בלאט 2 פון 6

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:22 am
דורך lebediger berel
ברוקלין האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב געפרעגט איינער פון די עסקנים פאר די בראדוועי שלש-קצוות, פארוואס (אויב ס'ליגט יא אין אידישע הענט) זאל מען נישט ארלעדיגן אז די שטאט זאל פארקויפן די דירות, ווייל למעשה די גוים וואס קויפן קען מען אמאל אויסקויפן, מה שאין כן ביים דינגן בלייבט אלעמאל א פראבלעם מיט דיסקרימינאציע.

די תירוץ געדענק איך נישט ווייל ס'האט נישט מספיק געווען די מחסורי


בראדוועי טרייענגעל איז צי פארדינגען? נישט צי פארקויפען?


דאס איז א חלק פון די צומישעניש, לויט ווי כ'האב פארשטאנען דורכלויפנדיג די דאקומענטן וואס כ'האב צוגעצייכנט וועט ארום 150 דירות זיין צו פארדינגען געבויעט מיט א סיטי קאנטראקט פאר וויטא לאפעז בשותפות מיט יו דזשעי אוי.
די איבריגע איז מוטל בספק און אפען צו דעבאטעס און איך ווארט פון משמש צו הערן מער דעטאלן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:37 am
דורך יאסל
איין זאך פארשטיי איך נישט וואס איז מיט די איבריגע די איבריגע דירות די נישט עפארדעבל? וואס ווי איך פארשטיי וועט דאס זיין עטליכע טויזענט פארוואס זאל דאס נישט קאנסידערט ווערן ווי א שטיקעל ישועה?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:16 pm
דורך lebediger berel
איך האב נאר נאכגעשריבן פון די אלגעמיינע גאס, וואס כ'האב אליין געדארפט ליינען די לינקס ווייל דער עולם דא האט זיך נישט אנגערופן.
בנוגע דירות פאר די פולע פרייז איז אזוי. למשל דא אין בארא פארק ווי ס'איז נישטא קיין ארטיסטן וכדו', איז יעדע מארקעט פרייז דירה פאר חסידים, אין וויליאמסבורג איז די מארקעט פרייז דירות געגאנגען פאר גויים עפ"י רוב (שעיפער וגרעטש יוכיח).
אבער דא אין בארא פארק אליין איז דא א גרויסע מבוכה וואס האט צוויי צדדים, צו דאס בויען דירות פאר די מארקעט פרייז איז א מעלה אדער א חסרון. ביידע צדדים האבן שטארקע טענות, כ'וועל עס אפשר באלד אראפ ברעגען אויב די צייט וועט ערלויבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:18 pm
דורך lebediger berel
יאסל כ'האב יעצט איבערגעקוקט דיין תגובה, די מאקסימום דירות וואס מ'רעדט (צוזאמען מיט די עפארדעבל) איז קנאפע ניינצן הונדערט
אפשר האסטו געזען די פלאן פון די קעגנערס זיי האבן פארגעשלאגן פראדזשעקט סטייל.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:33 pm
דורך lebediger berel
יעצט וועלן מיר צוקומען צו די צוויי צדדים וואס ווערט כסדר אויסגעלופטערט דורך די עסקנים בנוגע דירות (אין בארא פארק, אין וומס"ב בין איך נישט באקאנט)
צד א': יעדע נייע דירה וואס קומט צו איז א גרויסע ישועה, קודם באקומט איין איד א דירה, דערנאך האלט עס די פרייזן זאל נישט מער ארויפגיין ווייל אזוי גייט עס אין ביזנעס ווי ווייניגער ס'איז דא אלץ מער קאסט עס) און דריטנס יעדע נייע דירה גייט געווענליך פאר א גרעסערע משפחה, און די משפחה מופט ארויס פונעם לעכל און עס קומט אריין דארט א נייע קאפל.
צד ב': צו געבן פאר א איד א בארא פארקע דירה (מארקעט פרייז) איז אזא מצוה ווי צו געבן פאר א שיכור ברוינפן, אדער ווי צו געבן פאר א געמבלער געלט צו פארן קיין אטלאנטיק סיטי. דאס איז א לעבן וואס מ'קען נישט אויסהאלטן, קיינער קען נישט באצאלן די הויכע מארגיטזשעס חוץ "אמת'ע" מולטי מיליאנערן. מילא ווען מ'באקומט א שטאטישע גרענט איז א שאד נישט צו נעמען, אבער 4 5 הונדערט דאללער א סקווער פיס, און דער איד דארף נאך צאלן שכר לימוד, חתונה מאכן קינדער, דאס איז זעלבסט מארד, איי וואס יא, דאס איז א פרשה בפני עצמו, דער ישיב'ישער עולם גייט טאקע אין די מאסן קיין לעיקוואוד, נאר מיר חסידים זיצן נאך דערווייל אין ברוקלין אין הייזער וואס מ'קען זיך נישט ערלויבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:50 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך האב אמאל געקלערט פון מופען אויף מאנסי, האב איך אנגעפרעגט מיין חבר וואס וואינט דארט, האט ער מיר געזאגט אז אויב האב איך נישט קיין דשאב אין מאנסי זאל איך רעכענען אז טרענספארטעישן וועט קאסטן פונקט וויפיל איך וועל שפארן פון די רענט, אויסער די אפקימעניש דערפין.

און פארדעם ווען איך זעה נאך די אלע שטעטלעך וואס "עסקנים"... שטעלן צי, און זיי זענען נאך ווייטער פון שטאט צוויי שעה, פלאס נאך אויב ס'איז דא טרעפיק. (און אויב א טריפ קיין מאנסי (פון ב"פ) קאסט 12 דאלער און קיין לעיקוואד קאסט 16 דאלער, וואס וועט קאסטן א טריפן קיין מידעלטאן אדער סוואן לעיק?) פארשטיי איך פארוואס עס ענדיגט זיך מיט א חלום.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:01 pm
דורך lebediger berel
לאמיר מאכן שנעל דעם חשבון, וויפיל רענט צאלט מען אין וומסב"ג פאר א צוויי טויזענט סק. פיסיגע דירה
און וויפיל צאלט מען אין מאנסי.
וויפיל קאסט א חודש טראנספארטעישאן פון וויליאמסבורג צו בי ענד עיטש
און וויפיל קאסט עס אין מאנסי
דרעולם ווערט געבעטן צו ענטפערן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 3:00 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
יא דער חשבון איז לכאורה 300 דאלער טרענספארטעישאן
יעצט א דירה וואס קאסט אין וומ"ס 2000 דאלער קאסט דארט 1600

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 4:19 pm
דורך lebediger berel
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יא דער חשבון איז לכאורה 300 דאלער טרענספארטעישאן
יעצט א דירה וואס קאסט אין וומ"ס 2000 דאלער קאסט דארט 1600

וואו טרעפסטו אין בארא פארק א לייטישע דירה פאר צוויי אלפים ?
איך מיין אז אין ווילי קענסטו דאס אויך נישט טרעפן (מיר רעדן נישט פאר חתן כלה, מיר רעדן פון א שטוב מיט קינדער)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 5:23 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
אין וויליאמסבורג (לפי ידיעתי) קען מען האבן א 3 בעדרום פאר 2000 און אין מאנסי לויפט די פרייז פאר די זעלבע ארום 1600

ווידער א לייטישע דירה איז א זאך וואס עקזיסטירט נישט אין היימישע געגנטער, אפילו אין מאנסי בויעט מען שוין היינט צי טאגס לעכער אויף לעכער המכונה פראדשעקטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 6:42 pm
דורך פוילישער
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אין וויליאמסבורג (לפי ידיעתי) קען מען האבן א 3 בעדרום פאר 2000 און אין מאנסי לויפט די פרייז פאר די זעלבע ארום 1600

ווידער א לייטישע דירה איז א זאך וואס עקזיסטירט נישט אין היימישע געגנטער, אפילו אין מאנסי בויעט מען שוין היינט צי טאגס לעכער אויף לעכער המכונה פראדשעקטס.


וואס מען קען נאך באקומען אין וויליאמסבורג א דריי בעדרום דירה פאר $2000, ביטע אהער דערמיט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 7:36 am
דורך lebediger berel
איך האב געזען אלע לעצטיגע אדווערטייזמענטס פון די נייע דעוועלאפמענטס אין מאנסי, כ'רעד נישט פון קיין פרייזן. אבער פראדזשעקטס ? אוי וואלט זיך מיין מאמע געוואונטשן צו וואוינען אין אזעלכע פראדזשעקטס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 8:13 am
דורך סתם_אזוי
אלד. כהאב מורא דו לעבסט אין א טעות.
א 2 בעדרום חתן כלה דירה קאסט ארום $1800

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 8:46 am
דורך lebediger berel
ער האט געשריבן "לפי ידיעתי" קיינער קען נישט האבן קיין טענות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:44 am
דורך lebediger berel
יעצט קאנפירמד מיט צוויי באזונדערע אינגעלייט, א נארמאלע באזעסענע דירה אין וויליאמסבורג וואו א משפחה מיט 8-10 קינדער קענען לעבן געהעריג קאסט אין עווערידזש 3 טויזענט דאללער אמאל אביסל מער, אמאל אביסל ווייניגער.
ווער ס'ווייסט פון מאנסי קען מיר זאגן.
אין קרית יואל ווייס איך זיכער אז מ'קען האבן די זעלבע "סייז" אפשר א וואלק אין, און נישט "אזא גוטע געגנט" פאר 1800 דאללער א צוועלף הונדערט דאללער א חודש אראפ.
און איך בין וואו באקאנט דא אינעם קרעטשמע נישט דער גרעסטער חסיד פון די אלע ישובים ביז היינט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:00 am
דורך אלד וויליאמסבורג
וואס מיינט אין נישט אזא גיטע געגנט?

אין וויליאמסבורג האב איך געקיקט לעצטענס דירות, אין נישט אזא גיטע געגנט האסטו געקענט האבן א 3 בעדרום פאר גאר ביליג, [סקילמען צווישן ווילאבי און דיקאלב, מורטל צווישן נאסטרענד און סענפארד, אן א עלעוועיטאר אויף א 3 שטאק, אבער אין מאנרא איז אויך אן א עלעוועיטאר], אבער די זעלבע סטיק טא בעיס סינדראם וואס לאזט נישט אוועקמופען פון ווילי לאזט אויך נישט וואינען ווייטער פון העיווארד.

איך בין אויך א שטיצער פון נייע געגנטער, אבער צוויי תנאים, ערשטענס נישט צוויי שעה און ווייטער פון עזיסטינג ארבייטס פלעצער, צווייטענס, אויב מען מיינט עס אמת'דיג לשם שמים, און נישט ווייל מען האט געמאכט א שלעכטע אינוועסמענט, ווייל די אלע פאלטשע אפטימיזם ברענגט א פארפלייצונגן פון פעסימיזם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:13 am
דורך lebediger berel
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס מיינט אין נישט אזא גיטע געגנט?
.


נישט אויף פארעסט נאר אויף סקאנעמאנק, אדער ביי עצי תמרים אדער ברך משה, אמאל אין די בעק פון א הויז לעבן בארג קען מען טרעפן א מציאה.
בד"וו, אין קרית יואל איז דריטע פלאר אן א עלעוועיטאר טייערער ווי די ערשטע פלאר.
כ'וועל באלד צוקומען צו דיין אנאליז. = קודם גיב די דירה פאר פוילישער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:19 am
דורך תו השמיני
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אין וויליאמסבורג (לפי ידיעתי) קען מען האבן א 3 בעדרום פאר 2000 און אין מאנסי לויפט די פרייז פאר די זעלבע ארום 1600

ווידער א לייטישע דירה איז א זאך וואס עקזיסטירט נישט אין היימישע געגנטער, אפילו אין מאנסי בויעט מען שוין היינט צי טאגס לעכער אויף לעכער המכונה פראדשעקטס.

די נארוואס הערליכע דירות אויף בלופילד גארדענס אין מאנסי וואס די לענדלארדס האבן ארויסגעדינגען די 3 בעדרומס גייען פאר בערך 15-16 (דריי ב"ר הערליכע גרויסע קיטשענס און דייניגרומס, בעיני ראיתי)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:23 am
דורך lebediger berel
כ'האב געזען די בלופילד גארדענס, אזא דירה גייט אין וומ"ס פאר בערך 25 26 הונדערט, אלזא האט מען א טויזענט דאללער סעיווינג.
אבער, ס'קען זיין אז ס'איז דא צוועלף טויזנט דאללער א יאר אויסגאבן אין מופן א דירה, אנגעהויבן ביי שטאטישע פראגראמען, טראנספארטעישאן, טייערערע יוטיליטיס, שכר לימוד קאסטן, מ'דארף אלעס צוזאם רעכענען.
אבער, אז מ'גייט אין מאנסי קען מען באשליסן אז מ'גייט נישט אין קעמפ/קאנטרי און זיך שפארן נאך א צען פופצן אלפים.
ויש להאריך בנושא זה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:26 am
דורך יאסל
lebediger berel האט געשריבן:יעצט קאנפירמד מיט צוויי באזונדערע אינגעלייט, א נארמאלע באזעסענע דירה אין וויליאמסבורג וואו א משפחה מיט 8-10 קינדער קענען לעבן געהעריג קאסט אין עווערידזש 3 טויזענט דאללער אמאל אביסל מער, אמאל אביסל ווייניגער.
ווער ס'ווייסט פון מאנסי קען מיר זאגן.
אין קרית יואל ווייס איך זיכער אז מ'קען האבן די זעלבע "סייז" אפשר א וואלק אין, און נישט "אזא גוטע געגנט" פאר 1800 דאללער א צוועלף הונדערט דאללער א חודש אראפ.
און איך בין וואו באקאנט דא אינעם קרעטשמע נישט דער גרעסטער חסיד פון די אלע ישובים ביז היינט.

דאס וואס די באקימסט אין ק"י פאר 1800 מאות קריגסטי נישט אין וומ"ס פאר 3000 פשוט פאר איין טעם מען בויעט דארט נישט אזעלכע גרויסע דירות.
ס'הייסט אין ק"י פאר 1800 מאות קריגסטי א דירה פון 2200 הינדערט סקווער פיס וואס רעכענט אריין 4-5 בערומס 3 ביה"כ א ריזען דיינונג רום ועוד ועוד,
אין וומ"ס לויט וויפיל איך ווייס איז די דורעכשניטליכע גרויסע דירות 1700-1800 סקווער פיס לויט די וויליאמסבורגער וועג פון רעכענען סקווער פיס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:36 am
דורך אלד וויליאמסבורג
ר' יאסל

די חשבון וואס די מאכסט איז א תירוץ פאר די קרית יואלער נישט צי קימען אויף וויליאמסבורג אבער נישט פארקערט.
דהיינו, אז אין ווילי בין איך ציפרידן מיט א קליינע 3 בעדרום, און אין מאנסי און מאנרא וועל איך נעמען גרעסער ווייל דאס איז די סטייל דארט, האב איך גארנישט מרויח געווען און איך קען בלייבן אין אלד אדער ניי וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:48 am
דורך יאסל
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ר' יאסל

די חשבון וואס די מאכסט איז א תירוץ פאר די קרית יואלער נישט צי קימען אויף וויליאמסבורג אבער נישט פארקערט.
דהיינו, אז אין ווילי בין איך ציפרידן מיט א קליינע 3 בעדרום, און אין מאנסי און מאנרא וועל איך נעמען גרעסער ווייל דאס איז די סטייל דארט, האב איך גארנישט מרויח געווען און איך קען בלייבן אין אלד אדער ניי וויליאמסבורג.


כ'האב געוואלט פשוט קלאר מאכן די פאקטען ווען משטעלט ציזאמען די צוויי אפשענס,
די קענסט געזינטערהייט ווייטער אינדזשויען דיין וומ"ס'ער דירה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:52 am
דורך אלד וויליאמסבורג
נאך ווי איך אידשאוי מיין וויליאמסבורגער דירה, און איך וויל נישט דארפן טוישן ניק, (אלד מאנראו איז נאך עוועיליבעל?)

סך הכל האב איך נאך נישט קיין גיטע חשבון צי פארלאזן די סיטי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:59 am
דורך lebediger berel
פאר א מאנספערזאן וואס האט נישט קיין קאר איז ווילי נישט קיין פראבלעם, איי די דירה איז קליין, ער איז דאך נאר אינדערהיים צום שלאפן, און זיין בעט איז די זעלבע סייז סייווי, דער חידוש איז אז די פרויען האלטן עס אויס אין די פיצי דירות אגאנצן טאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:03 am
דורך lebediger berel
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ר' יאסל

די חשבון וואס די מאכסט איז א תירוץ פאר די קרית יואלער נישט צי קימען אויף וויליאמסבורג אבער נישט פארקערט.
דהיינו, אז אין ווילי בין איך ציפרידן מיט א קליינע 3 בעדרום, און אין מאנסי און מאנרא וועל איך נעמען גרעסער ווייל דאס איז די סטייל דארט, האב איך גארנישט מרויח געווען און איך קען בלייבן אין אלד אדער ניי וויליאמסבורג.


א מענטש דארף וואוינען דארט וואו ער איז באקוועם יעצט הער איך די ערשטע מאל אז מען וואוינט לויט די סטייל. מיר ליידן גענוג דערפון ביי מלבושי נשים, לאמיר וואוינען לויט ווי מ'קען זיך ערלויבן לויטן געברויך