בלומבערג, באקומט קיסינדזשער פרייז, אין דייטשלאנד.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 11, 2010 8:26 pm
ווי קאמיש עס זאל סאונדן, ווי גרויליג עס זאל אויסקוקן, איז אבער פארט די פאקט אז דער ביליאנערישע בלומבערג, די מאיאר פון די גרויסע שטאט ניו יארק פון די פרייע אמעריקא, האט היינט באקומען גרויס כבוד, פון אזוינע וואס האבן לכאורה געוואלט עפעס באקומען אין אויסטויש.
ווי באקאנט קומט כבוד אלץ, אלס אויסטויש פאר עפעס וואס דער טיילער רעכנט אלס וויכטיגער, און אין אונזער פאל איז דאס די וואונדערליכע זאך וואס אלע ליבן דאס אייניג, "געלט" רופט זיך דאס אין אלע שפראכן, און אין אלע קולטורן איז דאס פון די מערסט גייענדע ארטיקלן, די מאיאר מייקל בלומבערג האט זיך אין די לעצטערע יארן אנגעזאמלט זייער זייער פיל דערפון. זייענדיג א מענטש מיט געניאלע ביזענס קוואליפיקאציעס. כבןד קען מען זיך טאקע נישט אליין טיילן, און אפגעבן, זאגן אבער כבוד פרעססער ארום די וועלט, אז מען קען עס קויפן, פאר געלט, יא, פאר אפאר דאלער פאר די ריכטיגע פערזאנען קען מען זיך איינהאלדלען די שעדליכע מאטריאל כבוד, וואס פארפאלגט און רייצט דעם מענטש פאר נאך.
בלומבערג ווי באקאנט האט זייער זייער זייער ליב אט די חשובע זאך כבוד, נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין, אז ער הערט אז איינער וויל אים דאס צוטטיילן לויפט ער אויף אלע פיר, ער פארט אפילו איבער די אטלאנטישע אקעאנישע וואסערן וואס טיילט אים אפ פון ס'כבוד, עס צו קריגן, ער איז מקפיד אז די נייעס אגענטורן זאלן עס דעקן, ככבודו הראוי, אזוי פארדינט ער דאפלט און איין שאס.
די לעצטע אזא פאל איז פארגעקומען אין דייטשלאנד ווי מייק איז ספעציעל געפארן אפצונעמען די הענרי קיסינדשער פרייז, דאס איז עפעס א מין כבוד וואס מענטשן וואס ליבן כבוד באקומען דאס, דשארדש בוש האט שוין אזא פרייז באקומען אין פארגאנגענע צייטן, די פרייז האט קיסינדשער אנגעהויבן צו פארטייילן אין יארע 2007 נאכדעם ווי ער האט זיך באררעכנט אז נישט נאר מיסטער נאובל פון נארוועגיע מעג טיילן, און פארוואס זאל נאובל האבן עקסקלוסיווע בעלות אויף כבוד דורך טיילן פרייזעס, אלזא טיילט ער אויך, און פארוועם? פאר מענטשן וואס ביישטייערן פאר קראססאטלאנטישע באציאונגען צווישן אמעריקא און אייראפע!
ער האט פארקירעוועט זיין וועג קיין דייטשלאנד דורך ענגלאנד צו פארטושן די מוחות נישט צו ווייזן קיין אפענע געבעטענישן נאך דעם אזוי פארהאפטן כבוד, האט ער אנגעגעבן אז ער פארט דארט זיך אומצוקוקן אויף די קאמערעס אין די לונדונ'ער גאסן צו וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אזוינע פייזל שאזאדן'ס זאל זיך נישט מאכן,
און ער איז מיט שמייכל אהיימגעקומען קיין ניו יארק ווייטער צו דאמינירן די העדליינס, און אויפהייבן 311 רופן.
מייק מיט זיין פרייז.