אמעריקע פארלאזט אפגאניסטאן נאך 20 יאר - טאליבאן נעמט קאנטראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איז די רעדע דא פון אלע סאלדאטן וואס געפונען זיך דארט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעיק ניוז האט געשריבן:איז די רעדע דא פון אלע סאלדאטן וואס געפונען זיך דארט?

.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:מאנטאג בלק

אין די לעצטע טאג צוויי האט די טאליבאן פארכאפט קאנטראל אויף איבער 10 דיסטריקטן אין אפגאניסטאן.
זינט מאי 1 למספרם ווען וואשינגטאן האט געמאלדן אז זי וועט ארויסציען אירע טרופן אויף ביז סעפטעמבער 11 למספרם האט שוין די גרופע פארכאפט מער ווי 50 דיסטריקטן.

ווערט באריכטעט איבער נאך עטליכע צפון דיסטריקטן וואס זענען איבערגענומען געווארן דורך טאליבאנע קעמפער.

די טאזשיקיסטאן "נאציאנאלע זיכערהייט קאמיטע" זאגט אז מער ווי 300 אפגאנער זעלנער זענען אריבער די גרעניץ ביים אנטלויפן פון די אנקומענדע טאליבאן קרעפטן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

לויט טייל באריכטן, האט שוין די טאליבאן איבערגענומען קאנטראל אויף ארום א דריטל פון 420 דיסטריקטן אין לאנד.

א ווארטזאגער פאר די ארטיגע אינערן מיניסטעריום זאגט אז דאס איז בלויז א צייטוויליגע זיג פאר די טאליבאן - עס איז דערווייל נישט באקאנט וויאזוי די אפגאנער רעגירונג פלאנירט זיך אן עצה געבן מיט די גרופע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווייזט אויס אז אמעריקע נעמט נאר "צייטווייליג" ארויס אירע טרופן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

לכאורה האסטו עס געמיינט אלץ א ווערטל. אבער צוריק אריינגיין קען מען באמת נישט. קאנגרעס איז די איינציגסטע וואס קען דערקלערן קריג, און דער פרעזידענט איז דער איינציגסטער וואס קען עס ענדיגן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גראדע מיין איך האט מען קיינמאל נישט אפיציעל געענדיגט דעם קריג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

האב איך געזעהן און די נייעס אז אזוי סאך ווי 700 ארמי ויקעלס זענען שוין אריבער צו די טאליבאן און די לעצטע פאר וואכן.
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די טאליבאן האט איבערגענומען 'צען דיסטריקטן' אין די לעצטע דריי טעג, און אכט פון דיסטריקטן אהן געפעכט. די אפגאניסטאנע קרעפטן האבן זיך אונטערגעגעבן. די צען דיסטריקטן זענען אין די צפון-מזרח באדאקשאן פראווינץ. 'מאהיב-אול ראהמאן', א קאנסיל מעמבער אין די פראווינץ, האט געלייגט דאס שולד פון די טאליבאנער געווינסן אויף די שוואכע מאראל צווישן די אפגאנער קרעפטן, און זייער מאנגל אין סופלייס.

די אפגאניסטאנע רעגירונג האט אין ענדע יוני ווידער אויפגעשטעלט מיליציע גרופעס וואס זענען באקאנט אלץ ברוטאלע רוצחים, אבער ווען עס איז געקומען צו די פארטיידיגונג פון די 'באדאקשאן' פראווינץ האבן זיי נישט געקעמפט מוט שטארקע מוט.

ווי אויך האט די טאליבאן געמאכט א ביסל פארשריט אין די קאנדאהאר פראווינץ, דער געבורטס ארט פון די טאליבאן ארגעניזאציע. נעכטן נאכט אין העפטיגע שלאכטן מיט די אפגאנער קרעפטן האבן די טאליבאן געווינען א וויכטיגע דיסטריקט, פּאנדזשוועי. צענדליגע פאמיליעס זענען אנטלאפן בשעת די געפעכטן אין פּאנדזשוועי. איין משפחה האט באריכטעט אז די טאליבאנער זענען געשטאנען אויף די ארומיגע בערג און געשאסן אויף ציווילע קארס וואס זענען ארויסגעפארן פון שטאט. די משפחה האט געזאגט אז זייער קאר איז געטראפן געווארן ביי פינעף קוילן, אבער קיינער איז געשעדיגט געווארן.

די טאליבאן באהויפטען אז זיי קאנטראלירן 100 פון די 421 דיסטריקטן.

אפגאניסטאנע קרעפטן ווארטן דער באגראם לופט באזע נאך וואס די אמעריקאנער מיליטער האט זיך פון דארט ארויסגעצויגן פון דארט דריי טעג צוריק

Afg Guard Bagram.jpg (98.19 KiB) געזען 693 מאל

צוויי בילדער פון די אפגאנער קרעפטן אין קונדיז סיטי פראווינץ וואו זיי שלאגן זיך מיט די טאליבאנער אין די לעצטע צוויי וואכן. דערווייל האבן די טאליבאנער נישט באוויזן עס איינצונעמען.
kundiz-AFGHANISTAN-CONFLICT.jpg
kundiz-AFGHANISTAN-CONFLICT.jpg (284.53 KiB) געזען 693 מאל
Afg Mil kundiz Fighting.jpg
Afg Mil kundiz Fighting.jpg (74.33 KiB) געזען 693 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:גראדע מיין איך האט מען קיינמאל נישט אפיציעל געענדיגט דעם קריג.

האסט א פונקט. עס איז טאקע א פארנעפלטע נושא. אפיציעל האט אמעריקע געמאכט טריעטי מיט די טאליבאן לעצטע יאר אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע. זינט די ביידען אדמיניסטראציע האט זיך נישט געהאלטן צום אפמאך, בין איך נישט זיכער אויב לעגאל איז אמעריקע צוגעבינדן דערצו אדער נישט (עס וואלט מסתבר געווען אז די אפמאך איז נאך אלץ אין עפעקט). ווי אויך, זייט מיר האבן איבער געגעבן אפגאניסטאן צו זייער אייגענע דעמאקראטישע (עכ"פ אויף פאפיר...) רעגירונג, האט אמעריקע דאס רעכט צו אינוואדירן אהן רשות? איז די מלחמה מיט אפגאניסטאן אלץ א לאנד אדער נאר מיט די טאליבאן דירעקטליך?

איך ווייס נישט. לכאורה איז עס לעגאלע פראגע.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

היכי תמצא האט געשריבן:

קיינמאל נישט געהערט דערפון!

ס'איז אדורך אן אפשטימונג אין די סענאט?
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה

רוסישע פרינץ האט געשריבן:

ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.
לויט ווי איך ווייס, קען נאר די קאנגרעס דערקלערן קריג, און נאר א פרעזידענט קען עס ענדיגן. און אזוי געווען ביי אלע מלחמות אין אמעריקאנער היסטאריע (לכה"פ די גרויסע).

דא האסטו די אפיציעלע דאקומענט פון די שלום אפמאך צווישן אמעריקע און די טאליבאן, אונטערגעשריבן אויף פעברואר 29, 2020. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די דאטן אויף די דאקומענט זענען פון דריי באזונדערע קאלענדער, ווי אויך אין דריי באזונדערע שפראכן.
Agreement-For-Bringing-Peace-to-Afghanistan-02.29.20.pdf
(91.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 32 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מיט וואס האט דאס די ביידען אדמיניסטראציע נישט איינגעהאלטן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק ניוז האט געשריבן:מיט וואס האט דאס די ביידען אדמיניסטראציע נישט איינגעהאלטן?

ווייל לויט די שלום אפמאך וואלט אמעריקע שוין געדארפט זיין אינדרויסן פון אפגאניסטאן אינגאנצן, אריינגערעכנט מיליטער, פריוואטע קאנטרעקטערס, אדער אנדערע אמעריקאנער בירגער וואס זענען נישט דיפלאמאטן (א חלק פון די אמבאסאדע) ביי אפריל, 29, 2021.

למעשה האט ביידען אויסגערופן אויף אפריל 14 2021 אז אמעריקע גייט זיין אינגאנצן ארויס פון אפגאניסטאן ביי סעפטעמבער 11, 2021 נישט אפריל 29, 2021.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.
לויט ווי איך ווייס, קען נאר די קאנגרעס דערקלערן קריג, און נאר א פרעזידענט קען עס ענדיגן. און אזוי געווען ביי אלע מלחמות אין אמעריקאנער היסטאריע (לכה"פ די גרויסע).

איז אזוי:

אונטער ארטיקל 1, סעקשאן 8 פון די קאנסטיטוציע, האט קאנגרעס די אויסשליסליכע מאכט צו "ערקלערן קריג" - כאטש וואס די קאנסטיטוציע זאגט נישט וואס איז די באדייט פון "ערקלערן קריג".

דורכאויס די יארן, האט קאנגרעס אויסגענוצט איר רעכט צו דערקלערן קריג קעגן א צווייט לאנד בלויז 5 מאל [טראץ וואס אויפן סענאט זייטל שטייט אז דאס איז געטוען געווארן 11 מאל, דארף מען אין באטראכט נעמען אז ביי די ערשטע און צווייטע וועלטס קריג האט מען דערקלערט קריג קעגן עטליכע לענדער, צו די זעלבע צייט]!

דאס זענען געווען:
1. אין יוני 1812 (תקע"ב לפ"ק) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן די בריטישע מלוכה.
2. אין מאי 1846 (תר"ו) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן מעקסיקא - א מלחמה וואס האט זיך געענדיגט מיט א הילכיגען זיג פאר אמעריקא.
3. אין אפריל 1898 (תרנ"ח) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן שפאניע.
4. אין אפריל 1917 (תרע"ז), אינמיטן די ערשטע קריג, קעגן דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן.
5. אין דעצמבער 1941 (תש"ב) -ביי די צווייטע וועלטס קריג- האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן יאפאן, דייטשלאנד, איטאליע, בולגאריע, אונגארן און ראמעניא.

אלע 5 מלחמות האבן זיך געענדיגט דורכדעם וואס אמעריקא האט אונטערגעשריבן א פרידן אפמאך מיט די באטרעפענדע לענדער - א אפמאך וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט [ווי עס פאדערט זיך פאר סיי וועלכע אינטערנאציאנאלע אפמאך אז די סענאט, מיט א מינימום פון א צוויי-דריטל מערהייט, זאל באשטעטיגן דאס ראטיפיצירן די אפמאך].
1. די מלחמה פון 1812 - דע טריעטי אוו גענט איז געווארן באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אום פעברואר פון יארע 1815.
2. די אמעריקאנע-מעקסיקאנע קריג - דע טריעטי אוו גואדאלופ הידאלגאו, באשטעטיגט געווארן אום מארש 1848.
3. די אמעריקאנע-שפאנישע קריג - דע טריעטי אוו פאריז, באשטעטיגט פעברואר 6 1899, מיט א איין שטימע מאיאריטעט 57-27.
4. די ערשטע וועלטס קריג (דער גרויסע קריג) - די סענאט האט זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן די אינטערנאציאנאלע אפמאכן מיט די דריי לענדער, [דייטשלאנד, עסטרייך און אונגארן.
דעריבער, האט אמעריקא -אין 1921- געמוזט באשטעטיגן באזונדערע אפמאכן, וואס זאלן יא אנציען די נויטידע צוויי-דריטל אינעם סענאט, מיט די דריי לענדער: עסטרייך, אונגארן, און דייטשלאנד.
5. די צווייטע וועלטס קריג -

דאס איז לענין ווער עס האט די רעכט צו ענדיגן א קריג - דער פרעזידענט, אבער נאר נאכ'ן ווערן באשטעטיגט דורכ'ן סענאט.
לעצט פארראכטן דורך רוסישע פרינץ אום זונטאג יולי 04, 2021 10:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.

אויב אזוי פרעגט זיך די קשיא, מיט וואס איז עס אנדערש ווי די איראנע אפמאך?

דארט איז אויך געווען א דירעקטע אפמאך צווישן דער פרעזידענט [סטעיט, טרעזשורי, וכל שם וחניכא דאית להו], און דאך איז געקומען דער נעקסטע פרעזידענט און עס האט איהם נישט געפאלן די אפמאך... האט ער דאס פשוט און גראד צוריסן [אווי באבי האט שפעטער צוריסן זיין סטעיט אוו די יוניאן רעדע] - איז ווער פארזיכערט פאר די טאליבאן אז זיידיס אפמאך וועט יא ווערן איינגעהאלטן דורך דער נעקסטע פרעזידענט?

[נישט אז זיי ברויכן אזא פארזיכערונג, נאר מער די געדאנק דערפון - אז ווער פארזיכערט אז ס'וועט נישט ווערן צופליקט]
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.

אויב אזוי פרעגט זיך די קשיא, מיט וואס איז עס אנדערש ווי די איראנע אפמאך?

ווילסט פארגלייכן טאליבאן צו איראן? ווער איז א גרעסערע סכנה פאר אמעריקע און פאר די וועלט?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.
לויט ווי איך ווייס, קען נאר די קאנגרעס דערקלערן קריג, און נאר א פרעזידענט קען עס ענדיגן. און אזוי געווען ביי אלע מלחמות אין אמעריקאנער היסטאריע (לכה"פ די גרויסע).

איז אזוי:

אונטער ארטיקל 1, סעקשאן 8 פון די קאנסטיטוציע, האט קאנגרעס די אויסשליסליכע מאכט צו "ערקלערן קריג" - כאטש וואס די קאנסטיטוציע זאגט נישט וואס איז די באדייט פון "ערקלערן קריג".

דורכאויס די יארן, האט קאנגרעס אויסגענוצט איר רעכט צו דערקלערן קריג קעגן א צווייט לאנד בלויז 5 מאל [טראץ וואס אויפן סענאט זייטל שטייט אז דאס איז געטוען געווארן 11 מאל, דארף מען אין באטראכט נעמען אז ביי די ערשטע און צווייטע וועלטס קריג האט מען דערקלערט קריג קעגן עטליכע לענדער, צו די זעלבע צייט]!

דאס זענען געווען:
1. אין יוני 1812 (תקע"ב לפ"ק) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן די בריטישע מלוכה.
2. אין מאי 1846 (תר"ו) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן מעקסיקא - א מלחמה וואס האט זיך געענדיגט מיט א הילכיגען זיג פאר אמעריקא.
3. אין אפריל 1898 (תרנ"ח) האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן שפאניע.
4. אין אפריל 1917 (תרע"ז), אינמיטן די ערשטע קריג, קעגן דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן.
5. אין דעצמבער 1941 (תש"ב) -ביי די צווייטע וועלטס קריג- האט קאנגרעס דערקלערט קריג קעגן יאפאן, דייטשלאנד, איטאליע, בולגאריע, אונגארן און ראמעניא.

אלע 5 מלחמות האבן זיך געענדיגט דורכדעם וואס אמעריקא האט אונטערגעשריבן א פרידן אפמאך מיט די באטרעפענדע לענדער - א אפמאך וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן סענאט [ווי עס פאדערט זיך פאר סיי וועלכע אינטערנאציאנאלע אפמאך אז די סענאט, מיט א מינימום פון א צוויי-דריטל מערהייט, זאל באשטעטיגן דאס ראטיפיצירן די אפמאך].
1. די מלחמה פון 1812 - דע טריעטי אוו גענט איז געווארן באשטעטיגט דורכ'ן סענאט אום פעברואר פון יארע 1815.
2. די אמעריקאנע-מעקסיקאנע קריג - דע טריעטי אוו גואדאלופ הידאלגאו, באשטעטיגט געווארן אום מארש 1848.
3. די אמעריקאנע-שפאנישע קריג - דע טריעטי אוו פאריז, באשטעטיגט פעברואר 6 1899, מיט א איין שטימע מאיאריטעט 57-27.
4. די ערשטע וועלטס קריג (דער גרויסע קריג) - די סענאט האט זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן די אינטערנאציאנאלע אפמאכן מיט די דריי לענדער, [דייטשלאנד, עסטרייך און אונגארן.
דעריבער, האט אמעריקא -אין 1921- געמוזט באשטעטיגן באזונדערע אפמאכן, וואס זאלן יא אנציען די נויטידע צוויי-דריטל אינעם סענאט, מיט די דריי לענדער: עסטרייך, אונגארן, און דייטשלאנד.
5. די צווייטע וועלטס קריג -

דאס איז לענין ווער עס האט די רעכט צו ענדיגן א קריג - דער פרעזידענט, אבער נאר נאכ'ן ווערן באשטעטיגט דורכ'ן סענאט.

א גרויסן ש'כח פאר דער קלארער היסטארישע שלשלת (איך מיין עס באמת).

אבער וואס האט פאסירט מיט אלע מלחמות זינט דעמאלטס? קארעא, וויעטנאם, קאסאווא, ערשטער איראקער קריג, און ווייטער. איז די ענדע אלעמאל באשטעטיגט געווארן דורך די סענאט? ווי אויך, פון ווי נעמט זיך די כלל אז די סענאט דארף באשטעטיגן דאס ענדע פון א מלחמה? אויב דער פרעזידענט ציהט זיך ארויס פון א מלחמה קען אים קאנגרעס אפהאלטן?

-----

דער פארגלייך צווישן דער טאליבאנער אפמאך אין דער איראנער אפמאך איז נישט ריכטיג וויבאלד מיט די טאליבאן איז עס געווען א שלום אפמאך צו ענדיגן אן אקטיווער מלחמה. מיט דער איראנער איז עס געווען אן אנגייענדע אפמאך איבער סאנקציעס און נוקלעארע פראגראמען.

אן אנגייענדע אפמאך קענען זיך אלע ארויסציען ווען זיי ווילן, און דאס פאסירט אפט צווישן אלע לענדער (ברעקסיט, כינע און אויסטראליע טרעיד, פראנקרייך און מאלי, א.א.וו.). אבער אן אפמאך וואס גייט אריין אין קראפט איין מאל אויף איין געוויסע אקט איז א זאך וואס ביידע צדדים ערווארטען עס זאל פאסירן. אויב נישט רייסט עס אראפ די פאראנטווארטליכקייט פון דער צד וואס ברעכט אפ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רוסישע פרינץ האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.

אויב אזוי פרעגט זיך די קשיא, מיט וואס איז עס אנדערש ווי די איראנע אפמאך?

ווילסט פארגלייכן טאליבאן צו איראן? ווער איז א גרעסערע סכנה פאר אמעריקע און פאר די וועלט?

נו, ווער?

איני יודע.

איך האב צדדים לכאן ולכאן.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

רבונו של עולם...

טאליבאן האט די מעגליכקייטן וואס איראן האט? ווי גרויס איז טאליבאן קעגן איראן?!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

דא בין איך מסכים מיט @אסדר. איראן שרייט אז ווען זיי קענען ווען וואלטן זיי געטאן דאס ערגסטע, און מ'דערשטיקט זיי מיט סאנקציעס אהן קיין אפמאך פארלירן מיר קיין סאלדאטן, אמעריקאנער לעבנס. משא"כ די טאליבאן קען נאר טוהן א פיצל וואס איראן קען אבער זיך שלאגן מיט זיי קאסט אפ דאס לעבן פון טויזענטער אמעריקאנער. מיר האבן פארלוירן מער לעבנס אין די מלחמה מיט די טאליבאן ווי אין די סעפטעמבער 11 אטאקע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון איראן איז שוין ארויסגעקומען אן אטאקע אין אמעריקע?

ווייל פון די טאליבאן קאנטראל אין אפגאניסטאן איז ארויסגעקומען א סעיף הארבאר פאר על קאידא מיט 9/11 אלס תוצאה.

דאס איז דער צד אז טאליבאן איז ערגער, דעם אנדערן צד שרייבסטו שוין.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א שטארקע אטאקע דירעקטליך פון איראן? נאר קליינע, למשל ווען זיי האבן א פאר מאל אין די לעצטע צען יאר געשאסן אויף אמעריקאנע שיפן. אויכעט זענען איצט צוויי איראנער מיליטערישע שיפן אין די אטלאנטיק געווען אויפ'ן וועג צו זיד אמעריקע (מ'שאצט אפ אז זייער ציהל איז געווען ווענעזועלע) איינע פון די שיפן איז א פריגעט, וואס גאר גרויס און פארגעשריטן מיט צענדליגע מיסילס. ווי אויך שאצט מען אפ אז אויף די פריגעט פירט איראן הונדערטער מיליטערישע געצייג צו ווענעזועלע (טרעקלעך, וואפן, טאנקען, גאזאלין, און אנדערע). אויב קומען זיי אן צו ווענעזועלע, העכערט עס די איראנער און ווענעזועלע'ס געפאר אמעריקע. זיי וועלן שטיין אין אמעריקע'ס בעקיארד, און וויבאלד ווענעזועלע איז אויך א שונא פון אמעריקע וועט זייער יד אחת מיט איראן שאפן א דאפעלטע געפאר פאר אמעריקע. נאכדעם וואס אמעריקע האט געסטראשעט זיד אמעריקאנער לענדער אז אויב זיי לאזן אריין די איראנער מלחמה שיפן וועט זיך נישט גוט אויסלאזן... האבן זיך זיך די איראנער שיפן אוועק געדרייט און געפארן צו נארד אפריקע (וואו זיי שטיצן אויך טעראריסטישע גרופעס).

איראן האט שוין א פאר מאל פרובירט אנצוקומען צו גועם (Guam, איך ווייס נישט די ריכטיגע ספעלינג אין אידיש), אבער מ'האט זיי פארשיקט. איראן שטיצט אויך צענדליגער מיליטערישע גרופעס איבער די וועלט וואס אטאקירט כסדר אמעריקע און אונזערע אליאירטע, צב"ש גרופעס אין סיריע, האודיס אין תימן, פארשטייט זיך חיזבאלא און כאמאס, גרופעס אין איראק, א.א.וו. מיט יעדעס טאג ווערן זיי א גרעסערע סכנה. די איראנער מיליטער האט זיך גאר שטארק געבויעט און מאדערניזירט אויף אזוי ווייט אז זיי שטייגן איבער צענדליגע מערב וועלט לענדער (אריין צוגיין דערין וועל איך דארפן שרייבן אן עקסטערע תגובה אויב דו ווילסט).

לאמיר קוקן אויף די טאליבאן. צוואנציג יאר צוריק זענען זיי טאקע געווען א געפאר פאר אמעריקע, און די אלגעמיינע באפעלקערונג האט ניטאמאל געוויסט דערפון. די ווארט טעראריזם איז נישט געווען זייער פארברייט אדער גאנגליך אין אמעריקאנער לעקסיקאן. נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס האבן מיר זיך פיין אויסגעלערנט, און מ'האט אנגעהויבן פירן מלחמות און אקציעס אנטקעגן טעראריזם איבער דער גאנצער וועלט פון פאקיסטאן, צו סיריע, און ליביע. די טאליבאן וועט זיך נישט קענען רירן אהן אמעריקע זאל באמערקן מיט אונזערע דראונס, און אנדערע טעכנאלאגיע. ווי אויך איז א חלק פון ביידען'ס ארויסציען פון אפגאניסטאן אפמאך מיט די אפגאניסטאנע רעגירונג אז אויב פרובירט די טאליבאן צו ארגאניזירן סיי וועלכע טעראריסטישע פלענער אנטקעגן אמעריקע אדער אליאירטע האט אמעריקע די רעכט צו נוצן לופט קרעפטן זיי צו אטאקירן (נישט אינוואדירן). און די טאליבאן האט נישט א צענטל פון די כוחות וואס איראן האט.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

רוסישע פרינץ האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:ניין עס איז דירעקטליך צווישן די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אין די טאליבאן.

אויב אזוי פרעגט זיך די קשיא, מיט וואס איז עס אנדערש ווי די איראנע אפמאך?

דארט איז אויך געווען א דירעקטע אפמאך צווישן דער פרעזידענט [סטעיט, טרעזשורי, וכל שם וחניכא דאית להו], און דאך איז געקומען דער נעקסטע פרעזידענט און עס האט איהם נישט געפאלן די אפמאך... האט ער דאס פשוט און גראד צוריסן [אווי באבי האט שפעטער צוריסן זיין סטעיט אוו די יוניאן רעדע] - איז ווער פארזיכערט פאר די טאליבאן אז זיידיס אפמאך וועט יא ווערן איינגעהאלטן דורך דער נעקסטע פרעזידענט?

[נישט אז זיי ברויכן אזא פארזיכערונג, נאר מער די געדאנק דערפון - אז ווער פארזיכערט אז ס'וועט נישט ווערן צופליקט]

צופעליג דער איראנער אפמאך האט א געזעץ אז עס מוז האבן א סיגנעטשור פונעם פרעזידענט יעדע שטיק צייט און דער ערשטער שריט
וואס טראמפ האט געטון איז טאקע געווען דאס אז ער האט פלעין נישט אונטערגעשריבן
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער מצב אין אפגאניסטאן און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:פון איראן איז שוין ארויסגעקומען אן אטאקע אין אמעריקע?

ווייל פון די טאליבאן קאנטראל אין אפגאניסטאן איז ארויסגעקומען א סעיף הארבאר פאר על קאידא מיט 9/11 אלס תוצאה.

דאס איז דער צד אז טאליבאן איז ערגער, דעם אנדערן צד שרייבסטו שוין.

טאליבאן האט נישט קיין שייכות מיו 9/11, אפי' בוש האט אזוי געוואלט פארקויפן... קיין שייכות נישט. זילטשט.

זייער טעריטאריע אין אפגאניסטאן איז נישט קיין סכנה פאר אמעריקע...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”