לאס אנדזשעלעס טיימס: חרדים באדראען מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 12, 2010 3:11 pm
דאס ארטיקל אינעם לאס אנזשעלעס טיימס - וועלכע איז געווען היינט אויף דראדזש - טוט אונטער א פארשלייערט קעפל ציטירן א ישראלי'שן א.ג. 'פראפעסאר' וועלכער מאכט א סך הכל, אז דיסקרימינירטע אראבער, חרדי'שע מוסדות וועלכע לעבן אויף די מדינה קאנטע, און צו לעצט די 'פרומע' וועלכע האלטן נישטאמאל ביים זוכן ארבעט, אט די וועלן לסוף באנקראטירן און ארונטער ברענגען די מדינת בליענדע עקאנאמיע.
דער שרייבער - וועלכער ווייסט אגב צו ציטירן אז חרדים ווערן אין איזראעל באצייכענט אלס "פאראזיטן" - באשולדיגט די חרדים אין האדעווען די גרעסטע פאמיליעס (נישט קיין ליגענט...), פילן אן ס'רוב פון די רעגירונג'ס פינאנצירטע שולעס, אבער ווען ער פרעגט א געוועזענעם דאקטאר - אן "עולה" וועלכער האט אויפגעגעבן זיין פאך און געווארן א "פרומער" - פון וואנעט ער נעמט ס'רעכט נישט צו ארבעטן נאר לעבן אויף די מדינת חשבון, ענטפערט אים יענער "צו וועם וועט משיח קומען, די פרייע טאקסי דרייווער אדער די חרדים אין די ישיבות"?...