיגען פארשטייען יא צו נישט
האט זיך געשאפן א נייער פראבלעם, וואס ווערט נאר ליידער ערגער מדי יום ביומו
זה הענין של חיטוטי שכבי בארצות הגולה, די מדינות פון ווי מיר זענען פארטריבן געווארן פאר א צירקע פינף און זעכציג יאר צוריק, ווען זיי זעהן ווי אין די אידישע מדינה מאכט מען 'פינוי קברים' אויף אן אופן פון טראקטארן צוברעקלען עצמות מתים און דאמפן זיי כדומן על פני השדה... נו דזשע פארוואס זאלן זיי דאס נישט טון מיט די קברים פון אונזערע אור עלטערן. וועמענס ערד\פראפערטי אויף וואס זיי ליגן איז כהיום ווערט א הון עתק...... אויב לפי שיטת אריאל ודעימיה אז דאס האט דער שו"ע געמיינט אז מען מעג מפנה זיין קברים לצורך רבים.............
דער פראבלעם איז א מציאות'דיגער פראבלעם, ווי עס זענען מעיד און עס שטויסן זיך אן די וועלכע טוען אין די ענינים... דאס האט גארנישט מיט סאטמאר רב'ס שיטה.....

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג מאי 17, 2010 12:15 pm

אין דעם אשכול וואלט ער שטארקע נוצן געברענגט דער סעיגען, חבל...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 17, 2010 12:19 pm

ער איז נעבעך איינגעשפארט אין א פארשפארטן אשכול, בעט די מנהלים זאלן עם פריי לאזן [ביז דער אשכול ווערט פארשפארט....]

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 12:20 pm

יהי': זייט מוחל, און פארשטייט גוט, ווער סאי' מפרסם פאר די אייראפע'אישע לענדער, וואס אין דעם פארשטופטן אשקלון טוט זיך.....

ועוד, אין לונדון האט מען גאר נעכטן גע'פויעלט אויף א אור אלטע ביה"ח, און עס קוקט נישט אויס ווי אשקלון איז א גרין לייט,

בנוסף לזה, טוט דאך נטרונא, א גוטע דשאב לעצטענס מפרסם זיין פאר די אומות, אז דשוס אר נאט זייעניסטס, אזוי ארום קען קיינער נישט טענה'ן אז די מדינה שטעלט א פרעצעדענט פון אידישע גרובונגען, ווייל זיי פארטרעטן דאך נישט קיין יודן, ודו"ק
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג מאי 17, 2010 12:21 pm

יהיה כן האט געשריבן:ער איז נעבעך איינגעשפארט אין א פארשפארטן אשכול, בעט די מנהלים זאלן עם פריי לאזן [ביז דער אשכול ווערט פארשפארט....]


פאלט דיר נישט איין אז אריא' איז סעיגן'ס גלגול ?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, אץ קוצץ, יישר כח, ימות המשיח, מי הוא זה און 46 געסט