אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל
געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 2:15 pm
אפגאניסטאן און די אמעריקאנער-געפירטע אינוואזיע דארטן איז די לעצטע פאר וואכן שטארק אויף די העדליינס, און דער מצב דערווייל ווערט נאר ערגער און שווערער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.
מיט עטליכע טעג צוריק האט אפגאניסטאן פרעזידענט האמיד קארזאי זיך אויסגעדריקט גאר נעגאטיוו קעגן אמעריקע, זאגנדיג אז די אמעריקאנער מישן זיך צופיל אריין אין זייערע פריוואטע אנגעלעגנהייטן, און ער האט אפילו געסטראשעט אז אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן, וועט ער זיך אנשליסן מיט די טאליבאן!
עס איז קלאר פארשטענדליך פארוואס ער איז אזוי פרוסטורירט. די וואלן דארטן זענען געווען שטארק געפעלשט דורך זיינע אונטערטאנען, און דורך פארשידענע מיטלען פון קארופציע האבן זיי פרובירט אנצוהאלטן די קאנטראל פון די דארטיגע פארלאמענט. קארזאי'ס ברודער, וועלכער איז א ריזן דראג האנדלער, פארדרייט אויך א קאפ פאר קארזאי'ן און ער פרובירט אים צו באאיינפלוסן פאר זיינע פריוואטע ביזנעס אנגעלעגנהייטן.
די קאמענטארן פון קארזאי, אז ער וועט זיך אנשליסן מיט די טאליבאן, האט אויפגעשטורעמט וואשינגטאן און די אבאמא אדמיניסטראציע האט געארבעט מיט אלע כוחות צו פארטיידיגן קארזאי, וויסנדיג אז אויב וועט קארזאי ווייטער הערן פון די אמעריקאנער אין די מידיא ווי מען רייסט אים אראפ, וועט ער ווערן מער און מער אויפגערעגט.
אין איין פאל האט אפילו א איינגעשטעלטער אין די סטעיט דעפארטמענט פארלוירן זיין שטעלע פארן זאגן אין א אינטערוויו אז האמיד קארזאי ליידט אויף די נערוון און נעמט טאבלעטן צו בארואיגן זיינע אויסברוכן.
*
היינט מאנטאג מיטאג האבן עטליכע נאטא זעלנער געשאסן אויף א אויטא באס אויף וועלכע עס זענען געפארן ציווילע בירגער, אומברענגענדיג 4 און פארוואונדענדיג 18.
דאס האט געברענגט שטורמישע פראטעסטן אין די גאסן, מיט געשרייען "טויט צו אמעריקע".
אנאליסטן זאגן אז דער מצב אצינד איז זייער שמאל און אמעריקע האלט ביים פארלירן יעדעס ביסל צוטרוי פון די אפגאנער בירגער, וואס דאס איז די הויפט נייע סטראטעגיע פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אריבערצוגעווינען די אפגאנער בירגער.
ביי די נארוואס-פארענדיגטע אפענסיווע אין מארזשא, וואו עס איז געלונגען פאר די מיליטער ארויסצואווארפן די טאליבאן, האט די מיליטער געניצט גרינע דאלארן אונטערצוקויפן די אפגאנער בירגער, אז זיי זאלן ארויסגעבן אינפארמאציע איבער טאליבאנער. די פראגע איז צי נאך די שארפע אנטי-אמעריקאנער אויסדרוקן פון קארזאי און נאך די היינטיגע פאטאליטעטן וואס 4 ציווילע אפגאנער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די מיליטער, וועט נאך קעש ווערד זיין פאר די אפגאנער בירגער.
(אגב: פארשידענע באריכטן זאגן יעצט אז טייל פון די טאליבאנער זענען צוריקגעקומען קיין מארזשא און נאכגעגאנגען די נעמען פון די מארזשא איינוואוינער וועלכע האבן באקומען קעש פון די אמעריקאנער מיליטער און זיי האבן זיי צוגענומען דאס געלט און געסטראשעט מיטן לעבן אדער אין געוויסע פעלער צוגעגעבן מער געלט ווי די אמעריקאנער, אז די איינוואוינער זאלן האלטן זייער מויל און גארנישט דערציילן פאר די אמעריקאנער.)