בלאט 5 פון 6
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 12:49 pm
דורך צום זאך
געפועלט, נעקסטע ניטל קומט פאר א סעמינאר אויפצוקלערן די מיידלעך די אומוויכטיגקייט פון וואוינען אינעם מאמענס פארטוך... און.. און זיי גייען גלייך איינזעהן די ווארהייט דערפון און.. מופן קיין סקרענטאן...
פון וועם מאכסטע ליצנות?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 12:57 pm
דורך יהיה כן
סישוין גארנישט קיין ליצנות
לייג דיך אריין אין די זאך וועסטו זעהן אז דא ליגט דער הונט באגראבן......... (ס'מיינט נישט דוקא מיידלעך, די פאינט איז דער לייף סטייל פון וואוינען נעבן עלטערן און שוויגער עלטערן מעג שוין ווערן געטוישט, אויב ווילסטיך איבער צייגן דערין, קוק דעם ליטווישן עולם ווי זיי האבן נישט קיין פראבלעם צי מופן וואו אימער)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:00 pm
דורך bailout
צייטליך האט געשריבן:קיין שום ישועה נישט. אויב ווערט א דימענד דערפאר איז די פרייז דערפון די זעלבע ווי אין הארץ/קנעכל פון וויליאמסבורג.
.
איך מיין אז אויב צוברעכסטו די געטא מויער האסטו א ישועה, ווייל לאמיר זאגן אז 200 אידן ציען זיך קיין סאוט 2 אין אפאר בילדינגס ווי מ'האט געבויט פאר ארטיסטן און ס'שטייט ליידיג, אויב מיינט דער בילדער וואס האט דארט אויך א בילדינג אז יעצט קען ער שוין בעטן מער ווי די מארקעט, וועלן די נעקסט גרופע זיך גיין צו מאנרא סטריט, אדער צו ניקערבאקער, אידן האבן גענוג הייזער אין די געגנט, אז די וועסט בעטן טייער איז ברוקלין גענוג גרויס, מען דארף נאר ברעכן די געטא מויערן.
איצט וועל איך איבערגעבן ס'ווארט פאר די ניק וואס האט זיך באזעצט אין די קלעסאן געגנט ווען ס'איז געווען אזזזווויייי ווייייייט! זאל ער אונז געבן א ערשט האנטיגע באריכט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דעמאלטס, און וויאזוי ער שאצט עס אפ אויף יעצט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:13 pm
דורך סתם_אזוי
ווען קלעסאן איז געווען ווייט איז עס בכלל נישט געווען אזא גרינגע עסק.
מען האט נישט געלאזט די קינדער שפילן אינדרויסן, אדער אפילו אליין ווארטן אויף די באס.
די נענטסטע מקוה איז געווען בראשוב, וואס איז אויך א גוטע פאר בלאקס אוועק.
עס האבן זיך דארט ארומגעדרייט הונט אן קיין בעה"ב, און אפילו "גרויסע טאטעס" האבן מורא געהאט.
איך געדענק אפילו אז נישט אלע מוסדות האבן געהאט טראנפארטעישן צו די ווייטע קלעסאן.
בקיצור, גרינג איז עס נישט געווען. אבער די אלע וואס האבן דארט איינגעקויפט, קענען עס יעצט פארקויפן פאר דאפעלט פרייז.
נו, ווער זאגט פרנסה איז גרינג?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:15 pm
דורך farshlufen
בגראשוב'ע מקוה איז געעפנט געווארן אסאך שפעטער ווי קלעסאן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:19 pm
דורך יהיה כן
קלעסאן האט זיך געהאט זיינע אייגענע קאפ ווייטאג, עס איז נישט געווען דוקא די ווייטקייט, ווער ס'ווייסט וואס מען האט דארט ציגעזאגט און מיט וואס עס האצעך אויסגעלאזט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:22 pm
דורך דארפסמאן
סתם אזוי האט אונגערירט א פארווייטאגטע ענין , אפאר יודען האבען טאקע אוועק געמופט פון קלעסאן וועגן ת"ת און נאר די גרעסערע ת"ת האבען באסעס אהין
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:34 pm
דורך צום זאך
ר' יהי' כן;
איך גיי זיך נישט שפארן צו די 'מאמעס פארטוך-סינדארם' איז ווי די הינט איז באגאבן צי נישט.
איך רעדט פון היינט מאנטאג בא תש"ע. וואס איז די מאקסימום וואס קען געטוהן ווער צו לעזן מאמענטאל די ברענעדיגע דירות קריזיס? קאנווינסן די פרויען צו טוישן זייער וויליאמסבורגע אריטוט צו מער א לעיקוואד'ע? צי ברעכן די וויליאמסבורגע מויערן? וועלכע איז מער רעאליסטיש? וועלכע האט די מציאות געוויזן איז געווען מער דורכפירבאר?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:39 pm
דורך יהיה כן
יא!!
זיי קענען!!!
אין דבר העומד בפני הרצון
זיי דארפן נאר אמת'דיג וועלן!!!
עס זעהט נישט אויס אין די נאנטע צוקונפט אז די דירות קריזיס זאל האבן א לעזונג אין ווילי.
מען מוז נישט טוישן צי א 'לעיקוואדער עדיוטוט' ווי דו רופסט עס
מען דארף זיך נאר צאמנעמען און אוועק טראגן 'די וויליאמסבורגער עדיוטוט' ערגעץ אנדערש ווי דער ריאליטעט ערלויבט יא זיך צי פארגרינגערן.
לייג נישט דעם קאפ אין זאמד, פעיס ריאליטי!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:00 pm
דורך סתם_אזוי
farshlufen האט געשריבן:בגראשוב'ע מקוה איז געעפנט געווארן אסאך שפעטער ווי קלעסאן.
סאו מסתם געדענק איך נאר פון די צווייטע "שיפמענט" אויף קלעסאן. נו, ווער פון די ערשטע איז דא?
יהיה כן האט געשריבן:קלעסאן האט זיך געהאט זיינע אייגענע קאפ ווייטאג, עס איז נישט געווען דוקא די ווייטקייט, ווער ס'ווייסט וואס מען האט דארט ציגעזאגט און מיט וואס עס האצעך אויסגעלאזט.
ווער עס האט געגלייבט וואס מען האט צוגעזאגט האט געקויפט מיט צוגעמאכטע אויגן.
איי מין, קאם אן! איינער האט אמתדיג געמיינט אז מען וועט מאכן קלעסאן פאר א 2 וועי סטריט אז מען זאל נישט דארפן דורכפארן דיקאלב?!
איינער וואס גלייבט אזעלכע שטותים איז א נאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:05 pm
דורך יהיה כן
ניין נישט דעיס מיינעך
ווער עס ווייסט די ערשטע שיפמענט, ווי דו רופסט עס
מען האט ציגעזאגט צי בויען א מקוה (דאכצעך דער פלאן איז געווען דארט ווי עס איז היינט (שוין נאמאור דארט) די קירמע שוהל (בעפאר דעם איז געווען די טעפי שול). ומחמת סיבות שונות ומשונות איז עס נישט צישטאנד געקומען
אדרבא, פרעג נאר די ערשטע תושבים וואס איז אלס דארט פאר געקומען, ווי דארפסמאן האט געשריבן, ס'יז א פארווייטיגט ענין'
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:07 pm
דורך צייטליך
אין קורצן:
זיך אויסצושפרייטן ארום די גרעניצן פון ווילי איז א קורץ טערמין'דיגער לעזונג צום גרויסן פראבלעם. ווארום מ'בלייבט אין די זעלבע ערווייעמענט, די זעלבע בעלי בתים אונען די דירות פון ווילי און פון בושוויק (מערסטענס טייל) ס'איז נאר א שאלה פון חדשים ביז ווילאנג די פראבלעם וועט טרעפן אונזער עצה און ער וועט זיך אויך ארויסציען פון די גרעניצן פון וויליאמסבורג..
אנדערש איז עס אבער ווען מ'מופט גענצליך אוועק פון ניו יארק סיטי ווי די סטענדערד איז ביליגער.
איי פרעגט צום זאך. דאס איז אבער מער דורכפירבאר. לדעתי האבן ביידע די פראבלעם, נעמליך זיין ווייט פונעם משפחה, הגם עטוואס נענטער, דעריבער האלט איך אז דאס איז פונקט אזוי דורכפירבאר און דערפאר ברויך מען ארבייטן אויף גרעסערע פראיעקטן, אפילו עס איז שוין כמה פעמים דורכגעפאלן. אבער איין טאג וועט עס מיזן געשעהן עניוועי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:14 pm
דורך סתם_אזוי
ר' יהיה, מען האט אמתדיג געפלאנט צו בויען א מקוה דארט.
ווען מען לעבט ווען בשלום וואלט געווען א מקוה וד"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:16 pm
דורך יהיה כן
נו, הוא הדבר אשר דברתי
ס'יז נישט געווען אזוי דער פראבלעם פון ווייטקייט ווי די אנדערע פראבלעמען......
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:22 pm
דורך סתם_אזוי
נו שוין, דאס קען מען זיך קיינמאל נישט אויסרעכענען, אפילו מען קויפט א דירה "אין הארץ פון ווליאמסבורג" קען מען אריינפאלן מיט שכנים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:23 pm
דורך farshlufen
ר' יהי כן, דאס אז קלינטאן היל - בעד סטיי - ניי וומ"ס איז היינט א שפרודעלנדע אידישע געגנט איז אויך נאר צו פארדאנקען עטליכע אידן וואס האבן געבראכן די אייז און געגאנגען וואוינען נאך לינטש סט. בזמן ווען וואלעבאוט פלאשינג און לינטש פון בעדפארד אראפ צו ווייט זענען נאך געווען פוסט און קיין איד האט דארט נאכנישט געוואוינט, היינט אריבער עלעף יאר שפעטער איז די געגנט מער אידיש ווי ראסס ביי ווייט.
מען דארף זיך ברעכן די נארישע איינרעדענישן און זיך פארשפרייטן וואו עס לאזט זיך, וחפץ ה' בידינו יצליח.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:31 pm
דורך יהיה כן
גיימיר?
איינער זאל מאכן אן אנקעטע ווער ס'האלט ביים גיין, און ביז וואו ווייט ער וויל גיין (און גאנץ יונייטעד סטעיטס פונעם אטלאנטיק ביזן פאסיפיק...)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:36 pm
דורך צייטליך
אזוי וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.
די עצה איז. אויב איינער וועט ארויסטשעלן א ליסטע מיט בערך 50-75 דירות אין די געגנט ארום וויליאמסבורג. דאן וועט מען קענען אנפאנגען מיט א קאמפיין. אבער נאר מיט א רעדי ליסטע פון אדרעססן און פרייזן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 2:37 pm
דורך יהיה כן
צייטליך האט געשריבן:אזוי וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.
די עצה איז. אויב איינער וועט ארויסטשעלן א ליסטע מיט בערך 50-75 דירות אין די געגנט ארום וויליאמסבורג. דאן וועט מען קענען אנפאנגען מיט א קאמפיין. אבער נאר מיט א רעדי ליסטע פון אדרעססן און פרייזן.
לכאורה איז דאס דער ציל פון דעם נומער וואס איז היינט געווען אויף די יומו בלעטער בנוגע די דירות אין בושוויק והגלילות
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 3:26 pm
דורך דארפסמאן
איינער האט מיר געזאגט אז זיין טאטע האט דירות דארט אין קען קוים ווארטן אז אידין זאלען איהן קומען, ער האט געברענטע צרות פון די גוים דארט
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:02 am
דורך פוילישער
אפשר זאל מען ארבייטן אויפ'ן אנדערן פראנט אויך? אז מען זאל אדווערטייזן ווער איז גרייט אהינצומופן, און ווען מען וועט האבן א שיינע ליסטע, וועלן זיך דעוולעפערס מער צוכאפן דערצו.
בד"וו, ווייסט איר אז דא וואוינען שוין אפאר משפחות.
http://maps.google.com/maps?f=q&source= ... 03479&z=19
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:06 am
דורך bailout
נאר איך זעה נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:09 am
דורך פוילישער
שוין פאראכטן, סארי.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:13 am
דורך סתם_אזוי
סהאט עפעס נישט קיין אדרעס.
---
אה, שכח
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:14 am
דורך סתם_אזוי
איז דאס נעבן וואדהילל האספיטאל?