בלאט 3 פון 6
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:04 am
דורך lebediger berel
יאסל האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:יעצט קאנפירמד מיט צוויי באזונדערע אינגעלייט, א נארמאלע באזעסענע דירה אין וויליאמסבורג וואו א משפחה מיט 8-10 קינדער קענען לעבן געהעריג קאסט אין עווערידזש 3 טויזענט דאללער אמאל אביסל מער, אמאל אביסל ווייניגער.
ווער ס'ווייסט פון מאנסי קען מיר זאגן.
אין קרית יואל ווייס איך זיכער אז מ'קען האבן די זעלבע "סייז" אפשר א וואלק אין, און נישט "אזא גוטע געגנט" פאר 1800 דאללער א צוועלף הונדערט דאללער א חודש אראפ.
און איך בין וואו באקאנט דא אינעם קרעטשמע נישט דער גרעסטער חסיד פון די אלע ישובים ביז היינט.
דאס וואס די באקימסט אין ק"י פאר 1800 מאות קריגסטי נישט אין וומ"ס פאר 3000 פשוט פאר איין טעם מען בויעט דארט נישט אזעלכע גרויסע דירות.
ס'הייסט אין ק"י פאר 1800 מאות קריגסטי א דירה פון 2200 הינדערט סקווער פיס וואס רעכענט אריין 4-5 בערומס 3 ביה"כ א ריזען דיינונג רום ועוד ועוד,
אין וומ"ס לויט וויפיל איך ווייס איז די דורעכשניטליכע גרויסע דירות 1700-1800 סקווער פיס לויט די וויליאמסבורגער וועג פון רעכענען סקווער פיס.
לעומת זה איז אין קרית יואל מאנסי די קוואליטי פון די דירות סאך שוואכער, כמען פאפיר און שוועבלעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:12 am
דורך אלד וויליאמסבורג
lebediger berel האט געשריבן: א מענטש דארף וואוינען דארט וואו ער איז באקוועם יעצט הער איך די ערשטע מאל אז מען וואוינט לויט די סטייל. מיר ליידן גענוג דערפון ביי מלבושי נשים,
די ווארט באקוועם האט פארשידענע דעפינישענס, ביי דיר מיינט עס א גרויסע דירה, און ביי מיר מיינט עס נאנט צי די גראסערי, נאנט צי א שוהל, נאנט צי די ארבעטס פלאץ, און נאנט צי די משפחה.
די פעיפער הייזער וואס מאנראו האט דארף נישט באדערן פאר איינעם וואס דינגט א דירה,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:14 am
דורך lebediger berel
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן: א מענטש דארף וואוינען דארט וואו ער איז באקוועם יעצט הער איך די ערשטע מאל אז מען וואוינט לויט די סטייל. מיר ליידן גענוג דערפון ביי מלבושי נשים,
די ווארט באקוועם האט פארשידענע דעפינישענס, ביי דיר מיינט עס א גרויסע דירה, און ביי מיר מיינט עס נאנט צי די גראסערי, נאנט צי א שוהל, נאנט צי די ארבעטס פלאץ, און נאנט צי די משפחה.
די פעיפער הייזער וואס מאנראו האט דארף נישט באדערן פאר איינעם וואס דינגט א דירה,
איך האלט גארנישט אנדער וואו דו אין דעם פרט, און מען דארף עס זיכער נעמען אין באטראכט (פארגעס אבער נישט אז די קרעטשמע גייט מיט מיט דיר איבעראל אויפן וועלט ברייטן נעץ) איך האב מיך באצויגן אויף דיין ווארט
סטייל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:22 am
דורך צום זאך
כ'ווייס נישט פ"וו קיינער האט דאס נאכנישט ערווענט.
אין די סיטי קען א דורכשניטליכער אינגערמאן לעבן "באקוועמערהייט" אן האבן א קאר, משא"כ אין אפסטעיט וואס סאך א גרעסער פראצענט פון עוורידזש אינגעלייט פארמאגן קארן. (איך רעדט פון א פאקט.) וואס קומט אויס בערך 4-7 הונדערט דאלער א חודש.
במילא ווען מ'קאמפערט די ס"ה וואו ס'איז א ביליגערע לעבן דארף מען דאס נעמען אין באטראכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:22 am
דורך סתם_אזוי
איינמאל מען האט א קאר, דארף מען שוין נישט צורעכענען טראנספארטעישן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:26 am
דורך צום זאך
סתם_אזוי האט געשריבן:איינמאל מען האט א קאר, דארף מען שוין נישט צורעכענען טראנספארטעישן.
אזוי? וויפיל פראצענט מאנרא/מאנסי איינוואוינער פארן מיט זייערע קארן אריין אין די סיטי צו די ארבעט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:29 am
דורך אלד וויליאמסבורג
סתם_אזוי האט געשריבן:איינמאל מען האט א קאר, דארף מען שוין נישט צורעכענען טראנספארטעישן.
נישט אזוי, ווייל א גרויסער עולם וואס ארבייט אין סיטי האלטן נישט ביים דרייוון יעדן טאג, און ווילן זיך נישט מיטשען זיכן פארקינג, און פארן עניוועיס מיטן באס, און די קאר דארפן זיי האבן ביזן באס, און פונעם באס, און פאר גראסערי, בית המדרש, אד"ג
און טאמער דרייווט ער יא אריין, דאן רעכן צי וויפיל עס וועט קאסטן די קאר סערוויס'עס וואס די משפחה מיז ניצן די זעלבע צייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:30 am
דורך lebediger berel
דער חילוק (געווענליך) צווישן א קאר און א דירה, איז וואס מען וויל און וואס מען מוז.
איינע פון די סיבות פארוואס מער מענטשן האבן קארס אין אפסטעיט איז פשוט ווייל זיי קענען זיך עס מער ערלויבן.
און ביי אסאך מענטשן קען דאס זיין א סיבה פארוואס "יא" זיך צו ציען קיין אפסטעיט, אז איינער פארדינט שיין קען ער קוים באצאלן מארגידזש אויף דריי פיר הונדערט טויזענט דאללער, פלאס חובות פונעם דאון פעימענט צווישן הונדערט פופציג און צוויי הונדערט טויזענט דאללער, פון וואו זאל ער קענען האבן א קאר, אבער דער זעלבער פארדינער קען יא האבן א קאר אויב האט ער געקויפט פאר העלפט געלט אין אפסטעיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:34 am
דורך אלד וויליאמסבורג
מען זעהט אז די וואינסט נאך אין סיטי, כאפ דיך אריבער קיין מאנסי פאר א וואך אן א קאר, (אין מאנראו האב איך נישט קיין עקספיריענס) און וועסט זעהן אז מען קען אן קיין קאר נישט לעבן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:37 am
דורך lebediger berel
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:מען זעהט אז די וואינסט נאך אין סיטי, כאפ דיך אריבער קיין מאנסי פאר א וואך אן א קאר, (אין מאנראו האב איך נישט קיין עקספיריענס) און וועסט זעהן אז מען קען אן קיין קאר נישט לעבן
איך האב טאקע גערעדט אין מאנראוי דארט האב איך געשוויסטער.
אבער אין די סיטי קען מען אויך נישט לעבן נישט מיט א קאר און נישט אן א קאר.
ונחזור למאנסי, וואוינען דארט גאר אסאך פיינע אידן אן א קאר, מעגליך זיי ברויכן ניצן אסאך קאר סערוויסעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:41 am
דורך יאסל
צום זאך האט געשריבן:סתם_אזוי האט געשריבן:איינמאל מען האט א קאר, דארף מען שוין נישט צורעכענען טראנספארטעישן.
אזוי? וויפיל פראצענט מאנרא/מאנסי איינוואוינער פארן מיט זייערע קארן אריין אין די סיטי צו די ארבעט?
די שאלה דארף זיין אביסל אנדערש
וויפיל מאנרא מאנסי אידן פארן נאך כלל אריין צי די ארבייט??
ווייל לויט וויפיל איך ווייס איז א היבשער רוב אינגעלייט ארבייטן שוין היינט דארט ווי זיי וואוינען!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:46 am
דורך סתם_אזוי
אין מאנסי (מיין איך) איז מער אנגענומען צו פארן מיט בייקס......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:47 am
דורך lebediger berel
היוצא לנו מזה, אז יעדער דארף זיך אליין שוקל זיין זיין מצב סיי סאציאל, און סיי פינאנציעל, פאר ער מאכט א החלטה צו מופן. דערווייל ליידט מען צוזאמען מיט אחב"י אין גלות אמעריקע.
צוריק צו ווילי פאר איין מינוט,
אלדי זיסער, אפשר געסטו אביסל מער דעטאלן פון די ביליגע דירות אויף סקילמאן און כ'דענק שוין נישט ווי נאך האסט געזען דריי בעדרום פאר ביליג, לאז דער עולם הנאה האבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:48 am
דורך lebediger berel
סתם_אזוי האט געשריבן:אין מאנסי (מיין איך) איז מער אנגענומען צו פארן מיט בייקס......
דו בארירסט שוין דעם האקעלען ענין פון בייק לעינס רח"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:49 am
דורך farshlufen
בערל, יאסל האט רעכט, בעת וואס די אידישע פאפילאציע אין מאנרא - וואודבערי גענט האט זיך פילפאכיג פארמערט, זענען אבער די באסעס אריין אין די שטאט נישט מיטגעוואקסן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:17 pm
דורך lebediger berel
farshlufen האט געשריבן:בערל, יאסל האט רעכט, בעת וואס די אידישע פאפילאציע אין מאנרא - וואודבערי גענט האט זיך פילפאכיג פארמערט, זענען אבער די באסעס אריין אין די שטאט נישט מיטגעוואקסן.
דו האסט אריין געווארפן א ווארט "וואודבארי" איז דאס בכונה, אנדערע זאגן ביי אונז אז מ'שפרייט זיך ספעציעל אויס אין בלומינג גראוו, איז דא א סטראטעגיע וואו דער ציבור שפרייט זיך אויס אינדרויסן פון קרית יואל ? מאכסט מיך נייגעריג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:18 pm
דורך lebediger berel
און אויב דארפט איר נישט פארן צו די ארבעט האב איך פאר אייך א דירה
דא פאר פינף טויזענט דאללאר ! (כ'מיין עס נישט ערנסט, הגם מ'קען דעבאטירן דאס ענין באופן כללי בפני עצמו)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:25 pm
דורך צייטליך
פארשלאפן. דאס האב איך געוואלט שרייבן.
מ'קען אנפרעגן ביי חיים פריינד. די לעצטע 10 יאר איז נישט צוגעקומען קין שום באס צו זיין טעגליכען ראוט ווען מענטשן גייען צו דער ארבייט. (חוץ BH האט געמאכט א באזונדערע באס) פונקט פארקערט. מ'האט געשניטן אויפן וועג אהיים פון די באסעס פון מאנהעטן.
דאס הייסט אז רובא דרובא בלייבן ארבייטן איבערן טאג אין קרית יואל. דאס מיינט אז עס איז נישט דא די קאסטן צו פארן און קומען פון ארבייט.
לעבעדיגער. זיידזשע מסביר ווי עס מאכט א חילוק פון וואס די דירות זענען געבויעט. איך רעדט פארן איינוואוינער איבער זיין באקוועמליכקייט.
עס איז כדאי צו וויסן די היינטיגע פרייזן.
צו קויפן א דירה היינט - למשל דאשינסקי אויף וואלעבאוט קעגן קראלי - וואס ווערט יעצט פארטיג קאסט מינימום אכט הונדערט טויזענט טאללער! נאכמאל, מינימום. מ'ברויך אראפלייגן פיר הונדערט טויזענט טאללער קעש! ס'איבעריגע איז א מארגעדזש.
צו דינגען נארמאלע דירות פאר גרעסערע משפחות - א שטייגער ווי דאשינסקי'ס דירות אויף מארסי וואלעבאוט - קאסט "אריבער דריי טויזענט דאללער" א חודש! נישט נאנט צו דריי, עס קאסט מער ווי ד ריי, פרעג זיך נאך ביי די וואס וואינען דארט. און עס איז ווייט פון א נארמאלער גרויסער דירה. באט עס איז זייער נארמאל.
און אויב מאכט מען שוין חשבונות פארוואס רעכענט מען נישט אריין די קאנטרי וואס קאסט לכל הדיעות צען טויזענט דאללער א זומער, וואס דאס איז נישטא אין קרית יואל און אפסטעיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:33 pm
דורך סתם_אזוי
צייטליך האט געשריבן:צו קויפן א דירה היינט - למשל דאשינסקי אויף וואלעבאוט קעגן קראלי - וואס ווערט יעצט פארטיג קאסט מינימום אכט הונדערט טויזענט טאללער! נאכמאל, מינימום. מ'ברויך אראפלייגן פיר הונדערט טויזענט טאללער קעש! ס'איבעריגע איז א מארגעדזש.
האסט דאס געהערט פון א קראנטע מקור?
ווייל איך האב געהערט (גאנץ קראנט) אז די דאון פעימענט איז 20%
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:38 pm
דורך lebediger berel
צייטי, עטליכע פון דיינע הערות האב איך שוין גערעדט פריער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 12:51 pm
דורך farshlufen
lebediger berel האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:בערל, יאסל האט רעכט, בעת וואס די אידישע פאפילאציע אין מאנרא - וואודבערי גענט האט זיך פילפאכיג פארמערט, זענען אבער די באסעס אריין אין די שטאט נישט מיטגעוואקסן.
דו האסט אריין געווארפן א ווארט "וואודבארי" איז דאס בכונה, אנדערע זאגן ביי אונז אז מ'שפרייט זיך ספעציעל אויס אין בלומינג גראוו, איז דא א סטראטעגיע וואו דער ציבור שפרייט זיך אויס אינדרויסן פון קרית יואל ? מאכסט מיך נייגעריג.
ר' בערל, איך בין נישט קיין סטראטיגיסט, איך האב געשריבן לויט ווי די פאקט איז.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 1:03 pm
דורך lebediger berel
farshlufen האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:בערל, יאסל האט רעכט, בעת וואס די אידישע פאפילאציע אין מאנרא - וואודבערי גענט האט זיך פילפאכיג פארמערט, זענען אבער די באסעס אריין אין די שטאט נישט מיטגעוואקסן.
דו האסט אריין געווארפן א ווארט "וואודבארי" איז דאס בכונה, אנדערע זאגן ביי אונז אז מ'שפרייט זיך ספעציעל אויס אין בלומינג גראוו, איז דא א סטראטעגיע וואו דער ציבור שפרייט זיך אויס אינדרויסן פון קרית יואל ? מאכסט מיך נייגעריג.
ר' בערל, איך בין נישט קיין סטראטיגיסט, איך האב געשריבן לויט ווי די פאקט איז.
קודם, כ'האב נישט גערעדט פון דיר, כ'האב פלעין געהערט נאכזאגן בשם די בעלי בתים פון פראפערטיס אין בלומינג גראוו אז ס'איז דא א סטראטעגיע זיך אויסצושפרייטן דוקא דארט.
יעצט לאמיך הערן פון דיר, דער עולם וואוינט בעיקר אין טאון אף וואדבארי, ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 1:10 pm
דורך צייטליך
סתם_אזוי האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:צו קויפן א דירה היינט - למשל דאשינסקי אויף וואלעבאוט קעגן קראלי - וואס ווערט יעצט פארטיג קאסט מינימום אכט הונדערט טויזענט טאללער! נאכמאל, מינימום. מ'ברויך אראפלייגן פיר הונדערט טויזענט טאללער קעש! ס'איבעריגע איז א מארגעדזש.
האסט דאס געהערט פון א קראנטע מקור?
ווייל איך האב געהערט (גאנץ קראנט) אז די דאון פעימענט איז 20%
איך ווייס דאס פון צוויי אינגעלייט וואס קויפן דארט א דירה.
(אגב, נאך דער תגובה ברויך דער קעפל פונעם אשכול געטוישט ווערן..)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 1:17 pm
דורך farshlufen
צייטליך, און וויאזוי פלאנען זיי צו צאלן דעם דזשאמבאו לאון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 1:28 pm
דורך צייטליך
ס'קומט אויס בערך אין די געגנט פון דריי טויזענט דאללער, אביסל מער. נו, דאס איז דאך די רענטעל פרייז פאר אזא דירה דא אין ווילי.